- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס דאַווענען איז געווען אַ טייל פֿון אַ דרײַ־טאָגיקער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדן און פּאָליאַקן, מיטן נאָמען "די פֿאַרלוירענע מדינה: די ייִדן פֿון פּשעמישל און די פּוילישע לאַנדשאַפֿט", געשטיצט דורך דער "פֿונדאַציע פֿון אָנדענק און אויסגלײַך", בשותּפֿות מיטן "פּשעמישל־קאַלעדזש". דער עולם איז באַשטאַנען פֿון ייִדן און נישט־ייִדן, פֿון איבער גאַנץ פּוילן, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּרעשבאָרג, ענגלאַנד, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. במשך פֿון די דרײַ טעג, האָבן דער פּשעמישלער בירגערמײַסטער, די אָרטיקע גלחים און דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, דוד פּלג, אָפּגעהאַלטן רעדעס; היסטאָריקער האָבן געגעבן רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּשעמישל און וועגן די ייִדישע מנהגים; פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און שבת אין דער פֿרי האָט דער עולם זיך באַטייליקט אינעם טראַדיציאָנעלן שבתדיקן דאַווענען און אין די שבת־סעודות, און "נאָכן טשאָלנט" — שפּאַצירט איבער די היסטאָרישע ייִדישע ערטער פֿון דער שטאָט. מײַקל טרייסאָן, אַ ייִדישער אַדוואָקאַט און אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז איינער פֿון אַ סעריע אַזוינע טרעפֿונגען אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך פֿון פּוילן, איז דורכגעגאַנגען מיט אַ גרויסן סוקצעס. "מע האָט אונדז געהאַט געוואָרנט, אַז די פּשעמישלער אײַנוווינער האָבן מער נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן וועגן די ייִדן, ווי די געבילדעטע לײַט אין די גרעסערע שטעט. ס׳איז אָבער געווען פּונקט פֿאַרקערט. דער בירגערמײַסטער איז געווען זייער וואַרעם צו אונדז, און האָט זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן טראָנגדיק אַ יאַרמלקע — אַ מערקווערדיקע זאַך, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז ער קאַנדידירט הײַיאָר אין די וואַלן. און די פּאָליציאַנטן וואָס ער האָט אונדז צוגעשטעלט, כּדי צו באַוואָרענען די אונטערנעמונג פֿון נישט־אײַנגענעמע אינצידענטן מצד די יונגע כוליגאַנעס, האָבן געגעסן מיט אונדז בײַ דער שבתדיקער סעודה און מיט אונדז מיטגעזונגען."
אין הײַנטיקן פּוילן איז דער גורל פֿון די אַמאָליקע שילן אַן אָנגעווייטיקטער ענין. אין כעלם, למשל, וווּ די 18,000 ייִדן האָבן אַמאָל באַטראָפֿן אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג, אָבער זענען דערנאָך פֿאַרטיליקט געוואָרן אין די טויטלאַגערן סאָביבאָר און מײַדאַנעק, האָט מען לעצטנס פֿאַרוואַנדלט אַן אַמאָליקע שיל אין אַ "סאַלון" (אַמעריקאַנער שענק). הגם די ייִדישע כּלל־טוער אין פּוילן ווייסן דערפֿון, זאָגן זיי, אַז ס׳איז גאָרנישט דאָ וואָס מע קען טאָן וועגן דעם, ווײַל דער שענק געהערט הײַנט צו אַ פּריוואַטן מענטשן. יאַן צודאַק, אַ זון פֿון פּוילישע עלטערן, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין שיקאַגע און מיט צוויי יאָר צוריק זיך אַריבערגעצויגן קיין כעלם, האַלט אָבער, אַז מע מוז סײַ ווי מאַכן אַ געוואַלד. צודאַק האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", ווי אַזוי ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם "סאַלון". "ווען איך האָב געקויפֿט די דירה האָב איך נישט געוווּסט, אַז די שיל איז צוויי גאַסן פֿון מײַן שטוב. בײַם שפּאַצירן לעבן דער שיל מיט מײַן הינטל, האָב איך יעדעס מאָל באַמערקט אַ נײַעם סימן פֿון טראַנספֿאָרמאַציע: צו ערשט — אַ פּלאַקאַט וועגן ביר, און דערנאָך — די שיכּורע חתונות אינעם בית־מדרש." צודאַקס אַ באַקאַנטע האָט באַוויזן בסוד אַראָפּצונעמען אויף אַ ווידעאָ אַ חתונה אינעם "סאַלון", וואָס צודאַק האָט שפּעטער אַרויפֿגעשטעלט אויף דער באַקאַנטער ווידעאָ־וועבזײַט YouTube . אינעם בערך 1־מינוטיקן ווידעאָ זעט מען די אויטענטישע אַרכיטעקטור און די אימפּאָזאַנטע הויכע פֿענצטער פֿונעם אַמאָליקן בית־מדרש, בשעת די כּלה און די פּוילישע געסט טאַנצן אונטער דער מוזיק פֿונעם "קאַטשקע־טאַנץ" (the chicken dance, בלע״ז) — אַ גערמאַניש־קלינגענדיקע מעלאָדיע וואָס דערמאָנט, נישט־וועלנדיק, אין די דײַטשישע קאַבאַרעטן פֿון די 1930ער יאָרן. "דער אמת איז, אַז מיר, וואָס קעמפֿן קעגן דעם ׳סאַלון׳, געפֿינען זיך אין אַ שווערער פּאָזיציע," האָט צודאַק דערקלערט. "די פּאָליאַקן האַלטן אונדז פֿאַר פֿרעמדע, און די ייִדישע קהילה מיינט, אַז מיר זענען ׳רויבפֿייגל׳, וואָס ׳שפּײַזן זיך׳ פֿונעם חורבן־אָנדענק. אַלץ וואָס איך וויל איז, אַז מע זאָל די שיל מאַכן פֿאַר אַ ייִדישן מוזיי און קולטור־צענטער, וווּ מענטשן קענען פֿאָרשן זייערע ייִדישע וואָרצלען." מאָניקאַ קראַווטשיק, אַ ייִדישע אַדוואָקאַטין און די דירעקטאָרין פֿון דער "פֿונדאַציע אויפֿצוהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה אין פּוילן", זאָגט אָבער, אַז צודאַקס פּלאַן איז נישט רעאַליסטיש. "אין פּוילן געפֿינען זיך צוויי קאַטעגאָריעס פֿון שילן," האָט זי דערקלערט. "איין גרופּע שילן געהערט צו די ייִדן, און דאָרט קענען מיר קאָנטראָלירן דעם גורל פֿונעם בנין; די צווייטע — זענען די שילן, וואָס די נאַציס האָבן קאָנפֿיסיקירט, און וואָס זענען נאָך דער מלחמה אַריבער אין די הענט פֿון דער פּוילישער רעגירונג. אין די 1990ער האָט די רעגירונג פֿאַרקויפֿט אַ צאָל פֿון די פֿאַרמעגנס צו פּריוואַטע אייגנטימער, און די כעלמער שיל איז איינע פֿון זיי. דאָס הײַנטיקע געזעץ, וואָס פֿאָדערט, אַז דאָס ייִדישע אייגנטום דאַרף אומגעקערט ווערן דער שארית־הפּליטה און זייערע יורשים, איז נישט אָנגענומען געוואָרן ביז 1997." די רעגירונג דאַרף אָבער יאָ קאָמפּענסירן דעם ייִדישן ציבור פֿאַר די פֿאַרלוירענע פֿאַרמעגנס, האָט קראַווטשיק דערקלערט, און דערפֿאַר האָט איר פֿונדאַציע באַשלאָסן צו נעמען צוויי שטחים לאַנד אין פּוילן, וואָס, זי האָפֿט, וועלן מיט דער צײַט, האָבן אַ סך אַ גרעסערן ווערט ווי די שיל.
צודאַק איז ספּעציעל באַזאָרגט וועגן אַן אַרטיקל וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿאַרגאַנגענע וואָך אין אַ כעלמער צײַטונג, וואָס באַשולדיקט, דורך אַ ריי עקלדיקע אַנטיסעמיטישע וויצן, די ייִדן און די "אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע" אין פֿאַרדינען גרויסע געלטער פֿון דער חורבן־פֿאַרגיטיקונג. "די צײַטונג איז טאַקע אַ שמאַטע — האָט צודאַק געזאָגט — אָבער ס׳מאַכט נישט אויס, ווײַל אין אַ יאָר אַרום קען דער מחבר נאָך ווערן אַ דעפּוטאַט אין פּאַרלאַמענט." טרייסאָן האָט געזאָגט, אַז דער אַרטיקל האָט אים אויך באַזאָרגט. "ווען איך האָב אים געוויזן עטלעכע פּאָליאַקן וואָס איך קען אין וואַרשע, איז זייער ענטפֿער גאָר געווען: ׳דאָס איז נישט אַזוי שלעכט; מיר זענען שוין צוגעוווינט צו דעם.׳ "פֿונדעסטוועגן — דאַרפֿן מיר האַלטן אין זינען, אַז געוויסע פּוילישע שטעטלעך שאַצן יאָ אָפּ די ייִדן און די אַמאָליקע שילן," האָט טרייסאָן געזאָגט און, ווי אַ בײַשפּיל, געגעבן — פּינטשעוו. אין דעם שטעטל, וווּ די ייִדן האָבן ערבֿ דעם חורבן באַטראָפֿן 60% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, שטייט עד־היום די פּינטשעווער שיל, אַ בכּבֿודיקער בנין געבויט אין 1590, וואָס די אָרטיקע פּאָליאַקן זענען דווקא זייער שטאָלץ מיט איר. די קריסטן אין פּינטשעוו האָבן אַליין רעמאָנטירט די שיל, און פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר, לכּבֿוד דעם "טאָג פֿון יודאַיִזם" — אַ יערלעכע געשעעניש, אָרגאַניזירט דורך דער פּוילישער קירך — האָט מען טרייסאָנען פֿאַרבעטן ווי דער גאַסטרעדנער, און דער קלויסטער איז געווען, זאָגט ער, "געפּאַקט מיט מענטשן." טאַקע דאָרט אין פּינטשעוו איז אין יוני אויך פֿאָרגעקומען אַ געראָטענע קאָנפֿערענץ פֿון די ייִדן און פּאָליאַקן. "די זעלבע וואַרעמקייט פֿון די פּאָלאַקן אין פּינטשעוו, האָבן מיר אויך דערפֿילט דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך אין פּשעמישל," האָט טרייסאָן באַמערקט. "איין דעלעגאַט פֿון פּרעשבאָרג האָט מיר שבת דערציילט, אַז ווען זי איז, אין שיל, פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם גאַרדעראָב, האָט דער באַדינער איר געזאָגט: ׳ווי אַ קאַטאָליק, מוז איך אײַך זאָגן, אַז מיר פֿרייען זיך, וואָס איר טוט דאָס אַלץ; ס׳איז גײַסטיק, און דאָס זינגען איז זייער שיין!׳" |