- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אָנגעשטרענגטער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח — דער פֿאַרשלעפּטער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, די מלחמה אין איראַק און דער רעגירונגס־קריזיס אין לבֿנון, דער נוקלעאַרער־סיכסוך אַרום איראַן — זײַנען געקניפּט און געבונדן צווישן זיך מיט אינטערעסן סײַ פֿון אַ לאָקאַלן און סײַ פֿון אַן אַלוועלטלעכן כאַראַקטער. די פּאָליטיק פֿון די מערבֿ־לענדער, וואָס האָבן ביז אַהער זיך באַמיט משפּיע זײַן אויף דעם ראַיאָן, באַנוצנדיק זיך מיט די טראַדיציאָנעלע דעמאָקראַטישע מיטלען פֿון רעגירן, האָט נאָך ביז אַהער קיין פֿויגלדיקע רעזולטאַטן נישט געבראַכט. דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה. נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען. ייִדיש טעאַטער, ייִדישע אַקטיאָרן.... ייִדיש טעאַטער, וואָס האָט זיך אַלע יאָרן געראַנגלט פֿאַר זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך געהאַט אַ קאַפּעטשקע מזל: אַזוי פֿיל אויסגעצייכנטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס! וועגן אייניקע אַקטריסעס האָב איך שוין געשריבן אין מײַנע פֿאָריקע אָפּהאַנדלונגען. מיר האָבן פֿאַרמאָגט שוישפּילער פֿון אַ וועלט־פֿאַרנעם. דינסטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, איז געווען אַ וויכטיקער טאָג אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. מער ווי טויזנט סטודענטן האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם גרעסטן זאַל אויפֿן קאַמפּוס, כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט פֿונעם 39סטן פּרעזידענט, דזשימי קאַרטער — דער ערשטער פּרעזידענט צו קומען אין בראַנדײַס זינט הערי טרומאַן. קאַרטער איז געקומען רעדן וועגן דעם בוך, וואָס ער האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן, "Palestine: Peace Not Apartheid" (פּאַלעסטינע: שלום, נישט אַפּאַרטהײַד), וואָס דערמאָנט דעם לייענער וועגן דער ראַסיסטישער סיסטעם אין דרום־אַפֿריקע פֿון די 1940ער ביז די 90ער יאָרן. אין דער וועלט איז הײַנט נישטאָ אַזאַ ווינקעלע, וווּ עס וואָלטן געקאָנט לעבן נאָרמאַלע מענטשן. וויכטיק איז נישט די לעצטע סטאַנציע, וויכטיק איז דער וועג צו איר.
גריגאָרי קאַנאָוויטש,
1 אַקוראַט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך ווײַס ברויט זײַנען שורותווײַז געלעגן אויף צעשפּרייטע צײַטונג־זײַטלעך אומעטום, וווּ ס׳איז נאָר געווען אַ פֿרײַ שטיקל אָרט: אויף די שאַפֿקעלעך אַרום דעם אָפּגאָס־בעקן, זיי האָבן פֿאַרנומען כּמעט דעם גאַנצן קיך־טיש און אַפֿילו דאָס איינציקע בענקל איז אויך פֿאַרדעקט געווען מיט אַ בלאַט, אויף וועלכן ס׳האָבן זיך גענורעט איינס צום אַנדערן אַ זעקס, זיבן סקאָרינקעס ברויט. אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט וועגן איינעם פֿון די גרעסטע נסים, וואָס זײַנען געשען ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון מצרים — דאָס איז דער גרויסער נס פֿון קריעת־ים־סוף: ווען די ייִדן זײַנען צוגעקומען צום ים־סוף און זיי האָבן געדאַרפֿט גיין ווײַטער, האָט דער אויבערשטער געוויזן דעם וווּנדער־נס פֿון קריעת־ים־סוף — דער ים האָט זיך געשפּאָלטן און די ייִדן זײַנען דורכגעגאַנגען דעם ים אין דער טריקעניש. דערציילן די חז״ל אין גמרא און אין מדרש (סוטה לז, א. במדבר רבה יג, ו) אַז דער נס איז פֿאָרגעקומען אין זכות פֿון נחשון בן עמינדבֿ, דער צוקונפֿטיקער נשׂיא פֿון שבֿט יהודה. "קיין שום ייִדישע פֿרוי דאַרף מען ניט לערנען ווי צו מאַכן טיי אָדער קאַווע. דאָך, דאַרף מען זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אי טיי, אי קאַווע טאָר ניט פֿאַרקאָכן לאַנג. פֿונעם שטיין אַנטוויקלען זיך אַזוינע שעדלעכע מאַטעריאַלן ווי טעיִן און קאַפֿעיִן. ווען די טיי פֿאַרקאָכט זיך גוט, דאַרף מען דעם סענץ אָפּציִען און האַלטן אים אין אַ ריין טשײַניקל. צושיטן טיי צו די אַלטע בלעטלעך איז זייער שלעכט, אי פֿאַרן געשמאַק, אי פֿאַרן געזונט." "דאַנקען גאָט, ס’איז שוין ווידער שטיל געוואָרן!", זאָגט מיר יענע וואָך מײַנער אַ שכן. אונדזער געגנט איז בדרך־כּלל אַ שטילע, נאָר איך ווייס פּונקט וואָס ער מיינט. פֿון זינט באַלד נאָך "דאַנקטאָג" (ד״ה סוף־נאָוועמבער) ביז באַלד נאָך "נײַיאָר" (סוף ערשטע וואָך פֿון יאַנואַר) ווערט אונדזער רויִק, חנעוודיק און זייער ייִדישלעך שטעטל פֿאַרוואַנדלט אין אַ טיפּיטשנע גוייִש דאָרף. דניאל גלאַי, קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכער טוער, האָט געשאַפֿן אַ ייִדישע אָפּערע: "חיים בן־חיה". אַנומלט איז זי אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין "בית־לייוויק", די היים פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקער קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ ברייט־פֿאַרשפּרייט מוזיקאַליש־ווערק, איז דניאל גלאַי, אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, וווּ אַ דאַנק דער מוזיקאַלישער באַשעפֿטיקונג פֿון דעם פֿאָרזיצער, פֿאַרנעמט די מוזיק אַ גאַנץ וועזנטלעכן טייל אין דער טעטיקייט פֿונעם אַנשטאַלט. עס זײַנען דאָ ערטער, וועלכע איך אַסאָציִיִר ניט מיט ייִדיש. די שטאָט ראָטשעסטער, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון-טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק, געהערט צו די דאָזיקע "ניט-ייִדישע" מקומות. האָט מיך טאַקע שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען איך האָב איבערגעלייענט, אַז דווקא דאָרטן האָט אַ היפּשע צײַט געלעבט דער דיכטער ישׂראל עמיאָט (גאָלדוואַסער, 1909—1978) און דאָרטן זײַנען אַרויס אייניקע ביכער זײַנע, סײַ אויף ייִדיש, סײַ איבערגעזעצט אויף ענגליש. האָב איך געשטעלט די פֿראַגע איינער פֿון זײַנע איבערזעצער — לאה זאַזוליער וואַטסאָן, וואָס וווינט אין ראָטשעסטער און, ווי איך פֿאַרשטיי, באַשעפֿטיקט זי זיך מיט עמיאָטס ווערק און ביאָגראַפֿיע מער, ווי עמעצער נאָך. הײַיאָר פֿאַלט אויס דער 100סטער יאָרצײַט פֿון דעם פֿאָלקס־דיכטער, דעם קיִעווער אַדוואָקאַט מאַרק וואַרשאַווסקי, וועמען שלום־עליכם האָט אַנטדעקט און געהאָלפֿן אַרויסגעבן זײַנע לידער אין 1901 און 1914. אין זײַן פֿירוואָרט צום ערשטן באַנד, געשריבן אין 1900, האָט שלום־עליכם באצייכנט דעם אײַנדרוק פֿון וואַרשאַווסקיס לידער אין יענער צײַט: דער אַרטישאָק האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן בלויז די מאַנסבילן געמעגט אים עסן, ווײַל מע האָט געהאַלטן די אַרטישאָק־בלעטער פֿאַר אַן אַפֿראָדיזיאַק (אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן דעם סעקסועלן כּוח). מע האָט אויך באַניצט דעם אַרטישאָק ווי אַן אָטעם־רייניקער און אַפֿילו אַ דעאָדאָראַנט. |