‫ייִדיש־נײַעס
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט.

לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן?

צווישן די אויסגאַבעס, וואָס האָבן זיך שטאַרק געביטן אין דער אינטערנעץ-תּקופֿה, געפֿינט זיך אויך די ענציקלאָפּעדיע. בשעת די אַלגעמיינע ענציקלאָפּעדיע ווערט באַגרענעצט צו אַ געוויסער אַקאַדעמישער עליטע, האָבן די דאָזיקע אויפֿגעקומענע "פּראָיעקטן פֿון אָפֿענעם מקור" אויפֿן אינטערנעץ פֿאַרבעטן מחברים אָנטייל צו נעמען אין פֿאַרזאַמלען און פֿאַרשרײַבן.

ביז סוף 90ער האָבן עקזיסטירט אַ צאָל אָזוינע פּראָיעקטן, אַ טייל ווי בײַלאַגעס צו מער טראַדיציאָנעלע עקספּערטן-ענציקלאָפּעדיעס. זינט 2001 האָט אָבער די אויבערהאַנט די גרויסע אינטערנעץ-ענציקלאָפּעדיע, מיטן נאָמען "וויקיפּעדיע", אַ צונויפֿהעפֿט פֿון האַווײַיִש וואָרט "וויקי" (גיך) און "[ענציקלאָ-]פּעדיע". אַזוי ווערט באַצייכנט אַ וועבזײַטל, וואָס יעדער לייענער מעג עס רעדאַקטירן.

די דאָזיקע אָריגינעלע (ענגליש-שפּראַכיקע) וויקיפּעדיע נעמט שוין אַרײַן מער ווי אַ מיליאָן אַרטיקלען אויף כּלערליי טעמעס — אַ ריזיקע אונטערנעמונג, סײַ מיטגעשאַפֿן, סײַ באַנוצט פֿון כּל-המינים אינטערנעץ-"אײַנוווינערס": תּלמידים, פֿאָרשער, און סתּם מענטשן, וואָס ווילן עפּעס נאָכקוקן. אַזאַ עלעקטראָנישער אַנשטאַלט (ווײַל אַזוינס איז עס געוואָרן) שטעלט פֿאָר אָן אַ שיעור אינטערעסאַנטע אייגנשאַפֿטן וואָס מע קען אַרומרעדן. לאָמיר אָבער דאָ זיך אָפּשטעלן אויפֿן הויפּט-פּרינציפּ פֿון דער וויקיפּעדיע — דאָס, וואָס יעדער מעג זײַן אַ שרײַבער אָדער אַ רעדאַקטאָר. יעדער מעג אָנפֿילן אַ בלויז צווישן די טעמעס, צונויפֿגיסן צוויי אַרטיקלען אין איינעם, אָדער אַפֿילו אויסמעקן גרויסע טיילן טעקסט, וואָס יענער האָט איבער זיי לאַנג געהאָרעוועט. ווי אַזוי פֿונקציאָנירט דאָס אויף אַן אמתן?

פֿון איין זײַט, קען מען זאָגן, אַז דער דעמאָקראַטישער צוגאַנג צוגעזאָגט פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט, איז ניט קיין אילוזיע. יעדער (צווישן געוויסע גרענעצן) מעג צושרײַבן זײַנע פּאָר ווערטער. פֿון דעסט וועגן איז וויקיפּעדיע נאָך אַלץ, מער ווייניקער, אַ פֿאַרלאָזלעכער מקור פֿון פּשוטע פֿאַקטן. בײַ טייל איינסן איז די קוואַליטעט פּונקט אַזוי גוט, ווי בײַ מער טראַדיציאָנעלע ענציקלאָפּעדיעס.

צוריקגערעדט, קענען פֿאַלשע ידיעות דערפֿירן צו ניט-פֿאָרויסגעזעענע רעזולטאַטן. נאָך מער קאָנקרעט: טייל היסטאָרישע (אָדער סתּם "פּאָפּ"-קולטורעלע) פֿיגורן, וואָס זײַנען נאָך צווישן די לעבעדיקע, האָט מען געפּרוּווט אַראָפּרײַסן און מוציא-שם-רע זײַן אויף די שפּאַלטן פֿון וויקיפּעדיע. ווער שמועסט נאָך וועגן די אַלע קאָנטראָווערסיעלע טעמעס, וואָס ציִען צו טשודאַקעס פֿון אַלע סאָרטן?

אַ וויכטיקער טייל פֿונעם וויקיפּעדיע-פֿענאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן צוּוווּקס פֿון די נוסחאָות אויף די קלענערע לשונות. אַזוי ווי די גענעראַלע הוצאָות פֿון "אַרויסגעבן" אַ וויקיפּעדיע זײַנען רעלאַטיוו קליין, מעג די אויסגאַבע אויף, לאָמיר זאָגן, מאַאָרי האָבן דעם זעלבן אויסזען, ווי אויף ענגליש. מע דאַרף "נאָר" ווערבירן גענוג שרײַבערס, און הײַדאַ — אַן אינטערנעץ-ענציקלאָפּעדיע פּונקט ווי בײַ לײַטן!

די ייִדיש-וויקיפּעדיע (http://yi.wikipedia.org) עקזיסטירט זינט 2004. די שרײַבערס, טעמאַטיק און לשון זיינען אַ בולטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש-רעדנדיקער (מערסטנס, פֿאַרשטייט זיך, חרדישער) קהילה, כאָטש דער פּראָיעקט, ווי די ענגליש-ווערסיע, איז טעאָרעטיש אָפֿן פֿאַר יעדן אָנטיילנעמער. די צאָל אַרטיקלען איז שוין דערגאַנגען צו העכער 2,000 (ניט אַלע פֿון דער זעלבער לענג אָדער קוואַליטעט), נאָר פֿונעם ערשטן פֿאַרשריבענעם אַרטיקל (אויפֿן איינס "צעטיל קטן") קען מען שוין זען, וואָס פֿאַר אַ סאָרט טעמעס אינטערעסירן ס׳רוב שרײַבערס. (איך דאַרף מודה-ומתוודה זײַן, אַז כ׳האָב אויך געזינדיקט מיט אַ פּאָר וויקיפּעדיע-אַרטיקלען אָדער רעדאַקטירונגען, און אויך קריטיקירט די אונטערנעמונג, בין איך ווײַט ניט קיין אומפּאַרטיייִשער.) וועגן "צעטיל קטן" האָט די וויקיפּעדיע-קהילה פֿאַרשריבן בזה-הלשון (אין זײַן גאַנצקייט): "צעטיל קטן איז אַן אויפֿפֿירינגס צעטל געשריבן געוואָרען דורך ר׳ אלימלך פֿון ליזענסק."

פֿון דעם איינציקן זאַץ (דעם גאַנצן אַרטיקל) לערנט מען אָפּ אָן אַ שיעור וועגן דער ייִדיש-וויקיפּעדיע (איך מיין אַוודאי אין קאָנטעקסט פֿון אַנדערע אַרטיקלען, נאָר דאָס איז אַ פּאַסיקער משל). ערשטנס, איז זי סײַ באַשאַפֿן, סיי געצילעוועט אויף דער חרדישער קהילה. פֿאַראַן אַ זיכערקייט (אָדער ניט-באַטראַכטקייט) וועגן וואָס מע דאַרף ניט געבן צו פֿאַרשטיין דעם באַניצער. נאָר אַַ סוב-קולטור אײַנגעווייקט אין מוסר (אָדער מוסר נוסח חסידות) דאַרף ניט קיין אויפֿקלערונג פֿון באַגריף "אויפֿפֿירונגס-צעטל". צו אַ דערקערלונג פֿון פּאַרשוין ר’ אלימלך, ווידער, איז יאָ דאָ אַ לינק, נאָר דער שײַכותדיקער אַרטיקל איז ווידער ניט בײַהילפֿיק, סײַדן מע ווייסט שוין ווער ס׳איז דער נועם אלימלך, און וואָס איז די וויכטיקייט פֿון חסידישע צדיקים און זייערע יורשים. אפֿשר איז מײַן אויסטײַטש צו פֿיל געבויט אויף איין "פּסוק" פֿון דער וויקיפּעדיע, נאָר דעם אמת איז ניט אָפּצופֿרעגן: פֿון אַזאַ פּשוטן אַרטיקל קען מען פֿאַרשטיין עפּעס וויכטיקס וועגן ענציקלאָפּעדיעס בכלל, אַפֿילו בתקופֿה-האינטערנעץ: ניט בלויז זיי לערנען, אָדער גיבן איבער, נאָר זיי שטעלן פֿאָר די השערות פֿון דער (סוב-)קולטור, וואָס שאַפֿט זיי.

מע קען זיך אַרײַנלאָזן אין אַ סך אינטערעסאַנטע וויקיפּעדיע-פּרטים, וואָס מיר וועלן דאָ בלויז דערמאָנען פֿאַרבײַגייענדיק. וויפֿל באַניצן זיך מיט דער ייִדיש-וויקיפּעדיע? (די לעצטע ציפֿערן שאַצן אָפּ אַ הונדערט וויזיטן אַ חודש — צו פֿאַרגלײַכן ענגליש, מיט קרובֿ צו פֿיר הונדערט טויזנט, אָדער עבֿרית, מיט צען טויזנט.) ווער זײַנען די מחברים? (די אַקטיווסטע שרײַבערס זײַנען ס’רוב באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער ייִדישער בלאָג-וועלט. אינטערעסאַנט איז, וואָס דער הויפּט-אַדמיניסראַטאָר האָט אַן איסלענדישן בליצפּאָסט-אַדרעס.) אויב דער סאַמע איבערגעביטנסטער אַרטיקל אויף ענגליש איז אויף דער טעמע "דזשאָרדזש דאָבליו בוש", איז אויף ייִדיש — וועגן ר׳ אַהרן טייטלבאַום, איינער פֿון די צוויי הײַנטיקע סאַטמערער רביים. אויב אויף ענגליש איז וויקיפּעדיע אַ מקור פֿאַר אַלגעמיינעם וויסן (וואָס איז דער קאַלקולוס? ווי אַזוי וואַקסט אַ בוים?) זײַנען די דאָזיקע טעמעס אויף דער ייִדיש-ווערסיע בכלל ניטאָ, אָדער גאָר שיטערלעך אָנגערירט געוואָרן. און, צוריקגערעדט, אויב דער לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" ריכט זיך, אַז געוויסע טעמעס זאָלן געדעקט ווערן אין אַ ייִדיש-ענציקלאָפּעדיע, וואָלט ער אפֿשר געווען פֿאַרחידושט צו זען, וואָס עס פֿעלט. "סוצקעווער" איז אַ נאָמען אומבאַקאַנט דעם וויקיפּעדיער לעקסיקאָן, ווי אויך די ווערטער "וואַרשעווער געטאָ" און "חורבן" ("האָלאָקאָסט" איז יאָ דאָ, נאָר מיט גאָר אַ מאָגערן אינהאַלט).

אַרום און אַרום, איז די ייִדיש-וויקיפּעדיע אַ יחיד-במינו, אַ שאַפֿונג, וואָס שטעלט אויס דעם טאָג-טעגלעכן (און זיך-אַנטוויקלענדיקן) חרדישן וועלט־באַנעם אויף דער אינטערנעץ-בינע, די גאַנצע וועלט זאָל זען: אַנשטאָט וויקיפּעדיע קען מען אפֿשר שרײַבן "חרדיפּעדיע". מע מוז אויך געדענקען אָבער, אַז ס’איז אַן אָפֿן געשעפֿט. אפֿשר, קענען אַנדערע ייִדיש-רעדער נעמען אַ וואָרט און — פֿאַר וואָס ניט — משפּיע זײַן אויפֿן אָנגייענדיקן שמועס.