אַמעריקע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

די הויכע באַאַמטע פֿונעם "ווײַסן הויזִ" האָבן אַ גוטע סיבה זיך צו שרעקן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק איז דערשינען אַ נײַ בוך, Tempting Faith (מע פֿאַרפֿירט די גלייביקע), אָנגעשריבן פֿון אַן אינעווייניקסטן מענטש, דייוויד קואָ, וועלכער טענהט, אַז דאָס "ווײַסע הויזִ" האָט בכלל נישט ערנסט זיך באַצויגן צו פּרעזידענט בושס איניציאַטיוו, לטובֿת די רעליגיעזע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, און בלויז אויסגעניצט די קאָנסערוואַטיווע קריסטן, כּדי צוצוציִען זייערע שטימען.

"דאָס 'ווײַסע הויז’ האָט נישט אַרײַנגעלייגט קיין געלט אָדער ענערגיע אין בושס קאַמפּאַניע פֿאַרן 'רחמנותדיקן קאָנסערוואַטיזם’— האָט קואָ דערקלערט — ווײַל דאָס שנײַדן די שטײַערן פֿון די רײַכע איז בײַ זיי געווען אַ העכערע פּריאָריטעט ווי דאָס שטיצן אונדזערע 'מחנות פֿון רחמנות’. און נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001 — שרײַבט קואָ ווײַטער אין זײַן בוך — איז בושס הויפּט־ענין געוואָרן די מלחמה קעגן טעראָריזם; ערשטנס, צוליב דער פֿאַרשטענדלעכער נייטיקייט צו באַשיצן אַמעריקע, און צווייטנס, ווײַל דאָס האָט צוגעצויגן די שטימען פֿון די רעכט־ליניקע קריסטן. מיט אַנדערע ווערטער, בושס רחמונותדיקער קאָנסערוואַטיזם איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיליטערישן קאָנסערוואַטיזם."

אינעם טאָג וואָס דאָס בוך איז אַרויס, האָבן די קעפּלעך פֿון די צײַטונגען ספּעציעל ציטירט קואָס טענה, אַז אַ גרויסער טייל פֿונעם פּערסאָנאַל פֿון "ווײַסן הויזִ" האָט זיך אויסגעלאַכט פֿון זייערע עוואַנגעלישע שטיצער, רופֿנדיק זיי "צעדרייטעִ" און "קעלבלעך". קואָ איז דער געוועזענער וויצע־דירעקטאָר פֿונעם ביוראָ פֿון די צדקה־איניציאַטיוון בײַ דער בוש־אַדמיניסטראַציע, און דערפֿאַר, האָבן די צײַטונגען שוין פֿאַרשטאַנען, אַז קואָ ווייסט וועגן וואָס ער רעדט.

דזש. דיאַן דזשוניאָר, אַ קאָלומניסט בײַ דער "וואַשינגטאָן פּאָסטִ" (Washington Post) האָט אין יענעם טאָג וואָס דאָס בוך איז אַרויס, געשריבן: "איך האָף, אַז קואָס בוך וועט דערוועקן אַן ערנסטע דיסקוסיע בײַ די עוואַנגעליסטישע אָרגאַניזאַציעס אין לאַנד, צי די אַליאַנץ וואָס זיי האָבן ביז איצט קולטיווירט מיטן פּאָליטישן קאָנסערוואַטיזם האָט טאַקע געמאַכט די וועלט הייליקער, פֿון זייער קוקווינקל.

"אין תּוך אַרײַן, וואָס געניסן די רעליגיעזע קריסטן פֿון אָט דער שותּפֿות?ִ" פֿרעגט דיאַן. "איז עס טאַקע אמת, אַז זיי ווערן פּשוט אויסגעניצט דורך אַ קאָאַליציע, וואָס האַלט מער פֿון באַשיצן די אינטערעסן פֿון אירע רײַכע און קאָרפּאָראַטיווע שטיצער, ווי די אינטערעסן פֿון אירע רעליגיעזע פּעכאָטנע־סאָלדאַטן?ִ"

די לאָיאַליסטן פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע האָבן תּיכּף אַראָפּגעריסן דאָס בוך, זאָגנדיק, אַז קואָ האָט פּשוט אויסגעלאָזט זײַן כּעס, ווײַל ער האָט נישט געהאַט אַזוי פֿיל כּוח אינעם "ווײַסן הויזִ" ווי ער האָט געהאָפֿט צו האָבן. דיאַן האַלט, אַז דאָס איז אַ שאָד. "איך האָב זיך באַקענט מיט קואָ אין די 1990ער דורך מײַנעם אַ קאָנסערוואַטיוון פֿרײַנד — שרײַבט דיאַן — און ס׳האָט געמאַכט אויף מיר אַן אײַנדרוק זײַן טיפֿע אמונה און זײַן ענטוזיאַזם פֿאַר זוכן קאָנסערוואַטיווע מיטלען צו העלפֿן די אָרעמע לײַט מיט דער זעלבער איבערגעגעבנקייט, ווי די ליבעראַלע באַמיִונגען אָבער, לויט זײַן קוק־ווינקל, אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן.

"איך האָב תּמיד געהאָפֿט, און האָף נאָך אַלץ, אַז די ליבעראַלן און די קאָנסערוואַטיוון וועלן קאָנען זיך צונויפֿרעדן, כּדי צו שטיצן אַ בשותּפֿותדיקע פּלאַטפֿאָרם, וווּ די רעגירונג וועט קריגן אַ ברייטערע האַנט צו שטיצן די נויט־באַדערפֿטיקע, אָבער גלײַכצײַטיק אויך שטיצן די אויסערגעוויינטלעכע הומאַניטאַרע אַרבעט פֿון די רעליגיעזע גרופּעס. אַ רעגירונג קען אויפֿטאָן זאַכן וואָס די רעליגיעזע גרופּעס קענען נישט טאָן, און פֿאַרקערט — די רעליגיעזע צדקה־אָרגאַניזאַציעס קענען אויפֿטאָן זאַכן, וואָס די רעגירונג קען נישט טאָן.ִ"

עלען גודמאַן, אַ קאָלומניסטקע פֿון דער "באָסטאָן גלאָוב" (Boston Globe), האָט פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק געשריבן, אַז קואָס בוך איז אַ באַווײַז, אַז די קאָנסערוואַטיווע קריסטן דאַרפֿן בכלל נישט זײַן פּאָליטיש אַקטיוו, ווײַל ווי קואָ זאָגט אַליין, האָט זײַן ביוראָ אַ סך מער געהאָלפֿן דער רעפּובליקאַנער פּאָליטיק, ווי די אָרעמע לײַט. גודמאַן רעכנט אויס בײַשפּילן, וווּ דער עיקר איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן קריסטלעכע פּראָפּאָגאַנדע.

"אין סעפּטעמבער איז אין וואַשינגטאָן פֿאָרגעקומען אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ פֿון די רעליגיעזע וויילער — שרײַבט גודמאַן — אָבער קיינער האָט אַפֿילו נישט באַמערקט, אַז די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען ראָש־השנה. דער טײַטש איז געווען: זאָגן זאָגט מען, אַז ס׳איז פֿאַר אַלע רעליגיעזע וויילער, אָבער מיינען מיינט מען נאָר די קריסטלעכע.ִ"

גודמאַן שרײַבט, אַז ווען די נײַעס־פּראָגראַם 60Minutes האָט לעצטנס אינטערוויויִרט קואָ בײַ אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון די קאָנסערוואַטיווע קריסטן, האָט ער אַליין אָנגעוויזן, אַז מע האָט דאָרט אויסגעטיילט בראָשורן קעגן האָמאָסעקסואַליזם, אַבאָרטן און קלאָנירן, אָבער גאָרנישט וועגן באַקעמפֿן אָרעמקייט. "אפֿשר איז געקומען די צײַט, אַז די עוואַנגעליסטישע קריסטן זאָלן זיך אויף אַ געוויסער צײַט אָפּרוקן פֿון דער פּאָליטיק," האָט קואָ דערקלערט. ווי אַ "באַלוינונגִ" פֿאַר זײַן אָפֿנהאַרציקייט, איז קואָ באַצייכנט געוואָרן ווי "אַ רשעִ" דורך אַ קריסטלעכן אינטערנעץ־זשורנאַל.

די "ניו־יאָרק טײַמסִ" (New York Times) האָט לעצטנס פּובליקירט אַ סעריע באַריכטן, וואָס האָט אַרויסגעהויבן אַ קאָנטראָווערסיע וועגן די רעליגיעזע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע, בפֿרט וועגן דעם, אַז זיי זענען באַפֿרײַט פֿון באַצאָלן שטײַערן אָבער אויך באַפֿרײַט פֿון פֿאָלגן די געזעצן פֿון ציווילע רעכט. אַ קלויסטער קען, למשל, אויסניצן זײַנע שטײַער־פֿרײַע דאָלאַרן צו בויען פֿאַרמעגלעכע פּענסיאָנערן־קאָלאָניעס, פֿאַר מענטשן וואָס פֿאַרמאָגן בערך 1 מיליאָן דאָלאַר.

"די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט מסתּמא די גרעסטע צאָל רעליגיעס ווי אַלע לענדער אויף דער וועלט," שרײַבט גודמאַן. "מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס גייען אין שול צוזאַמען, אַרבעטן צוזאַמען און וווינען זײַט בײַ זײַט. מיר, אַמעריקאַנער, ווײַזן דער וועלט, אַז מיר זענען שטאָלץ וואָס יעדער האָט דאָ דאָס רעכט אָפּצוהיטן — אָדער נישט אָפּצוהיטן — זײַן רעליגיע."