טעאַטער

זלמן קאָלעשניקאָװ
זלמן קאָלעשניקאָװ

פֿאַראַן געניאַלע אַקטיאָרן (זײער װײניק!), פֿאַראַן גוטע אַקטיאָרן, פֿאַראַן אױך מיטלמעסיקע אַקטיאָרן... שלעכטע אַקטיאָרן װיל איך גאָרנישט דערמאָנען... עס איז אָבער פֿאַראַן נאָך אַ קאַטעגאָריע אַקטיאָרן — אינטערעסאַנטע אַקטיאָרן, אינטעליגענטע מענטשן.

דאָס זעלבע קאָן מען זאָגן װעגן שרײַבער, מוזיקער, מאָלער, װיסנשאַפֿטלער, װעגן שנײַדער און שוסטער...

זלמן קאָלעשניקאָװ איז געװען אי אַ גוטער אַקטיאָר, אי אַן אינטערעסאַנטער מענטש, אַ שטיק באָהעם, אַ האַרציקער מענטש און חבֿר. װי אַ סך קינסטלער האָט מען אים, צום באַדױערן, פֿאַרגעסן.

צװישן בײדע װעלט־מלחמות 1918—1939 האָבן אין דער װעלט עקזיסטירט דרײַ װיכטיקע טעאַטער־צענטערס — אין פּױלן, אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דער ייִדישער אַקטיאָרן־פֿאַראײן אין פּױלן האָט געצײלט בערך 400 מיטגלידער. װען מען בלעטערט די ענציקלאָפּעדיעס און האַנטביכער װעגן ייִדישן טעאַטער קאָן מען דערגײן צו אַ פֿאַנטאַסטישער צאָל אַקטיאָרן און אַקטריסעס אין דער גאָרער װעלט — צװײ טױזנט!

זלמן קאָלעשניקאָװ איז געבױרן געװאָרן אין ביאַליסטאָק אין יאָר 1908. זײַנע עלטערן זענען געװען פּשוטע ייִדן. זײַן פֿאָטער איז פֿון פֿאַך געװען אַ בױמײַסטער.

בײַ זלמנען אין דער הײם האָט יעדער אײנער געשפּילט אױף אַ געװיסן מוזיק־אינטרומענט. פֿון דאַנען איז זײַן געפֿיל פֿאַר עסטעטיק און טעאַטער.

נאָכן פֿאַרענדיקן אַ מיטלשול אין ביאַליסטאָק טרעט זלמן קאָלעשניקאָװ אַרײַן אין אַ פֿילם־שול, װאָס ער פֿאַרענדיקט מיט אַן אױסצײכענונג. זלמן קאָלעשניקאָװ װערט אַן אַקטיאָר אין עלטער פֿון 18 יאָר. אַ געװיסע צײַט שפּילט ער אין דער טרופּע פֿון באַקאַנטן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און טעאַטראַל יהודה גרינהױז. אין די 30ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט װערט אין ביאַליסטאָק געשאַפֿן אַ טעאַטער אונטערן נאָמען "גילאָרינאַ". ער װערט אָנגענומען אין דעם טעאַטער צוזאַמען מיט זײַן צוקונפֿטיקער פֿרױ רעניע גליקמאַן, און באַטײליקט זיך אין אַ גאַנצער רײ טעאַטער־ספּעקטאַקלען.

אין די יאָרן 1933־1939 גאַסטראָלירן זלמן קאָלעשניקאָװ און רעניע גליקמאַן װי באַקאַנטע שױשפּילער אין פּױלן מיטן טעאַטער "די ביאַליסטאָקער טרופּע". זײ פֿירן אױף קלאַסישע פּיעסעס װי אױך פֿאָרשטעלונגען פֿון לײַכטערן, פֿאַרװײַלערישן רעפּערטואַר.

אָנהײב מלחמה, שױן אונטער דער סאָװעטישער מאַכט, װערט געגרינדעט אַ װאַנדער־טעאַטער, ספּעציעל פֿאַר די מערבֿ־געביטן. זלמן קאָלעשניקאָװ װערט דער לײטער פֿון דעם טעאַטער. די טרופּע צײלט 75 פּערזאָן — אַקטיאָרן, מוזיקער, טעכנישער פּערסאָנאַל. אין דעם אַנסאַמבל באַטײליקט זיך דער באַרימטער אַקטיאָר מאָריס ליאַמפּע, װי דער קינסטלערישער לײטער. דער ראַטגעבער פֿון טעאַטער איז דער דיכטער אַבֿרהם זאַק.

לאַנג האָט די אידיליע נישט געדױערט. אין יאָר 1941 צוליבן איבערפֿאַל פֿון די דײַטשן װערט דער טעאַטער געשלאָסן.

זלמן געפֿינט זיך אין ביאַליסטאָקער געטאָ, און פֿון אָנהײב 1943 איז ער פֿאַרשפּאַרט אין אַ גאַנצער רײ דײַטשישע קאָנצענטראַציע־לאַגערן. ער װערט באַפֿרײַט אין יאָר 1945 אין קעניגסבערג און קערט זיך אום קײן ביאַליסטאָק.

ייִדן זענען שױן דאָרט נישט פֿאַרבליבן. אײנער פֿון די גרעסטע ייִדישע צענטערס אין פּױלן איז דעמאָלט געװען לאָדזש. דאָרט שאַפֿט ער דעם ערשטן ייִדישן טעאַטער־אַנסאַמבל אין פּױלן, נאָך אײדער עס איז אין פּױלן געשאַפֿן געװאָרן "דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אידאַ קאַמינסקאַ.

װען אין די שטעטלעך פֿון נידערשלעזיע זענען זיך צונױפֿגעקומען די ערשטע רעשטלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט קאָלעשניקאָװ זײ דער ערשטער געברענגט דאָס ייִדישע װאָרט פֿון טרײסט און האָפֿענונג. ער זאַמלט צונױף ייִדישע אַקטיאָרן, װעלכע האָבן שױן לאַנג נישט געשפּילט קײן טעאַטער. און װידער שפּילט מען ייִדישן טעאַטער אין פּױלן. קאָלעשניקאָװ האָט באַשטעטיקט די בשׂורה, אַז עס איז אַװעק די פֿינצטערע נאַכט אין די הערצער פֿון די ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה.

ער איז געװאָרן באַרימט אין פּױלן אין די ערשטע יאָרן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה. זלמן קאָלעשניקאָװ װערט נאָמינירט דורכן צענטראַל־קאָמיטעט פֿון די ייִדן אין פּױלן װי דער אָנפֿירער פֿון ייִדישן טעאַטער אין נידערשלעזיע. אין די שטעט און שטעטלעך פֿון נידערשלעזיע האָבן אין יענער צײַט געלעבט בײַ אַ הונדערט טױזנט ייִדן. געװען אַפֿילו אוטאָפּיסטן, װעלכע האָבן געחלומט צו שאַפֿן דאָרט אַ "ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט" מיט דער הױפּטשטאָט אין װראָצלאַװ (געװעזענע ברעסלאַו).

די אַקטיװיטעט זײַנע האָט זיך אָנגעהױבן מיט שפּילן קלײנקונסט. שפּעטער גײט דער טעאַטער אַריבער צו מער ערנסטן רעפּערטואַר — "טבֿיה דער מילכיקער", "שװער צו זײַן אַ ייִד" א״אַ. אַגבֿ, די פֿאָרשטעלונג "טבֿיה" האָט קאָלעשניקאָװ געשפּילט במשך פֿון אַלע יאָרן פֿון זײַן בינע־טעטיקײט. ער איז געװען אײנער פֿון די בעסטע "טבֿיהס".

מיט די ערשטע שטראָמען פֿון יציאת־פּױלן איז זלמן קאָלעשניקאָװ אַװעק און האָט גאַסטראָלירט אין פֿאַרשײדענע לענדער. ער, צוזאַמען מיט רעניע גליקמאַן, האָט געשפּילט "זײַן רעפּערטואַר", דאָס הייסט, דעם רעפּערטואַר, װאָס ער האָט אַלײן געשריבן, מײסטנס, פֿון פֿאַרװײַלערישן כאַראַקטער, אָבער שטענדיק מיט אַ דראַמאַטישן אינהאַלט און שטענדיק באַגלײט מיט האַרציקער, פֿאָלקסטימלעכער מוזיק. קאָלעשניקאָװ איז געװען זײער מוזיקאַליש.

ער פֿאָרט אַרױס צוזאַמען מיט זײַן פֿרױ קײן פּאַריז. זײ גאַסטראָלירן אין בעלגיע, האָלאַנד, דײַטשלאַנד, עסטרײַך, דענעמאַרק, שװעדן, פֿינלאַנד, נאָרװעגיע, דרום־ און צפֿון־אַמעריקע. ער פֿאָרט אױף גאַסטראָלן קײן ישׂראל, לכל־הפּחות אײן מאָל אַ יאָר. ער איז אין ישׂראל געװאָרן כּמעט אַ תּושבֿ.

אין יאָר 1961 איז זײַן פֿרױ, די פּרעכטיקע אַקטריסע רעניע גליקמאַן געשטאָרבן. אין יאָר 1962 שאַפֿט קאָלעשניקאָװ, צוזאַמען מיטן באַקאַנטן רעזשיסאָר יוסף שײן, דעם פּאַריזער געזעלשאַפֿטלעכן טעאַטער א״נ "פּאַריזער ייִדישער קונסט־טעאַטער". ער איז געװען אַ מיטגליד פֿון פֿראַנצױזישן אױטאָרן־ און קאָמפּאָזיטאָרן־פֿאַרבאַנד.

קאָלעשניקאָװ האָט יאָרן לאַנג געלעבט אין פּאַריז. ער איז געװען, אַזױ צו זאָגן, דער נישט־געקרױנטער אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער באָהעמע אין פּאַריז. צו זײַן קרײַז האָבן געהערט אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקײטן פֿון דער ייִדישער קולטור־װעלט אין פּאַריז, װי: דער שרײַבער יחזקאל קאָרנהענדלער, דער סקולפּטאָר מיכאל מילבערגער, פּראָפֿ’ יצחק װאַרשאַװסקי, דער שרײַבער אַבֿרהם װײץ, רעדאַקטאָר ל. לענעמאַן, די דיכטערין פּערעלע האַלטער, דער מאָלער מאַרעק רודניצקי, דער שרײַבער בנימין שלעװין, דער מאָלער רפֿאל כװאָלעס און צענדליקער אָנגעזעענע ייִדישע קולטור־מענטשן.

זלמן קאָלעשניקאָװ איז אין פּאַריז געװען אַן אינסטיטוציע. ער האָט "געפּראַװעט" טיש און דערצײלט זײַנע װיצן, אַפֿאָריזמען און גלײַכװערטלעך. ער איז געװען אַ גלענצנדיקער דערצײלער. ער האָט געקענט פּרעכטיק פֿאַרװײַלן דעם עולם. ער איז געװען אַ ליבער און האַרציקער מענטש. עס איז געװען אַ פֿאַרגעניגן מיט אים צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר שעה אין אַ קאַפֿע־הױז בײַ אַ גלעזל קאַװע און אַ גוטן פֿראַנצױזישן קאָניאַק.

זלמן קאָלעשניקאָװ איז געװען מײַנער אַ גוטער חבֿר. איך האָב בײַ אים געװױנט אין פּאַריז און מיר האָבן אָפֿט שפּאַצירט איבער די פּאַריזער גאַסן און בולװאַרן. איך האָב באַמערקט װי פּאָפּולער דער מענטש איז — אױף טריט און שריט האָט מען אים באַגעגנט מיט אַ "באַנזשור, מעסיע קאָלעסניקאָװ"...

אין יאָר 1973 האָט פּאַריז געפֿײַערט פֿערציק יאָר אַרטיסטישע טעטיקײט פֿון זלמן קאָלעשניקאָװ. אין שײַכות מיט זײַן יובילײ האָבן עטלעכע אָנגעזעענע טעאַטראַלן געשריבן װעגן אים.

שרײַבט אידאַ קאַמינסקאַ: "פֿאַר די אַלע יאָרן, װאָס דו האָסט אַזױ פֿיל ייִדן געמאַכט פֿרײלעך און לאַכן — װיל איך דיר דאַנקען".

דער אַקטיאָר מאיר מעלמאַן שרײַבט: "פֿול מיט לעבן, מיט אָפּטימיסטישן און איראָניש־סקעפּטישן שמײכל דערמאָנט ער מיך דעם זעלבן קאָלעשניקאָװ, װאָס האָט מיט 40 יאָר צוריק אָנגעהױבן צו דערפֿרײען דעם עולם אין ביאַליסטאָק. ער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט אױף דער פּױלישער ערד באַנײַט דאָס שפּילן טעאַטער פֿאַר דעם ביסל לעבן־געבליבענע ייִדן".

שרײַבט שמעון קאַנץ: "אַ פֿאָלקס־מענטש מיט דער גאַנצער נשמה דערגײט זײַן שפּילן צו האַרצן פֿון צושױער מיט אוממיטלבאַרן ציטער, מיט דער ליבשאַפֿט, חן און רײץ פֿון אַ פֿאָלקס־טאַלאַנט".

זלמן קאָלעשניקאָװ איז געשטאָרבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1985, װוּ ער איז געבראַכט געװאָרן צו אײביקער רו.