|
די נײַע סטודענטן, וואָס שטודירן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דאָס יאָר 2006 |
|
פּונקט װי יעדעס יאָר בין איך באַגליקט מיט די בעסטע סטודענטן װאָס אַ לערערין קען זיך װינטשן. זײ זײַנען מאָטיװירט, פֿול מיט אינטערעס און נײַגער. ערשטנס, זײַנען זײ ייִדישע קינדער דורך און דורך. און צװײטנס, זײַנען ס׳רובֿ פֿון זײ מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. זײ קומען אַרײַן קענענדיק לשון־קודש, ייִדישע יום־טובֿים, טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן. דאָס אַלץ איז פֿאַר זײ נישט פֿרעמד. זײ זײַנען משפּחה־מענטשן, צוגעבונדן צו טאַטע־מאַמע, באָבעס און זײדעס.
און דערצו זײַנען אַ סך פֿון זײ אײניקלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, געראַטעװעטע פֿון חורבן. װאָס עס פֿעלט זײ איז דאָס ייִדישע לשון און זײ נעמען עס אױף באַהבֿה. דאָ באַקענען זײ זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע, די ייִדישע קולטור, די ייִדישע ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר, שלום־עליכם, פּרץ אָדער מאַנגער איז פֿאַר זײ לגמרי נישט באַקאַנט, אָבער די חבֿרה קומט מיט אָפֿענע קעפּ, גרײט אױפֿצונעמען דעם װוּנדער און די שײנקײט פֿון מאַמע־לשון. איז לײענט װײַטער:
אלנה אַדלער
מײַנע באָבע־זײדע לײגן דעם טראָפּ אױף ייִדישקײט. זײ לײגן אַרײַן לײַב און לעבן און שאַצן אָפּ די טראַדיציעס, מיט װעלכע אָן אַ שיעור מענטשן ראַנגלען זיך אין זײער טעגלעך לעבן. אַזױ נאַטירלעך קומט אָן דעם אױסערגעװײנטלעכן פּאָרל זײער ייִדישקײט, אַז דאָס לעבן זײערס איז אָנגעפֿילט מיט ייִדישן באַטײַט. אין דער זעלבער צײַט װענדן זײ אָן דעם עיקר אין אַלץ װאָס זײ טוען. איך האָב אַלע מאָל באַװוּנדערט זײער איבערגעגעבנקײט צו דער זאַך מיט אַזאַ כּוח־האמונה. זײַן אַ טײל פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט, ספּעציעל װען איך לערן זיך אין אַ װעלטלעכן קאָלעדזש, פֿאַרשטאַרקט זיך מײַן באַװוּנדערונג פֿאַר מײַנע באָבע־זײדעס איבערגעגעבנקײט צום ייִדישן לעבן. זײ זײַנען מײַנע װעגװײַזער בעת איך זוך מײַן אײגענעם דרך אין אַ װעלט װאָס איז אױסגעלײדיקט פֿון ייִדישע װערטן. אײנס פֿון די אומצאָליקע אופֿנים, מיט װעלכע מײַנע באָבע־זײדע האָבן אײַנגעפֿונדעװעט זײער קולטור אין אַ רוטין, איז דורך שפּראַך. זײ רעדן אײנער צום אַנדערן אין זײער נײַער אַמעריקאַנער געגנט, אױף ייִדיש, װאָס דאָס האָט געהאָלפֿן עטאַבלירן זײער עטנישע אָנגעהעריקײט, און אין דער זעלבער צײַט פֿאַרשטאַרקט זײער ראָלע אין דער ייִדישער קהילה. ייִדיש האָט זײ געהאָלפֿן אין זײער איבערגאַנג פֿון אַ מער טראַדיציאָנעלער, מעבֿר־לים־קולטור פֿון זײערע ייִדיש־אײראָפּעיִשע הײמען צו דער ברױזנדיקער נײַער װעלט — אַמעריקע. די אײַנגעבױרענע שפּראַך האָט פֿאַרפֿעסטיקט זײער אידענטיטעט און געפֿורעמט זײערע נײַע אַמעריקאַנער לעבנס און געהאָלפֿן זײ אָנהאַלטן זיך פֿעסט בײַ זײערע עטישע און מאָראַלישע איבערצײַגונגען. און אַזױ װי איך גרײט זיך צו געפֿינען מײַן דרך אין לעבן בעת איך ראַנגל זיך צו באַשאַפֿן אַ ייִדישן אופֿן פֿון לעבן אין אַ װעלטלעכן אַרום, זע איך ייִדיש װי אַ לאַמטערנע װאָס װעט מיך פֿירן אױף מײַן באָבע־זײדנס דרכים, שטאַרקן מײַן אמונה. איך מוז קענען נעמען דאָס "הײליקע בוך", װאָס פֿון אים האָב איך געלערנט ס׳גאַנצע לעבן, און קענען אָנװענדן דאָס אין מײַן לעבנס־רוטין. איך װעל מוזן קענען אָנװענדן פּראַקטישע ייִדישקײט אין מײַן טאָג־טעגלעכן לעבן און מאַכן דאָס פֿאַר אַן אינטערגראַלער טײל פֿון מײַן לעבן.
ברכה אַספּיס
װי אַ קינד, װען איך בין געבליבן אין דער הײם צוליב אַ קראַנקײט, פֿלעג איך קוקן אױף די פֿילמען "עקזאָדוס", אָדער "קעסט אַ דזשײַענט שאַדאָו". (פֿורעם אַ גיגאַנטישן שאָטן). בײדע פֿילמען האָבן פֿאָרגעשטעלט מיט זיך דעם כּוח פֿון ייִדישן פֿאָלק נאָכן חורבן. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרבלײַבן זײ מײַנע באַליבטסטע פֿילמען װײַל איך האָב ליב צו הערן די געשיכטע װי ייִדן, אַ פֿאָלק װאָס קעמפֿט כּסדר פֿאַר זײער עקזיסטענץ, בױען זיך איבער נאָך דעם װי זײ װערן אַלץ אָן אין לעבן. יעדעס מאָל װאָס איך לײען "עקזאָדוס" אָדער זע די פֿילמען, בלײַב איך װידער אַ מאָל פֿאַרװוּנדערט פֿון דער המצאהדיקײט און גאונות פֿון ייִדישן פֿאָלק. װי מיר דאַכט זיך, אײנס פֿון די בעסטע סצענעס פֿון "קעסט אַ דזשײַענט שאַדאָו" איז װען די ישׂראלים האָבן נישט גענוג באָמבעס. איז אַנשטאָט דעם װאַרפֿן זײ אַראָפּ סעלצער־װאַסער (סאָדעװאַסער)־פֿלעשער אױף די אַראַבישע שטחים. זײ טוען עס װײַל פֿאַלנדיקע פֿלעשער פֿון הימל מאַכן אָן דעם זעלבן טומל װי אַ באָמבע, און די סעלצער־פֿלעשער רײַסן אױף װען זײ דערגרײכן די ערד. דאָס איז אַ געדאַנק װאָס ס׳קען בלױז צוטראַכטן אַן אַרמײ פֿון ייִדישן שׂכל; ייִדן װאָס קלאַמערן זיך צו בלײַבן לעבן. אױב איך װאָלט געקאָנט אױסקלײַבן אַ תּקופֿה אין װעלכער איך װאָלט געװאָלט געבױרן װערן, װאָלט איך געװאָלט געבױרן װערן גלײַך נאָכן חורבן און אינעם מאָמענט װען ישׂראל איז פּראָקלאַמירט געװאָרן װי אַ ייִדישע מדינה. דאָס איז געװען אַ צײַט פֿון גרױסע האָפֿענונגען און כּוח־נפֿשי פֿון ייִדישן פֿאָלק. מײַנע עלטערן װאָלטן געשעפּט אַ ריזיקן נחת פֿון װידערגעבורט פֿון ייִדישן פֿאָלק, און װען איך װאָלט דעמאָלט געבױרן געװאָרן, װאָלט איך בײַגעװױנט די איבערבױונג פֿון אַ מאָדערן, דעמאָקראַטיש לאַנד װאָס עס איז הײַנט. װען איך װאָלט דעמאָלט געבױרן געװאָרן װאָלט איך זיכער אױסגעקליבן צו לעבן אין ישׂראל, אָנטײל צו נעמען אינעם לײגן דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ ייִדישער מדינה.
איטאַ בערג
װען איך בין געװען אַ קינד, פֿלעגן מײַנע עלטערן זיך סודען, מיר, קינדער, זאָלן נישט פֿאַרשטײן, און די שפּראַך איז געװען ייִדיש. ייִדיש האָט מיר אָנגעטאָן צרות. פֿאַר מיר איז די שפּראַך געװען אַ בײן אין האַלדז, און די אײנציקע רפֿואה דערצו איז געװען גײן לערנען זיך אָט די שפּראַך. אָנגעהױבן האָב איך פֿון אַראָפּציִען ייִדישע פּראָגראַמען פֿונעם קאָמפּיוטער. נאָכן אױסלערנען זיך װי צו צײלן פֿון אײנס ביז צען אױף ייִדיש, האָב איך אױפֿגעגעבן. איך האָב באַשלאָסן אַז עס מוז זײַן אַ בעסערער אופֿן זיך אױסצולערנען די שפּראַך. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי זיך אױסצולערנען ייִדיש, װעל איך מוזן זיך אױסלערנען װי צו רעדן גוט. מיט אַ סך יאָרן שפּעטער האָט מיר מײַן שװעסטער מודיע געװען אַז מען גיט קורסן אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט. מײַן שװעסטער, פּונקט װי איך, איז אַלע מאָל געװען פֿאַראינטערעסירט אין לערנען די שפּראַך פֿון אונדזערע באָבעס און זײדעס. האָט זי גענומען אַ קלאַס. נישט נאָר האָט זי זיך אױסגעלערנט װי צו רעדן די שפּראַך, נאָר זי איז אין דער זעלבער צײַט דערגאַנגען צו אַ גװאַלדיקן אַרײַנבליק אין אונדזער גײַסטיקער ירושה. דעמאָלט האָב איך געװוּסט, אַז אױב ס׳װעט אונטערקומען די געלעגנהײט, װעל איך זיך זיכער אָנשליסן און נעמען דעם קורס. בין איך טאַקע מזלדיק, ווײַל די געלעגנהײט האָט זיך אונטערגערוקט דאָ, אין קאָלומביע. הײַנט האָב איך נישט די זעלבע מאָטיװאַציעס זיך צו לערנען דאָס לשון. מיר גײט װײניק אָן אױסצוגעפֿינען װאָס מײַנע עלטערן האָבן פֿון אונדז באַהאַלטן װען זײ האָבן זיך געסודעט אין ייִדיש. הײַנט, װי אַ דערװאַקסן מײדל איז מײַן ציל צו רעדן די שפּראַך װאָס איז אַ מאָל געװען דאָס לשון פֿון עלף מיליאָן ייִדן. ייִדיש, די ערשטע שפּראַך פֿון מײַנע באָבעס און זײדעס, איז װאָס עס פֿעלט מיר אױס אין מײַן ייִחוס־בריװ. דער קאָלעדזש־קורס װעט מיר העלפֿן צוצוקומען צו די ייִדן װאָס האָבן אַ מאָל גערעדט און געלעבט אין ייִדיש. איך האָף, אַז איך װעל װי אַמשנעלסטן רעדן די זעלבע שפּראַך װאָס זײ האָבן אַ מאָל גערעדט. דער קלאַס װעט מיר דערלױבן צו רעדן און סודען זיך לעבן מײַנע צוקונפֿטיקע קינדער, זײ זאָלן נישט פֿאַרשטײן.
חנן װיזנבערג
איך האָב אױסגעקליבן ייִדיש, װײַל איך װיל זיך צוטוליען צו מײַנע באָבעס און זײדעס און רעדן צו דער קולטור אין װעלכער זײ זײַנען אױסגעװאַקסן. איך האָב אַלע מאָל געהערט װי מײַנע עלטערן און באָבע־זײדעס האָבן גערעדט אױף דער שפּראַך. מײַן מאַמעס טאַטע קומט פֿון לאָדזש. ער איז אַ לאָדזשער ייִד. און דער מאַמעס מאַמע שטאַמט פֿון װילנע, אַ ליטװיטשקע. מײַן טאַטנס טאַטע קומט פֿון װאַרשע און זײַן מאַמע פֿון רומעניע. אַלע פֿיר פֿון מײַנע באָבעס און זײדעס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, און איך װײס אַז ייִדיש איז געװען זײער שפּראַך. האָב איך אַ געפֿיל אַז מיטן לערנען זיך ייִדיש בינדט עס מיך צו מײַן ירושה, בינדט עס מיך צו מײַן קולטור. אױסװאַקסנדיק האָבן בײדע מײַנע עלטערן גערעדט ייִדיש װי אַ צװײטע שפּראַך, און מײַן ברודער האָט זיך אױסגעלערנט צו פֿאַרשטײן זײער שמועס. איך האָב זיך באַקענט מיט די געװײנטלעכע אידיאָמען און פֿראַזן און איך גלײב אַז דער קורס װעט מיך נעענטער פֿאַרבינדן מיט מײַן משפּחה. איך פֿאַרשטײ שױן איצט אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך װאָס מיר קענען זיך נישט פֿאַרגינען, זי זאָל פֿאַרלױרן גיין און איך קען זיך נישט דערװאַרטן זיך צו באַקענען מיט איר.
יונתן קאָראָנעל
איך הײס יונתן קאָראָנעל. הײַנט האַלט איך בײַם דריטן יאָר ווי אַ סטודענט פֿון יורי אין קאָלומביע־שול פֿאַר יוריספּרודענץ. מײַן פֿרױ הייסט ציפּורה און מיר זײַנען שױן חתונה־געהאַט אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ יאָר. מיר פֿאַרמאָגן אַ דרײַ־יאָריק מײדעלע װעלכע הײסט דינה. מײַן פֿרױ און איך קומען אָריגינעל פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. מיר װױנען אָבער דערװײַל אין קװינס ביז איך װעל ענדיקן מײַנע שטודיעס. נאָך מײַן גראַדויִרן אין מײַ חודש, פּלאַנירן מיר צוריקצוקערן זיך קײן לאָס־אַנדזשעלעס. מיר שטאַמען בײדע פֿון קאַליפֿאָרניע און מײַנע עלטערן און מחותּנים װױנען דאָרט ביזן הײַנטיקן טאָג. איך האָב צװײ שװאָגערס, אַ שװעסטער און צװײ שװעגערינס אין לאָס־אַנדזשעלעס. איך פֿאַרמאָג אױך דרײַ פּלימעניצעס און דרײַ פּלימעניקעס װעלכע װױנען דאָרט. נאָכן איבערציִען זיך קײן לאָס־אַנדזשעלעס, פּלאַניר איך צו אַרבעטן אין "אַרנאָלד און פּאָרטער", אַ גרױסע נאַציאָנאַלע אַדװאָקאַטן־פֿירמע. אײדער איך בין אַרײַן אין דער אַדװאָקאַטן־שול אין קאָלומביע, האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה פֿינף יאָר צײַט. צװײ יאָר האָב איך זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה אין ארץ־ישׂראל און דרײַ יאָר — אין נר־ישׂראל אין באָלטימאָר. איך האָב באַקומען מײַן באַקאַלאַריאַט אין תּלמודישער יורי פֿון נר־ישׂראל און אָנגעהױבן מײַן מאַגיסטער־אַרבעט אין תּלמודישער יורי. אין מײַן פֿרײַער צײַט פֿאַרברענג איך מיט מײַן משפּחה און בײַ דער גמרא. איך האָב באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש דאָס יאָר װײַל איך פֿיל אַז עס איז אַ שפּראַך װאָס מוז װײַטער טראַנסמיטירט װערן צו די צוקונפֿטיקע דורות ייִדן. ייִדיש איז אַ מסורה װאָס איך װיל נישט ס׳זאָל, חלילה, אונטערגײן. מײַן פּערזענלעכע מײנונג, איך בין בײַ דער דעה אַז די אָרטאָדאָקסיע האָט געגעבן אַ נײַ לעבן צו ייִדיש װאָס טוט ממשיך זײַן אַן אַלטע טראַדיציע. למשל, די דרשה אין מײַן שװערס שול װערט געדרשנט אױף ייִדיש און איך װיל די דרשה פֿאַרשטײן. עס איז זײער װיכטיק מיר זאָלן אָנהאַלטן אונדזער ייִדישע באַװוּסטזיניקײט און קולטור, און ייִדיש איז אַן אינטעגראַלער טײל דערפֿון.
װען איר לײענט די אַרבעטן פֿון די סטודענטן און באַקענט זיך מיט זײ, זעט מען ערשט, אַז מיר פֿאַרמאָגן גאָר אַן אַנדער סאָרט יוגנט, אַ יוגנט װאָס האַלט זיך אָן אין ייִדישקײט אָן שום מניעות. פֿאַרקערט, זײ זײַנען אַרײַנגעטאָן אין זײער ייִדיש טראַדיציאָנעל לעבן. איר מעגט מיר גלײבן, אַז די סטודענטן זײַנען גײַסטיק, ייִדישלעך רײַך און געזונט. די עלטערן איז געלונגען אָנצוהאַלטן די גאָלדענע קײט פֿון ייִדישקײט און אײַנפֿלאַנצן עס אין זײערע קינדער מיט אַזאַ מין ליבשאַפֿט און דרך־ארץ.
(המשך קומט אין דער קומענדיקער װאָך)