פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּערסאָנאַל פֿונעם ״דיאַמאַנט־דענט ציין־קליניק״ אין אונגערן, וואָס געפֿינט זיך   80 קילאָמעטער פֿון ווין און וויל צוציִען אויסלענדישע קליִענטן
דער פּערסאָנאַל פֿונעם ״דיאַמאַנט־דענט ציין־קליניק״ אין אונגערן, וואָס געפֿינט זיך
80 קילאָמעטער פֿון ווין און וויל צוציִען אויסלענדישע קליִענטן
מײַן ווײַב האָט ליב שווימען. אין דעם לעצטן טאָג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז זי צוזאַמען מיט מײַן שוועסטערס מאַן און נאָך עטלעכע מענטשן אַרײַן אין מיטלענדישן ים אין ישׂראל, בעת די שוועסטער און איך זײַנען פֿאַרבליבן זיצן אויף דער זאַמדיקער יבשה. טאַקע אין דעם היסטאָרישן מאָמענט, דעם 31סטן דעצעמבער 2005, האָט די שוועסטער מיך באַקענט מיט אַ היגן ציינדאָקטער. יענער איז שוין אַרויס פֿון ים און געשטאַנען, פֿאַרוויקלט אין אַ האַנטעך.

צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט דער געוועזענער קיִעווער תּושבֿ געעפֿנט אַ קליניק און, ווי מע האָט מיר שפּעטער דערציילט, נייטיקט זיך ניט אין קיין נדבֿות. הקיצור, אַ וואָרט נאָך אַ וואָרט און ער האָט מיך גענומען אַגיטירן צו לייזן אין זײַן קליניק אַלע ציין-פּראָבלעמען, וואָס איך האָב. דערצו נאָך האַלב-אומזיסט, לכל-הפּחות אין פֿאַרגלײַך מיט ענגלאַנד צי אַמעריקע. שוין כּמעט אַ יאָר איז אַדורך זינט יענעם שמועס, די ציין האָב איך בײַ אים דערווײַל ניט צו רעכט געמאַכט. אָבער איך האַלט עס אין זינען.

פֿאַר וואָס ניט? מײַנע גוטע פֿרײַנד האָבן זיך ניט געפֿוילט צו פֿאָרן עטלעכע מאָל פֿון ענגלאַנד קיין בעלגיע, ווײַל דאָרטן האָבן זיי ווייניקער באַצאָלט פֿאַר עפּעס אַ ציין-אָפּעראַציע. מענטשן פֿאָרן אַזש קיין רוסלאַנד, שוין אָפּגעשמועסט פֿון אונגאַרן און טשעכיע, כּדי אײַנצושפּאָרן געלט אויף פֿאַרשיידענע מעדיצינישע אָפּעראַציעס, אָבער, דער עיקר, אַרײַנצושטעלן ציין, ווײַל דאָס היילן ציין אין אייראָפּע קאָסט אַ סך ביליקער.

אין אַמעריקע איז דער מצבֿ, פֿאַרשטייט זיך, אַן אַנדערער — אַלץ קאָסט אַ סך געלט, אָפֿט מאָל משוגענע געלט. יעדער זעקסטער אַמעריקאַנער האָט ניט קיין מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. בכלל, די גאַנצע סיסטעם פֿון אַמעריקאַנער מעדיצין לייגט זיך שווער אויף מײַן פּרימיטיוון אייראָפּעיִשן שׂכל. די טעג האָב איך אין ניו-יאָרק געזען אַ באַקאַנטע מײַנע, וואָס קען ניט פּטור ווערן פֿון אַ סקריפּענדיקן הוסט, אָבער צו אַ דאָקטער גייט זי ניט, ווײַל זי איז איינע פֿון די ניט-פֿאַרזיכערטע.

קיין חידוש ניט, אַז דווקא אין אַמעריקע אַנטוויקלט זיך לעצטנס דער מעדיצינישער טוריזם. מע פֿאָרט אין כּלערליי לענדער — קאָסטאַ ריקאַ, טײַלאַנד, אינדיע וכ׳, ווײַל דאָרטן וועט מען פֿאַר דער זעלבער אָפּעראַציע מאָנען אויף 20 צי אַפֿילו אויף 80 פּראָצענט ווייניקער. עס זעט אויס, אַז "אַוטסאָרסיסנג" איז געקומען אויך אין מעדיצין.

אין באַנגקאָק, למשל, באַדינט דער בומרונגראַד-שפּיטאָל אין משך פֿון אַ יאָר 55 טויזנט אַמעריקאַנער פּאַציענטן. אין אַמעריקע האָבן זיך באַוויזן קאָמפּאַניעס, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אויף מעדיצינישן טוריזם. אין "ניו-יאָרק טײַמס" האָט מען דערציילט וועגן איינעם פֿון זיי, Medical Tours International, וואָס געפֿינט זיך אין קאָלד ספּרינג, ניו-דזשערזי. זי האָט דרײַ דאָקטוירים און אַ טוץ קראַנקנשוועסטער, וועלכע העלפֿן צו פּלאַנירן די נסיעה. זיי אינספּעקטירן די אויסלענדישע שפּיטאָלן, כּדי אויסצוקלאָרן, צי דער ניוואָ איז דאָרטן אַזאַ ווי עס דאַרף צו זײַן. פֿאַראַיאָרן האָט די דאָזיקע פֿירמע אָרגאַניזירט נסיעות פֿאַר 1,324 לײַט, וואָס האָבן זיך געלאָזט קיין אינדיע, קאָסטאַ ריקאַ, טײַלאַנד און בראַזיל.

אַזעלכע פֿירמעס באַקומען נאָר אַ קליינעם חלק פֿון די געלטער, וואָס מע צאָלט פֿאַר אַ מעדיצינישער רײַזע. אַ שטייגער, דרײַ הונדערט דאָלאַר קען זײַן דער פּרײַז פֿאַר פּלאַנירן אַ רוקנביין-אָפּעראַציע אין אינדיע. די בילעטן, די אָפּעראַציע גופֿא און אַ ביסל טוריזם אין אינדיע קען פֿאָדערן אַרום 9,000 דאָלאַר. אָבער דאָס איז סײַ-ווי-סײַ ביליק ווי באָרשט, אין פֿאַרגלײַך מיט די 36—50 טויזנט דאָלאַר, וועלכע עס וואָלט געמאָנט אַן אַמעריקאַנער שפּיטאָל. ווי אַן אמתע מציאה קען אַזאַ שפּיטאָל פֿאָרלייגן אויסצוצאָלן דעם רוקנביין-חובֿ אין משך פֿון צען יאָר. אַ בײַפּאַס-אָפּעראַציע פֿאַר אַ קאָראָנאַרער אַרטעריע קען אָפּקאָסטן אין אַמעריקע 75.5 טויזנט דאָלאַר, בעת אין אינדיע וועט מען עס מאַכן פֿאַר 11.5 טויזנט. אַ קני וועט מען פֿאַרריכטן אין אַמעריקע פֿאַר אַרום 37 טויזנט, אין סינגאַפּור — פֿאַר 18 טויזנט.

אין אַ סך פֿאַלן האָבן די דאָקטוירים אין אויסלענדישע שפּיטאָלן זיך געלערנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס וואַקסט אויך די צאָל אויסלענדישע שפּיטאָלן, וועלכע זײַנען "פֿאַרכּשרט" דורך דער זעלבער אַמעריקאַנער קאָמיסיע, וואָס אינספּעקטירט 18,000 שפּיטאָלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ מאה שפּיטאָלן האָבן באַקומען אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע צערטיפֿיקאַציע אין די לעצטע זעקס יאָר.

בינו-לבינו, איז אין מערבֿ-ווירדזשיניע פֿאָרגעלייגט געוואָרן אַ געזעץ, וואָס וועט פֿינאַנציעל סטימולירן די תּושבֿים פֿון דעם שטאַט צו פֿאָרן אין די אויסלענדישע שפּיטאָלן. די אידעע איז געקומען פֿון גרויס-בריטאַניע, וווּ די רעגירונג צאָלט פֿאַר אייניקע אָפּעראַציעס, געמאַכט אין אַנדערע לענדער.

אַזוי צי אַזוי, אָבער ניט יעדער איינער קאָן זיך אַליין אײַנרעדן, אַז ערגעץ אין אַן אויסרײַסעניש וועט מען די זעלבע אָפּעראַציעס מאַכן אים ניט בלויז ביליקער, נאָר אויך ניט ערגער ווי אין אַן אַמעריקאַנער שפּיטאָל. פֿאַר "נערוועזע" קונים האָט די יונגע אינדוסטריע פֿון מעדיצינישן טוריזם צוגעטראַכט אַזאַ סכעמע: צוזאַמען מיטן פּאַציענט וועט אין וועג אַרײַן זיך לאָזן אַן אַמעריקאַנער דאָקטער. אַפֿילו אין דעם פֿאַל וועט די גאַנצע זאַך קאָסטן עטלעכע מאָל ביליקער.

דער פֿאַקט פֿון האָבן די טײַערסטע מעדיצין, הייסט נאָך ניט, אַז די אַמעריקאַנער מעדיצין איז די סאַמע געזונטסטע. אָט ווי עס האָבן אין יאָר 2004 אויסגעזען אין פֿאַרשיידענע לענדער די יערלעכע הוצאָות אויף אַ יחיד און די אַריכות־ימים אין די דאָזיקע לענדער:

מעדיצינישע הוצאָות אַריכות-ימים-שאַץ

פֿאַ״ש $6,252 77.9

שווייץ $4,211 81.2

פֿראַנקרײַך $3,337 80.3

דײַטשלאַנד $3,290 78.6

שוועדן $3,005 80.6

יאַפּאַן $2,462 82.1

גריכנלאַנד $2,300 79.0

פֿאַר וואָס קאָסט די מעדיצין אַזוי טײַער אין אַמעריקע? איינע פֿון די סיבות איז, אַז אַ דאַנק דער פֿאַרזיכערונג-סיסטעם, קענען די דאָקטוירים באַקומען קאָמפּענסאַציעס כּמעט פֿאַר אַלץ, וואָס הרגעט ניט גלײַך דעם פּאַציענט. אַזוי איז עס פֿאַר די בר-מזלס, וואָס האָבן אַ פֿאַרזיכערונג. און טאָמער ניט — מוז מען האָבן אין זינען דעם מעדיצינישן טוריזם.