ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאָסל בירנשטיין, געצייכנט פֿון זיין טאָכטער נורית שני
יאָסל בירנשטיין, געצייכנט פֿון זיין טאָכטער נורית שני
דער "פֿסטיבֿל הסיפּורים" — דער יערלעכער דערצײלער־פֿעסטיװאַל אין גבֿעתײם — איז אײנער פֿון די פּאָפּולערסטע פֿעסטיװאַלן צװישן די אַלע אַנדערע, װאָס קומען פֿאָר אין לױף פֿון די סוכּות־טעג אין ישׂראל.

הונדערטער ישׂראלים קומען הערן אַ "גוטן סיפּור", ניט פֿון פֿראָפֿעסיאָנעלע דערצײלער, נאָר פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע שיכטן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, װעלכע קענען, און האָבן ליב, איבערצוגעבן "אַ מעשׂה־שהיה", אַ װירקלעכע געשעעניש, אַ שילדערונג, אַן עפּיזאָד פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, מיט חן און טאַלאַנט.

דער גרױסער עולם האָט ליב צו הערן אַזעלכע מעשׂיות; דער דאָזיקער זשאַנער איז זײער פֿאַרשפּרײט אױפֿן ראַדיאָ, טעלעװיזיע און אױף די טעאַטער־בינעס אין ישׂראל.

אײנער פֿון די באַליבטסטע און פּאָפּולערסטע דערצײלער אױף דעם דאָזיקן פֿעסטיװאַל, און איבערן לאַנד בכלל, איז געװען אונדזער אומפֿאַרגעסלעכער ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער, דער פֿאַרשטאָרבענער יאָסל בירשטײן ז"ל, װעלכער איז אַװעק פֿון דער װעלט מיט קרובֿ צו דרײַ יאָר צוריק.

צו זײַנע אױפֿטריטן פֿלעגן קומען מאַסן צוהערער און זײַנע פֿאַרערער. ער איז געװען געבענטשט מיט אַן אױסנעמלעכער פֿעיִקײט פֿון איבערגעבן זײַנע שילדערונגען און זײַנע סוזשעטן אַזױ בילדעריש, פֿאָלקסטימלעך און אַזוי מלא־חן, אַז דער עולם האָט ממש "געקװאָלן פֿון גרױס פֿאַרגעניגן" אים צו הערן.

אין אײנעם פֿון די טעג פֿון דעם דאָזיקן פֿעסטיװאַל האָב איך געטראָפֿן עטלעכע פֿון די צוהערער, װעלכע האָבן געטענהט, אַז יאָסל בירשטײן ז"ל, האָט זײ שטאַרק אױסגעפֿעלט, און זײ בענקען נאָך אלץ נאָך זײַנע אױפֿטריטן.

יאָסל ז"ל איז געװען אַ יחיד־במינו. אױך אונדז אין ירושלים, װוּ ער האָט געװױנט און געשאַפֿן אַ סך יאָרן, פֿעלט ער שטאַרק אױס. ער פֿלעגט אָפֿט אױפֿטרעטן אין אונדזער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט מיט זײַנע אינטערעסאַנטע לעקציעס, פֿול מיט הומאָר, מיט פֿאָלקסטימלעכע דערצײלונגען, װאָס האָט אונדז אַלעמען פֿאַרשאַפֿט אַ סך גענוס און נחת־רוח. בײַ אונדז איז ער געװען אַן אײגענער חבֿר און פֿרײַנד, אײנער פֿון אונדזער משפּחה־ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין ירושלים.

יעדעס מאָל, װען עס איז דערשינען זײַנס אַ בוך, פֿלעגן מיר זיך אױך משׂמח זײַן און פּראַװען לכּבֿוד אים אַ ספּעציעלן יום־טובֿדיקן אָװנט. זינט 1949, װען ער האָט אַרױסגעגעבן זײַן ערשט לידערבוך אין מעלבורן, אױסטראַליע, "אונטער פֿרעמדע הײלן", זענען דערשינען 17 ביכער אין ייִדיש און עבֿרית.

ער איז געװען באַװוּסט און אָנערקענט װי אַ ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער, אפֿשר דער אײנציקער צװישן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע צװײ־שפּראַכיקע שרײַבערס אין דער װעלט. אין ישׂראל האָט מען אים באַצײכנט װי אײנעם פֿון די בכּבֿודיקסטע און פֿרוכטבאַרסטע שרײַבער.

איך פֿלעג אים אָפֿט טרעפֿן אין אױטאָבוס אױפֿן װעג קײן תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה און אַנדערע שטעט, קיבוצים און מושבֿים אין לאַנד, צו זײַנע אױפֿטריטן. ער פֿלעגט מיר װײַזן אַז זײַן קאַלענדאַר איז פֿאַרפֿולט מיט אײַנלאַדונגען און באַגעגענישן אין אַלע עקן פֿון ישׂראל. מיר, זײַנע בני־עיר אין ירושלים, האָבן געדאַרפֿט לאַנג װאַרטן אױף אַ פֿרײַען טאָג, װען ער װעט קענען אױפֿטרעטן בײַ אונדז אין דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט און אױך אונדז געבן די געלעגנהײט צו געניסן פֿון זײַנע דערצײלונגען.

אין אונדזערע אָפֿטע שמועסן פֿלעגט ער זיך טײלן מיט מיר, מיט פּרטים פֿון זײַן פֿילפֿאַרביקער, רײַכער לעבנס־געשיכטע, מיט קאַפּיטלעך פֿון זײַנע דערפֿאַרונגען פֿון זײַן שעפֿערישער ליטעראַרישער קאַריערע.

ער איז געבױרן געװאָרן אין יאָר 1920 אין ביאַלאַ־פּאָדליאַסקאַ, פּױלן. דאָרטן איז ער געגאַנגען אין חדר און אין אַ פּױלישער פֿאָלקשולע. דער אַכט־יאָריקער יאָסעלע שליסט זיך אָן אין דער שומר־הצעיר־באַװעגונג אין שטאָט, און װערט זײער אַקטיװ אין די פֿאַרשײדענע פּראָגראַמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע.

אין עלטער פֿון 14 יאָר אַרבעט ער מיט זײַן טאַטן אין װאַרשטאַט. זײַן טאַטע איז געװען אַ שטעפּער, אַ קאַמאַשן־מאַכער, װי מען פֿלעגט רופֿן אין פּױלן דעם דאָזיקן פֿאַך.

זײַן זײדע, װעלכער האָט שױן דאַן געװױנט אין אױסטראַליע, האָט אים געשיקט אַ שיפֿקאַרטע, ער זאָל קומען צו אים. אין אײנעם אַ טאָג האָט דער 16־יאָריקער יאָסל זיך אָפּגעזעגנט פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע, פֿון זײַן משפּחה, און זיך אַרױסגעלאָזט אין דעם לאַנגן װעג, אַזש קײן אױסטראַליע, װאָס האָט געדױערט כּמעט 6 חדישם. מיט אים צוזאַמען איז אױך מיטגעפֿאָרן זײַן חבֿר פֿון דער הײם יאָסל בערגנער, דער זון פֿון דעם ייִדישן שרײַבער מלך ראַװיטש. יאָסל בערגנער איז איצט אײנער פֿון די באַקאַנטסטע ייִדישע מאָלער, ער װױנט אין תּל־אָבֿיבֿ.

עס דױערט ניט לאַנג און יאָסל שיקט שױן געלט צו זײַן משפּחה אין ביאַלאַ־פּאָדליאַסקאַ. אײן שװעסטער באַװײַזט נאָך אַרױסצופֿאָרן פֿון פּױלן, אײדער די דײַטשן קומען אַהין אָן, אָבער זײַן 11־יאָריק ברודערל, זײַן 16־יאָריקע שװעסטער און זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן ניט באַװיזן צו פֿאַרלאָזן ביאַלאַ־פּאָדליאַסקאַ און זײ זענען שפּעטער אַלע אומגעקומען אין טרעבלינקע.

װען די מלחמה איז אױסגעבראָכן איז אױסטראַליע צוגעשטאַנען צו די אַליִיִרטע אַרמײען. יאָסל בירשטײן, צוזאַמען מיט זײַן חבֿר יאָסל בערגנער, זענען װאָלונטירן אין דער אױסטראַליער אַרמײ.

נאָך דער מלחמה האָט יאָסל בירשטײן חתונה אין עלטער פֿון 19 יאָר. װעגן דעם דערצײלט ער מיר אַ פּיקאַנטן עפּיזאָד, מיט זײַן כאַראַקטעריסטישן שמײכל אױף זײַן פּנים, װי מיר האָבן אים שטענדיק געזען, װען ער האָט דערצײלט אײנע פֿון זײַנע מעשׂיות.

די חתונה איז פֿאָרגעקומען בײַ יאָסל בערגנער אין הױז, װאָס ער האָט געטײלט מיט זײַן פֿערד, דאָס פֿערד אונטן און בערגנער אױבן, אױף דעם בױדעם, צו װעלכן מען האָט געדאַרפֿט קלעטערן אױף טרעפּ. װען עס איז געקומען די צײַט צו גײן צו דער חופּה, איז דער חתן יאָסל פּונקט ניט געװען אין שטוב... ער איז געװען בײַ זײַן לערער, װעלכער פֿלעגט אים געבן לעקציעס אין שרײַבן פּאָעזיע, ער האָט זיך געשעמט צו דערצײלן דעם לערער, אַז ער דאַרף באַלד גײן אַהײם צו דער חופּה.

דערװײַל האָט זײַן חבֿר יאָסל בערגנער געהאַלטן דעם רבֿ מיט דערצײלן פֿאַרשײדענע מעשׂיות, כּדי ער זאָל ניט אַװעקגײן, אײדער דער חתן װעט אָנקומען. די גאַנצע ייִדיש באָהעמע פֿון מעלבורן איז געקומען צו דער חופּה, און װאַרטנדיק אױף דעם חתן, האָבן זיך אַלע גוט אָנגעשיכּורט...

זאָגט יאָסל בערגנער צו זײַן חבֿר יאָסל בירשטײן: "די כּלה איז דאָך בלױז 16 יאָר אַלט, מיר װעלן זי דאָ נאָך קאַליע מאַכן מיט אונדזער שיכּורער אױפֿפֿירונג". האָט מען זי געבעטן, זי זאָל גײן צו זיך אַהײם שלאָפֿן — איז זי געגאַנגען...

"פֿון דאַן אָן, שױן מער װי 50 יאָר, גײט זי ניט אַהײם שלאָפֿן", פֿאַרענדיקט יאָסל דעם דאָזיקן פּיקאַנטן עפּיזאָד, מיט דעם זעלבן שמײכל אױף זײַנע ליפּן און בליץ אין זײַנע אױגן...

אין יאָר 1950 זענען עולה געװען קײן ישׂראל זיבן משפּחות פֿון אױסטראַליע, צװישן זײ געפֿינט זיך אױך דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק יאָסל און מרגנית (מאַרגאַניט) בירשטײן. זײ באַזעצן זיך אין קיבוץ גבֿת, אין גליל.

"אין אײנעם אַ פֿרימאָרגן, — דערצײלט װײַטער יאָסל, — האָט חײם גבֿתי, דער מזכּיר פֿון קיבוץ גבֿת אים אײַנגעלאַדן צו זיך אין קאַנצעלאַריע אױף אַ שמועס. נאָך דעם װי ער האָט אױסגעהערט יאָסלס לעבנס־געשיכטע אין אױסטראַליע, איז דער סעקרעטאַר אַרױסגעקומען מיט זײַן פֿאָרשלאָג:

"היות װי אױסטראַליע איז באַקאַנט װי דאָס לאַנד פֿון שעפּסן שלאָגט ער פֿאָר, אַז יאָסל זאָל װערן דער פּאַסטעך פֿון די שעפּסן אין קיבוץ גבֿת אין ישׂראל. — 'דאָס איז אַ גאַנץ בכּבֿודיקער באַרוף פֿאַר אַ נײַעם עולה', — האָט ער פֿאַרזיכערט".

יאָסל באַמערקט: "אַז זײַענדיק אין מעלבורן האָב איך ניט געזען פֿאַר מײַנע אױגן אַפֿילו אַן עק פֿון אַ שעפּס, האָט עס ניט געענדערט דעם סעקרעטאַרס באַשלוס, און איך בין געװאָרן דער פּאַסטעך פֿון די שעפּסן אין קיבוץ גבֿת פֿאַר גאַנצע 11 יאָר!"

זײַנע געדאַנקען און דערפֿאַרונגען אין קיבוץ האָט ער געשילדערט אין זײַן ערשט בוך אין ייִדיש אין ישׂראל "אױף שמאָלע טראָטואַרן". מיט צװײ יאָר שפּעטער איז עס איבערגעזעצט געװאָרן אין עבֿרית א״נ "במדרכות צרות".

דער ערשטער, װאָס האָט זיך דאַן אָפּגערופֿן זײער פּאָזיטיװ אױף דעם דאָזיקן בוך, איז געװען יצחק באַשעװיס־זינגער אין "פֿאָרװערטס", זאָגנדיק: "דער מחבר יאָסל בירשטײן איז אײנער פֿון אונדזערע טאַלאַנטירטע ייִדישע פּראָזע־שרײַבער אין אונדזער צײַט".

װעגן זײַן מיסיע און מאָטאָ אין לעבן האָט מיר יאָסל דערקלערט אין אײנעם פֿון אונדזערע שמועסן:

"דער מאָטאָר װאָס שטױסט מיך צו שרײַבן ניט װעגן פּאָליטיק און די ענינים פֿון דער מדינה, נאָר װען איך האָב אַ סיפּור־המעשׂה, טרעפֿט זיך אַז פֿון דער מעשׂה שפּראָצן אױך אַרױס אַזעלכע פּראָבלעמען. דאַן גײ איך מיט דער מעשׂה פֿאָרױס, לױט מײַן געדאַנק און לױט מײַן געװיסן. בײַ מיר איז דאָס װיכטיקסטע דער בן־אָדם, דער מענטש. װי אַ שרײַבער פֿאַרגעס איך קײן מאָל ניט דעם מענטשן. איך שרײַב אַזױ װי איך האָב געזען אין קיבוץ גבֿת.

"דאָ אין ישׂראל האָב איך ניט געהאַט קײן משפּחה. אַלץ און אַלע זענען געבליבן אין פּױלן. דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן, װי אַ פֿרױ אַדאָפּטירט אַ קינד, האָב איך אַדאָפּטירט דעם קיבוץ גבֿת. איך זאָג טאַקע, אַז אין קיבוץ גבֿת בין איך געבױרן געװאָרן פֿון דאָס נײַ. דאָרטן בין איך װידער אױסגעװאַקסן און דאָרטן איז מײַן הײם".

יאָסל בירשטײנס זשאַנער פֿון שרײַבן און דערצײלן האָבן אים אױסגעטײלט פֿון די אַנדערע ישׂראל־שרײַבער. דער אינהאַלט פֿון זײַנע מעשׂיות האָט צו טאָן מיט דעם אינערלעכן, ניט אָנזעעװדיקן פֿון דעם מענטשלעכן װעזן. ער שילדערט פֿאַר אונדז אַ װעלט פֿון געפֿילן, סיטואַציעס און מענטשלעכע האַנדלונגען אין דער סבֿיבֿה װאָס רינגלט אונדז אַרום.

די זשורנאַליסטין הדה בושעס האָט אים אַזױ כאַראַקטעריזירט אין "ידיעות אַחרונות":

"די אינטאָנאַציע פֿון יאָסל בירשטײן, אַפֿילו װען ער שרײַבט אין עבֿרית, איז אַן אױסגעשפּראָכענע ייִדישע אינטאָנאַציע. װען מען לײענט אים, דאַכט זיך אױס, אַז ער זוכט און געפֿינט מענטשן, װעלכע זענען געשפּענסטער פֿון יענער װעלט.

"װען מען הערט זיך צו צו יאָסלס דערצײלונג און דעם אופֿן פֿון זײַנע שילדערונגען, אַנטפּלעקן זיך פֿאַר אײַערע אױגן די העלדן פֿון שלום־עליכמען, מיט זײערע פֿאָלקסטימלעכקײטן, מיט זײער קרעכץ, מיט זײערע באַגערן און חלומות.

"אין זײַן לעצט בוך אין ייִדיש ׳אַ פּנים אין די װאָלקנס׳, כאָטש די האַנדלונג פֿון דעם ראָמאַן קומט פֿאָר אין אונדזערע טעג, צװישן די גאַסן פֿון בן־יהודה און מאה־שערים — אַנטפּלעקן זיך פֿאַר דעם הײַנטיקן לײענער סצענעס, װי עס װאָלט געשען ניט אין ירושלים, נאָר ערגעץ װוּ אין יעהופּעץ פֿון שלום־עליכם, אָדער אין אײניקע פֿון סאָל בעלאָס שאַפֿונגען, אין ניו־יאָרק" — האָט געשריבן בתיה גור אין "האָרץ".

יאָסל בירשטײן ז"ל איז ניפֿטר געװאָרן דעם 29טן דעצעמבער 2003 אין עלטער פֿון 83 יאָר און איז באַערדיקט געװאָרן אין דעם קלײנעם בית־עלמין אין דעם ייִשובֿ נס־הרים, װאָס געפֿינט זיך אין די בערג פֿון יהודה, ניט װײַט פֿון ירושלים.