פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן אַרבעטאָרין נייט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין דער פֿאַבריק
אַן אַרבעטאָרין נייט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין דער פֿאַבריק
Getty Images

מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַ­לעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-גע­בילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען. אים איז נימאס געוואָרן צו בײַטן יעדעס מאָל די פּאָרטרעטן פֿון די הויך-געשטעלטע סאָוועטישע מנהיגים, ווען מע האָט זיי פֿון צײַט צו צײַט אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זייערע אומדערגרייכלעכע הויכקייטן.

מײַן טאַטע, דווקא אַ קאָמיסאַר אין די מלחמה-יאָרן, האָט ליב געהאַט אַזעלכע מעשׂיות, פּונקט ווי ער האָט זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון אַלע ריטואַלן. אַ סבֿרא, אַז איך האָב עס פֿון אים געירשנט. רי­טועלקייט מיינט פֿאַר מיר, געוויינטלעך, פּאַטעטישקייט. אמת, עס קען זײַן סימ­פּאַטיש. למשל, איך האָב ליב צו קוקן, ווי עס בײַט זיך אַן ערנוואַך לעבן עפּעס אַ פּאַלאַץ. מיט עטלעכע וואָכן צוריק, אין אַ שלאַקס-רעגנדיקן טאָג, האָב איך, ווי אַ קינד, געקוקט אויף אַזאַ פּאַראַד אין דער נאָרוועגישער קרוינשטאָט, אָסלאָ. אָבער דאָס איז שוין מער אַ טעאַטער, איידער אַן אידעאָלאָגישע גימנאַסטיק. בפֿרט נאָך, אַז די זעלנער אין אַזעלכע קאַראַול-באַטאַליאָנען זײַנען אָנגעטאָן ווי אָפּערעטע-אַקטיאָרן, ניט ווי ריכטיקע מיליטערלײַט.

אין ענגלאַנד שפּילט מען זיך רעלאַטיוו ווייניק מיט דער נאַציאָנאַלער סימבאָליק. מע מאָלט עס, פֿאַרשטייט זיך, אויף די טאַנדעט-צאַצקעס, וועלכע מע מאַכט פֿאַר טוריסטן. אָבער אין טאָג-טעגלעכן לעבן זעט מען עס זעלטן, סײַדן עס הייבט זיך אָן אַ סעזאָן פֿון אינטערנאַציאָנאַלן פֿוטבאָל. דעמאָלט באַווײַזן זיך פֿאָנען אויף אַ סך הײַזער. בדרך-כּלל, זײַנען זיי ניט קיין בריטישע, נאָר ענגלישע, שאָטישע וכ׳, ווײַל יעדער היסטאָרישער טייל פֿון גרויס-בריטאַניע האָט אַ באַזונדערע קאָמאַנדע. אין דער גאַנצער געגנט, וווּ איך וווין, הענגט שטענדיק אַ גרויסע ענגלישע פֿאָן נאָר אויף איין סלופּ. איך ווייס ניט, וואָס די דאָזיקע זאַך באַטײַט — צי דער באַלעבאָס פֿונעם הויז איז אַזוי הייס פֿאַרליבט אין ענגלאַנד און וויל עס ווײַזן, צי ער איז משוגע אויף דעם ענגלישן פֿוטבאָל, צי ער פֿוילט זיך פּשוט אַראָפּצונעמען די פֿאָן.

ס׳רובֿ פֿאָנען אַרבעט מען אויס ערגעץ אין כינע. זיי זײַנען ביליקער, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דער הי-געמאַכטער סחורה. איך ווייס ניט, צי דער דאָזיקער פֿאַקט רופֿט אַרויס אַ פֿאַרדראָס בײַם בריטישן עולם. יעדנפֿאַלס, האָב איך וועגן דעם ניט געהערט און ניט געלייענט. צוריק גערעדט, ווערן דאָך ניט בלויז פֿאָנען, נאָר ס׳רובֿ זאַכן אויסגעאַרבעט מחוץ בריטאַניע. ווי אין יעדער אַנטוויקל­טער מדינה, זײַנען אין בריטאַניע אין גאַנצן צי טיילווײַז אָפּגעשטאָרבן אַ סך אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, ווײַל זיי קענען ניט קאָנקורירן מיט דער פּראָדוקציע, אויסגעאַרבעט אין די ווייניקער אַנטוויקלטע לענדער.

דאָס זעלבע קומט פֿאָר, פֿאַרשטייט זיך, אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. קאַפּיטאַליזם איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, אַ ניכטערע עקאָנאָמישע סיסטעם — אויב די סחורה איז ביליקער צו פּראָדוצירן אין כינע, פֿירט מען עס פֿון כינע. אָבער ווען די רייד גייט וועגן די אַמעריקאַנער פֿאָנען, האָט מען אין דעם אײַנגעזען אַ פּחיתות-הכּבֿוד. וואָס הייסט — די כינעזער זאָלן נייען די אַמעריקאַנער פֿאָן! און עס האַנדלט זיך וועגן אַ שיין ביסל פֿאָנען: 62 פּראָ­צענט אַמעריקאַנער הײַזער און דירות האָבן אַ פֿאָן צי אַפֿילו עטלעכע פֿאָנען.

אין דעם שטאַט מינעסאָטאַ האָט מען אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס פֿאַרווערט דאָס פֿאַרקויפֿן די אַמעריקאַנער פֿאָנען, אויב זיי זײַנען געמאַכט געוואָרן מחוץ די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן. פֿאַר עובֿר זײַן אויף דעם געזעץ קען מען טײַער באַצאָלן — אָדער 1,000 דאָלאַר אָדער 90 טעג תּפֿיסה.

אין אַן אַנדער שטאַט, טענעסי, האָט מען נאָך פֿריִער אָנגענומען אַ געזעץ, אַז טאָמער אַן אַמעריקאַנער פֿאָן ווערט געקויפֿט פֿאַר מלוכה-געלט, מוז עס זײַן אַ היגע, ניט קיין אימפּאָרטירטע פּראָדוקציע. פּראָיעקטן פֿון ענלעכע געזעצן ווערן איצט באַטראַכט אין ניו-דזשערזי און פּענסילוועניע.

לאָזט זיך אויס, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ באַ­זונדערע אַסאָציאַציע, וועלכע פֿאַראייניקט די אַמעריקאַנער פּראָדוצירער פֿון פֿאָנען. זי קלאָגט זיך, אַז מע אימפּאָרטירט צו פֿיל פֿאָנען. דער דאָזיקער אימפּאָרט איז היפּש אויסגעוואַקסן נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001. אין יאָר 2000 האָט מען אַרײַנגעפֿירט פֿאָנען אויף 748,000 דאָלאַר, אָבער אין 2001 האָט דער פֿאָנען-אימפּאָרט דערגרייכט אַזש ביז 51.7 מיליאָן דאָלאַר. אין די שפּעטערדיקע יאָרן איז דער נאָכפֿרעג געפֿאַלן, אָבער סײַ-ווי-סײַ האָט מען פֿאַראַיאָרן געבראַכט אויסלענדיש-געמאַכטע פֿאָנען (דער עיקר, פֿון כינע) אויף 5.3 מיליאָן דאָלאַר.

מיטן גאַנצן האַרצן ווינטש איך אַלע אַמעריקאַנער: קיין גרעסערע דאגות זאָלט איר נישט האָבן.