בנימין פֿײַגענבוים |
Forward Association |
געשטאַמט האָט פֿײַגענבוים פֿון אַ וואַרשעווער חסידישער משפּחה. פֿון זײַן פֿלײַסיקן שטודירן די הייליקע ספֿרים, האָט ער זיך געשניטן אויף אַ רבֿ. אָבער אָנהייב די 1880ער האָט ער זיך צוגעכאַפּט צו דער השׂכּלה-ליטעראַטור און, אַ ביסל שפּעטער, צו סאָציאַליזם. זײַן זשורנאַליסטישע טעטיקייט האָט ער אָנגעהויבן אויף פֿלעמיש (האָלענדיש), ווען ער האָט, זינט 1884, געלעבט אין אַנטווערפּן און געשריבן פֿאַר אַ צײַטונג פֿון די בעלגישע סאָציאַליסטן. אין 1886 האָט פֿײַגענבוים פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע אַרטיקלען אין דער פּעטערבורגער "ייִדישעס פֿאָלקסבלאַט". עטלעכע יאָר האָט ער געלעבט אין לאָנדאָן, וווּ ער איז געוואָרן אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון "דער אַרבעטער-פֿרײַנד".
אין 1891 האָט פֿײַגענבוים זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק, און איז געוואָרן אַקטיוו סײַ ווי אַ זשורנאַליסט, סײַ ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער. ער האָט, אַ שטייגער, געשפּילט אַ פֿירנדיקע ראָלע בײַם שאַפֿן דעם "אַרבעטער-רינג". זײַן נאָמען ווערט ניט איין מאָל דערמאָנט אין פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין "פֿאָרווערטס" איז ער געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע מיטאַרבעטער. באַקאַנט איז ער געווען ווי אַ מומחה אין פֿראַגן פֿון ייִדישער רעליגיע און אַ מיליטאַנטישער קעמפֿער קעגן אַלע רעליגיעזע מינהגים.
הלל ראָגאָף האָט אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס’" זיך דערמאָנט וועגן פֿײַגעלבוימען אַזוי:
"ער האָט געהערט צו יענער שול, צו יענעם טייל פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, וואָס האָט געגלייבט אין פֿולשטענדיקן אינטערנאַציאָנאַליזם, אין דעם אידעאַל פֿון אָפּשאַפֿן אַלע גרענעצן צווישן פֿעלקער און ראַסן, פֿון מיטברענגען צו דער פֿאַרשמעלצונג פֿון אַלע נאַציעס אויף אַזוי ווײַט ווי דאָס איז נאָר מעגלעך. ער האָט געהאַלטן, אַז רעליגיע איז אַ שטערונג צו דער דערגרייכונג פֿון דעם אידעאַל ... אין זײַן קאַריערע ווי אַ סאָציאַליסטישער שרײַבער, רעדנער און פֿירער, איז ער פֿאַרבליבן דער 'פֿײַערדיקער חסיד’. ער האָט אַלץ געטאָן מיט התלהבֿות, מיט ברען, מיט פֿײַערדיקער לײַדנשאַפֿט. דער סאָציאַליזם איז געווען זײַן רעליגיע ... וועגן זײַנע לייט-אַרטיקלען אין ׳פֿאָרווערטס׳ פֿלעגט זיך אין יענע יאָרן אַרומטראָגן אַ וויץ, אַז זיי אַלע ענדיקן זיך מיט אַ סאָציאַליסטישן ׳ובא לציון גואל׳.
"בײַ אים האָט זיך דערפֿאַר געשאַפֿן אַ מין פּאַראַדאָקס, אַ ווידערשפּרוך. אין זײַן פּריוואַטן פֿאַמיליע-לעבן איז ניט געווען קיין סימן פֿון ייִדישקייט, אָבער זײַן גײַסטיקער וועזן איז געווען דורכגעווייקט מיט ייִדישקייט."
וועגן דעם "פּאַראַדאָקס" פֿון פֿײַגעלבוימס ייִדישקייט האָט ניט לאַנג צוריק דערמאָנט דזשעראַלד סאָרין אין זײַן רעצענזיע אויף טאָני מײַקלס ממשותדיקער פֿאָרשונג פֿון דער ניו-יאָרקער ייִדישער סאָציאַליסטישער סבֿיבֿה (A Fire in Their Hearts: Yiddish Socialists in New York). סאָרין האַלט, אַז בײַ אַזעלכע מענטשן ווי פֿײַגענבוים האָט זייער סאָציאַליסטישע איבערגעגעבנקייט אָפֿט מאָל געשטאַמט פֿון ייִדישע טראַדיציעס.
אַ געשיכטע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, און די רעאַקציע אויף איר ווײַטערדיקער אַטוויקלונג אילוסטרירט די עקסטרעמקייט פֿון פֿײַגעלבוימס אינטערנאַציאָנאַליזם.
פֿאַרקאָכט האָט זיך אַ גאַנצע מעשׂה אין פֿעברואַר 1907 אין דעם ניו-יאָרקער הויז (ריכטיקער — פּאַלאַץ) אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, וווּ עס האָט געוווינט די רײַכע ייִדישע משפּחה פֿון מאָרטימער שיף. אין איין שיינעם טאָג האָט זיך איבערגעריסן די אידיליע פֿון שיפֿס לעבן. אַ קריסטלעכער קעלנער, וואָס האָט געשטאַמט פֿון שוועדן, האָט איבערגעגעבן דער בעל-הביתטע פֿונעם הויז אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט געשריבן וועגן זײַן פֿאַרליבטקייט אין איר און וועגן זײַן האָפֿענונג, אַז זי וועט אים ענטפֿערן מיטן זעלבן געפֿיל. דער ענטפֿער האָט, אָבער, אויסגעזען ראַדיקאַל אַנדערש: מע האָט דעם קעלנער גלײַך אַרויסגעטריבן פֿון דער שטוב.
אין אַ חודש אַרום האָט דער קעלנער, וואָס זײַן נאָמען איז געווען בראַנדט, זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין שיפֿס הויז און דערלאַנגט זײַן געוועזענעם בעל-הבית איבערן קאָפּ. צו שטאַרק האָט ער שיפֿן ניט צעמזיקט, און יענעם האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַרויִקן בראַנדטן, געבן אים געלט און אים משלח זײַן פֿון דער שטוב.
די גאַנצע מעשׂה האָט מען דערנאָך כּמה-וכּמה מאָל באַשריבן אין דער פּרעסע. אייניקע צײַטונגען, יאָגנדיק נאָך אַ סענסאַציע, האָבן חשד געווען, אַז צווישן דעם קעלנער און דער מאַדאַם שיף איז יאָ געווען עפּעס אַ ראָמאַנטישע פֿאַרבינדונג. הקיצור, ס׳איז געוואָרן פֿריילעך אין דעם שטעטל ניו-יאָרק.
דער סוף איז געווען, אַז דעם קעלנער האָט מען פֿאַרמישפּט אויף דרײַסיק יאָר. דעמאָלט איז נאָך פֿריילעכער געוואָרן, ווײַל אין דער פּרעסע האָבן גענומען זיך באַווײַזן אַנטי-סעמיטישע רמזים: אַן אָרעמער גוי פֿון איין זײַט, און אַ רײַכע ייִדישע משפּחה — פֿון דער צווייטער זײַט. דערצו נאָך איז דער ריכטער, אָטאָ ראָזאַלסקי, אויך געווען אַ ייִד.
אין 1912 זײַנען די צײַטונגען ווידער געווען פֿול מיט אַרטיקלען מכּוח דער בראַנדט-שיף-ראָזאַלסקי-געשיכטע, ווײַל בראַנדט האָט אַפּעלירט, בעטנדיק מע זאָל אים ניט האַלטן אַזוי לאַנג אין תּפֿיסה. דער "פֿאָרווערטס" האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויך געשריבן וועגן דעם ענין. אַן עדיטאָריאַל האָט צוגעגרייט פֿײַגענבוים, אָבער אַבֿ. קאַהאַן האָט עס ניט דערלויבט צו דרוקן. אָט ווי עס האָט זיך יענער עפּיזאָד פֿון דעם רעדאַקציע-לעבן פֿאַרגעדענקט ראָגאָפֿן:
"פֿײַגענבוים האָט אין דער פּאַסירונג פֿון דעם פֿאַרשיקטן אָנגעשטעלטן געזען בלויז איין זאַך: אַ צוזאַמענשטויס צווישן אַ מיליאָנערסקן בעל-הבית און אַ פּשוטן אַרבעטער. און ער האָט זיך אין זײַן לייט-אַרטיקל געשטעלט אויף דער זײַט פֿון דעם אַרבעטער. אַב. קאַהאַן האָט אין דער פּאַסירונג געזען אַ העצע קעגן אַ פּראָמינענטן ייִדישן פֿאָרשטייער, קעגן אַ פּראָמינענטן ייִדישן ריכטער און אויך אַ באַליידיקונג אויף ייִדן אין אַלגעמיין. פֿײַגענבוים האָט אויסגעטײַטשט די געשעעניש לויט די געזעצן פֿון אַבסטראַקטער סאָציאַליסטישער טעאָריע. אַב. קאַהאַן האָט זי אויסגעטײַטשט לויט די פּראַקטישע ייִדישע אינטערעסן."