אין דער וועלט איז הײַנט נישטאָ אַזאַ ווינקעלע, וווּ עס וואָלטן געקאָנט לעבן נאָרמאַלע מענטשן. וויכטיק איז נישט די לעצטע סטאַנציע, וויכטיק איז דער וועג צו איר.
גריגאָרי קאַנאָוויטש,
"די באַצויבערטע פֿון שׂטן"
1
אַקוראַט אָנגעשניטענע רעפֿטלעך ווײַס ברויט זײַנען שורותווײַז געלעגן אויף צעשפּרייטע צײַטונג־זײַטלעך אומעטום, וווּ ס׳איז נאָר געווען אַ פֿרײַ שטיקל אָרט: אויף די שאַפֿקעלעך אַרום דעם אָפּגאָס־בעקן, זיי האָבן פֿאַרנומען כּמעט דעם גאַנצן קיך־טיש און אַפֿילו דאָס איינציקע בענקל איז אויך פֿאַרדעקט געווען מיט אַ בלאַט, אויף וועלכן ס׳האָבן זיך גענורעט איינס צום אַנדערן אַ זעקס, זיבן סקאָרינקעס ברויט. די קיך איז געווען אַן אָפֿענע, דאָס הייסט, זי איז נישט געווען אָפּגעטיילט מיט אַ פֿערטער וואַנט פֿון דעם פֿאָדערשטן צימער, נאָר אויסגעזען ווי אַ צוגאָב־טייל, וווּ מע גרייט צו דאָס עסן, אָבער עסן עסט מען אינעם "סאַלאָן", ווי מ׳האָט עס דאָ גערופֿן. עס האָט געקלונגען דערהויבן, אַריסטאָקראַטיש — "סאַלאָן", נישט געקוקט אָבער דערויף, האָבן די ווײַסע רעפֿטלעך, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, אויך אין דעם סאַלאָן פֿאַרכאַפּט יעדע אויבערפֿלאַך פֿון דעם קאַרגן ביסל מעבל — דאָס שמאָלע דיוואַנדל, די עטלעכע ליידיקע ביכער־פּאָליצעס, צוגעפֿעסטיקט צו דער וואַנט; זיי האָבן נישט אויסגעמיטן דאָס אייבערשטע דעקל פֿון דער טעלעוויזיע און זיך פֿרײַ צעלייגט אויף דעם פֿענצטער־ברעטל.
ס׳איז אַ מחיה געווען צו קוקן אויף אַזאַ "סאַלאָן" און קיך, פֿאַרפֿלייצט מיט אַזעלכע פֿריש־שמעקנדיקע "שוועמלעך", און שׂרוניע, מער אַ גליקלעכע, ווי אַ מידע, אָנשפּאַרנדיק זיך מיטן עלנבויגן אינעם טיש, און נאָך אַלץ האַלטנדיק אין האַנט דעם מעסער, — האָט פּאַמעלעך געפֿירט מיטן בליק איבער די ברויט־שורות, נישט דורכגעלאָזט קיין איין רעפֿטל, עלעהיי יעדער פֿון זיי וואָלט געטראָגן אַ באַזונדערן צייכן, וואָס נאָר זי, די אַלטע שׂרוניע, קאָן זיי אַלע צונויפֿשטעלן אין אַ געוויסן סדר און אַנטפּלעקן דעם סוד פֿון אַ פֿאַרבאָרגענער אויפֿשריפֿט.
שׂרוניע האָט שוין פֿעסט באַשלאָסן בײַ זיך: זי וועט גיין צו זיי צו גאַסט, און ווי לאָזט מען זיך אין וועג אַרײַן אָן גוט אויסגעטריקנטע רעפֿטלעך ברויט. קיין שום סוכאַרעס קאָנען זיך מיט דעם נישט פֿאַרגלײַכן; זיי ברעקלען זיך און קרישלען זיך, און אומעטום זײַנען זיי פֿול — צעקריכן זיך ווי מוראַשקעס און בײַסן דערנאָך... אַן אַנדער זאַך איז אַ גוט אויסגעטריקנט רעפֿטל ברויט, דערצו נאָך אַ ווײַס! ס׳איז תּמיד גרייט צום עסן: מיט אַ ביסל אָקרעפּ, אַ קאַרטאָפֿל־זיפּעכץ1) און אַפֿילו פּשוט אײַז־קאַלטע וואַסער, גלײַך פֿון דער קערניצע2); ווער רעדט שוין פֿון אַ שלונג מילך... עס דראַפּעט נישט דעם האַלדז, עס קלעפּט זיך נישט צום גומען און בשעתן קײַען, ווערט נישט די צונג אַזוי גיך מיד איבערצומישן אין מויל דאָס איבערגעקײַטע. דעליקאַטעס! בײַם דערמאָנען זיך דאָס וואָרט, האָט שׂרוניע זיך צעשמייכלט און ווידער געלאָזט אירע אויגן אָנצוקוועלן פֿון דער אַרבעט, וואָס אירע הענט האָבן אַזוי בריהש אויסגעפֿירט.
זיי וועלן אַוודאי אויך זײַן צופֿרידן פֿון איר מתּנה, — האָט ווײַטער געטראַכט שׂרוניע, און זיך פֿאַרהאַקט פֿון דער אויפֿגעקומענער פֿראַגע: צי וועלן זיי דערקענען זי? אַזוי פֿיל יאָרן אַוועק — אַ גאַנץ לעבן, קאָן מען זאָגן. צוריק גערעדט, זײַנען דאָך אירע יאָרן אין ערגעץ נישט אַוועק; זיך צעשמאָלצן אין איר בלוט, זיך צעגאָסן איבער איר לײַב. איר זכּרון האָט אַלץ, ביז אַ פּרט, אין זיך אײַנגעזאַפּט... אמת, זי פֿילט מיט יעדן טאָג, ווי ער ווערט שוואַכער. זי הייבט אָן פֿאַרגעסן זאַכן, פּנימער, אַפֿילו ווערטער. אָט האָט זי לעצטנס פֿאַרגעסן דעם פֿאַמיליע־נאָמען פֿון איר טאָכטער. די באַלעבאָסטע פֿון דער דירה האָט איר מיט צוויי טעג צוריק אָנגעקלונגען און עס געפֿרעגט, ווײַל דער טעלעפֿאָן איז פֿאַרשריבן אויף דער טאָכטערס נאָמען. האָט זי זיך אויפֿן ערשטן מאָמענט פֿאַרלוירן: דער נאָמען פֿונעם איידעם, מישע, איז באַלד געווען בײַ איר אויף דער שפּיץ־צונג, אָבער זײַן פֿאַמיליע, וואָס איז אויך די פֿאַמיליע פֿון זײַן ווײַב, דאָס הייסט, איר טאָכטער, איז ווי אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שוואַרצער לאָך — כאָטש נעם און וואַרף זיך אַליין אַהין אַרײַן. ניין, זי האָט זיך דערנאָך דערמאָנט — ווײַסמאַן — אַ פּשוטער פֿאַמיליע־נאָמען, אָבער עס איז פֿאַרבליבן אַ געפֿיל פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט, ווי זי וואָלט זיך פּלוצעם פֿאַרלוירן, פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן אין אַ פֿרעמדער גאַס, שטאָט, לאַנד...
עס וועט נישט נעמען קיין סך, עטלעכע שעה, ביז די ווײַסע רעפֿטלעך ברויט וועלן ווערן אַזוי, ווי זיי דאַרפֿן זײַן. דאָ ווערט אַלץ גיך טרוקן... מיטן אָנרירן דאָס וואָרט "דאָ", האָט זיך באַלד, פֿון זיך אַליין, דורכגעפֿירט אַ מחיצה, און ווי אַן אָפּקלאַנג זיך אָפּגערופֿן מיט אַ היפּוך — "דאָרט". דער "דאִָ" האָט געטראָגן אין זיך קנאַפּע זיבן יאָר, אָבער ווי שׂרוניען האָט זיך איצט אַ טראַכט געטאָן, האָט ער כּמעט פֿאַרשטעלט מיט זיך דעם גאַנצן "דאָרט", אַ קײַמא־לן פֿון פֿולע דרײַ און זיבעציק יאָר.
"דאָ" — האָט געהייסן ישׂראל, די שטאָט נצרת־עילית, די דירה, וואָס אירע קינדער האָבן איר געדונגען... די פֿאַרלוירנקייט האָט זי דערפֿילט פֿריִער, נאָך "דאָרט", אין איר היימשטאָט בעלץ, בשעת מע האָט נאָר אָנגעהויבן צו רעדן וועגן "פֿאָרן"; בײַם אָנהייב האָבן זיך די רייד אויפֿגענומען ווי אַ מין אַלגעמיינער קלאַנג, וואָס טראָגט זיך אַרום אין דער לופֿטן שוין אַ היפּשע צײַט — ווי אַ מין אָנשטעקערישע קינדער־קרענק, למשל, מאָזלען — מע קרענקט אָפּ איין מאָל אין לעבן און מע פֿאַרגעסט אין דעם — האָט זי דאָ אויך געמיינט, אַז מע וועט איבערמאָזלען און פֿאַרגעסן אין דער אָנשטעקעניש, אין דעם "פֿאָרן".
ס׳איז אָבער נישט געשען אַזוי, נאָך מער: די ווערטער האָבן זיך אָנגעהויבן פֿאַרווירקלעכן אין ממשותדיקע זאַכן — אַ סך האָט מען פֿון דער שטוב פֿאַרקויפֿט, אַ סך געקויפֿט. און אויב די פֿאַרקויפֿטע זאַכן האָט מען ווי אַרויסגעריסן מיטן וואָרצל, מיט אַ שטיק געשיכטע פֿון דער שטוב און משפּחה, האָבן די שפּאָגל־נײַע חפֿצים — אָפֿט נאָך אײַנגעפּאַקעוועט אין האַרטע קאַרטאָן־קעסטלעך, אַרומגעשטעמפּלט פֿון אַלע זײַטן מיט קורצע וואָרענונג־אויפֿשריפֿטן: "ניט וואַרפֿן!", "ניט קלאַפּן!", "גלאָז", "עפֿענען דאָ!", "אַכטונג!", "פֿאָרזיכטיק!ִ"... — זי אָפּגעשראָקן. זי פֿלעגט מורא האָבן זיך צורירן צו זיי און איז גערן געווען וואָס גיכער זיך אַרויסשאַרן פֿונעם שלאָף־צימער, פֿאַרשטעלט מיט די דאָזיקע פּעק און קאַסטנס פֿון פֿאַרשיידענער גרייס און לענג, פֿונעם דיל ביז דער סטעליע. פֿאַרנומען האָט זיך מיט דעם אַלעמען פֿירוניע, איר טאָכטער. די מוטער האָט בלויז געזיפֿצט און געפֿילט, אַז יעדער נײַער טאָג לאָזט איר אַלץ ווייניקער איבער פֿון דעם שליחות, וואָס זי האָט אַזוי געטרײַ און איבערגעגעבן אויסגעפֿירט איר גאַנץ משפּחה־לעבן — צו זײַן אַ באַלעבאָסטע אין איר שטוב; צו פֿירן אַן אייגענע היים.
זי פֿלעגט עס בײַ נאַכט ממש אַרײַנזיפֿצן דודן אין זײַן פּלייצע: "מע מאַכט דאָך אַליין פּראַך פֿונעם גאַנצן לעבן!"... דער מאַן האָט נישט געענטפֿערט, כאָטש שׂרוניע האָט געוווּסט, אַז ער שלאָפֿט נישט. זי האָט עס פֿאַרשטאַנען פֿון זײַן אָטעמען, אָט ווי אַ גוטער, אַלטער דאָקטער פֿלעגט אַמאָל אויסהערן אַלץ, וואָס עס טוט זיך דאָרט אינעווייניק בײַם חולה, בלויז צולייגנדיק זײַן אויער צום האַרץ, אָדער צום רוקן. זי האָט געוווּסט, אַז דוד מיינט אויך אַזוי ווי זי, ער קען אָבער נישט געפֿינען קיין ווערטער, ווי אַזוי דאָס אַלץ צו דערקלערן און צו פֿאַרענטפֿערן. איין מאָל האָט ער איר פֿאָרט געענטפֿערט, אָבער קיין שטיין פֿון האַרצן איז איר נישט אַראָפּ. "זיי זײַנען גערעכט, שׂרוניע", — האָט דוד שטיל אַרויסגעבראַכט. זי האָט פֿאַרטײַעט דעם אָטעם און געוואַרט, וואָס וועט דער מאַן זאָגן ווײַטער, ווי ס׳וואָלט געדאַרפֿט זײַן, חלילה, דאָס לעצטע וואָרט זײַנס: "גערעכט..." — האָט ער איבערגעחזרט און צוגעגעבן: — "ווײַל זיי האָבן אַ ברירה..."
שׂרוניע איז איצט געזעסן אויפֿן ברעג דיוואַנדל, אַרײַנקוקנדיק אין אַ צײַטונג. פֿריִער מיט אַ פּאָר מינוט האָט זי געהיט זיך צוגעפּאַסט צו דעם פֿרײַען שטיקל אָרט, וואָס ס׳איז איר געבליבן אויסער די צעשפּרייטע צײַטונגען מיט די רעפֿטלעך ברויט אויף זיי. אַזוי פֿלעגט זי זיך אַמאָל צושאַרן צום אײַנגעשלאָפֿענעם קינד אויף איר געלעגער, און כאַפּן לעבן אים אַ דרעמל. צו ערשט, איז עס געווען איר עלטערער זון, איליק, און דערנאָך, מיט זעקס יאָר שפּעטער — די קליינע פֿירוניע. אַ דיק פּעקל צײַטונגען איז געלעגן גלײַך לעבן דיוואַנדל. זי האָט זיי דאָרט צונויפֿגעזאַמלט נאָכן איבערלייענען; יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָט זי די צײַטונג געקויפֿט אינעם קיאָסק אַנטקעגן, בײַם מאַראָקאַנער ייִד יוסי, און אין משך פֿון דער וואָך, נישט אײַלנדיק, אַ זײַט נאָך אַ זײַט, זי איבערגעלייענט. יוסי האָט שוין שׂרוניען גוט געקענט און באַלד בײַם דערזען זי, פֿלעגט ער אויסשרײַען אויף רוסיש: "באַבושקאַ גאַזעטאַ!"3)
זי איז געווען אָנגעטאָן וואַרעם: איבער דעם בײַקענעם כאַלאַט אַ פֿוטער־פּעלצל אָן אַרבל; אויף די פֿיס — גראָבע זאָקן און ווינטערדיקע שטיוועלעך; אַ גרינע פֿאַטשיילקע אויפֿן קאָפּ, פֿאַרבונדן מיט אַ לויזן קנופּ אונטערן קין, וואָס האָט זיך, ווי אומיסטן, יעדעס מאָל אַרויפֿגערוקט צו דער אונטערשטער ליפּ, און זיך נאָר געריסן צו פֿאַרשטעלן דער אַלטיטשקער דאָס מויל. בײַם אײַנפּאַקעווען די זאַכן אירע, האָט איר דוד איין מאָל פֿירגעוואָרפֿן: "וואָס שלעפּסטו אַהין די אַלטע שמאַטעס דײַנע?! בעסער וואָלטסטו אויסגעניצט די געלעגנהייט און באַנײַט דײַן גאַרדעראָב". אפֿשר איז ער טאַקע געווען גערעכט, איר דוד; סײַ־ווי קומט אַ צײַט, ווען פֿון דעם גאַנצן אַפּגעשפּאָרטן ווערט אַש און פּאָרעך, ווי ס׳איז געוואָרן פֿון זייער היים... זעט איר דאָך אָבער, אַז די "אַלטע שמאַטעס" זײַנען איר בפֿירוש יאָ צוניץ געקומען. דאָס לאַנד איז באמת אַ הייס: זומער איז אוממעגלעך אײַנצוזיצן אין שטוב אָן אַ "מזגן", ווי מע רופֿט דאָ דעם עלעקטרישן קילער, אָבער ווינטער איז טאַקע אין דער דירה גוט קאַלט; קיין באַהייצונג, ווי דאָרט, איז דאָ נישטאָ. מעגלעך, אַז ערגעץ־וווּ אין לאַנד איז ווינטער וואַרעם, אָבער בײַ זיי אין נצרת־עילית, נעמט די קעלט דורך. בפֿרט קריכט זי אין די ביינער אַרײַן פֿונעם שטיינערנעם דיל. זי האָט די דאָזיקע דילן באַלד פֿײַנט באַקומען, פֿונעם ערשטן טאָג אָן. וואָס זי זאָל נישט געווען אָנטאָן אויף די פֿיס, האָט זי געפֿילט דעם קאַלטן גיפֿט, וואָס צעגיסט זיך איבער איר לײַב.
זיצט זי איצט, אָנגעפּרענדעט4), אַרויפֿגעלייגט אַ דינע קאָלדרע אויפֿן שויס, און די פֿיס האַלט זי אויף אַ קליין קישעלע, אויך געבראַכט פֿון דאָרטן. איר פֿירוניע, נאָך אַ קינד, האָט ליב געהאַט זיך צו שפּילן מיט דעם קישעלע, אַן אויסגענייטס מיט קאָליריקע בלומען, און באַפּוצט אַרום מיט אַ גרינער זײַדענער סטענגע. זי פֿלעגט אײַנשלאָפֿן גיכער, אַרויפֿלייגנדיק עס זיך אויפֿן קעפּל און אַרומגענומען עס מיט איר פּוכקע הענטל. אַפֿילו שפּעטער, שוין אַ באַרישניע5), פֿלעגט שׂרוניע צו מאָל טרעפֿן זיצן די טאָכטער אויפֿן דיוואַן, אַ פֿאַרטראַכטע, צוגעדריקט צום בויך דאָס אויסגענייטע קישעלע. די מוטער האָט שוין געוווּסט: ס׳איז אַ סימן, אַז עפּעס איז בײַ איר געשען. דערנאָך האָט זי אַוודאי פֿאַרגעסן אינעם קישעלע; חתונה געהאַט, געבוירן אַ זון, זיך אַריבערגעצויגן אין איר אייגענער וווינונג, געוואָרן אַליין אַ פּאָלנע6) באַלעבאָסטע. די גרינע זײַדענע סטענגע האָט זיך שוין לאַנג אָפּגעריסן, און די קאָליריקע באַוול־"מולינע" — אָפּגעבליאַקעוועט7) און זיך אויסגעריבן; אָבער פֿון דער קעלט, וואָס ציט דאָ כּסדר פֿונעם דיל, היט דאָס קישעלע אויס אירע אַלטע, אָנגעהאָרעוועטע פֿיס...
ניין, עס ליגט איר הײַנט נישט דער קאָפּ צום לייענען. פֿון די עטלעכע רוסישע צײַטונגען, וואָס מע קאָן געפֿינען אינעם קיאָסק בײַ יוסי, קויפֿט זי "נאָוואָסטי ניעדעלי"8) זי האָט זיך אויף איר אָפּגעשטעלט נאָך בשעתן וווינען מיט די קינדער אין איינעם. מישע, איר איידעם, פֿלעגט די ערשטע צײַט כּמעט יעדן טאָג קויפֿן אַ גאַנצן פּאַק אָרטיקע רוסישע צײַטונגען, און אין אָנהייב זיך געגריבלט אין זיי, מיט עפּעס אַ באַזונדערן ברען — פֿול מיט התפּעלות; ער האָט גיך געבלעטערט די זײַטן און, ווי זײַן שטייגער איז, מיט איין אויגן־גליטש, ווי אָפּגעווישט אַלע שורות פֿון אויבן ביז אַראָפּ. צו מאָל פֿלעגט ער זײַן בליק פֿאַרהאַלטן אויף אַ לענגערער ווײַלע און מיט אַ מאָל אויסשרײַען: "אַהאַ, אַזוי קומט זיי!", אָדער: "מיר וועלן זיי נאָך ווײַזן, וואָס די רוסים קענען!" שׂרוניע ווייסט טאַקע נישט ביז הײַנט, ווער זײַנען דאָס די "זיי", און וואָס דאַרפֿן אַזוינס די "רוסים" ווײַזן? מיט דער צײַט אָבער איז דעם איידעמס ברען צוביסלעך אויסגעלאָשן געוואָרן; דאָס פּעקל צײַטונגען איז געוואָרן שיטערער און, קומענדיק פֿון דער אַרבעט, פֿלעגט ער שטיל אָפּעסן, אָנשטעלן די טעלעוויזיע אויף אַ רוסישן קאַנאַל און שוין אַזוי זיצן אָנגעכמורעט; בלויז צו מאָל, פֿאַרקרימט, אַ וואָרף טאָן צום עקראַן, ווי מע וואָלט דאָרט געוואַרט אויף זײַנע ווערטער: "איצט וועלן זיי דערפֿילן, ווי ס׳איז גוט אָן די יאַוורעיִס!" דעם זאָג האָט שׂרוניע בפֿירוש פֿאַרשטאַנען: אַוודאי, אָן אַזאַ גרויסן קנאַקער ווי איר איידעם, וועט זיך רוסלאַנד איבערקערן! — און האָט גיך אָפּגעווישט מיט דער האַנט דעם שמייכל פֿון איר פּנים, מישע זאָל עס נישט דערזען. נאָך פֿון יענע ערשטע חדשים אָן האָט זי אויסגעקליבן פֿונעם גאַנצן פּאַק צײַטונגען "נאָוואָסטי ניעדעלי".
אייגנטלעך, זײַנען דאָך די נײַעס אין אַלע צײַטונגען די זעלבע. דאָ פֿירט זיך נישט מ׳זאָל זיי צופּוצן אָדער פֿאַרשווײַגן, פֿאַרקערט: מע האַקט דעם אמת, אַז עס ווערט ביטער אויפֿן האַרצן. מע האָט נישט קיין שום רחמנות אויף זיך אַליין. דער עיקר איז אָבער בײַ איר די בײַלאַגע אין דער צײַטונג — "יעוורעיסקי קאַמערטאָן"9) דאָרט רוט זיך שוין איר האַרץ אָפּ. זי האָט ליב צו לייענען די שיינע, רירנדיקע געשיכטעס פֿון פּשוטע ייִדישע מענטשן, מערסטנס, פֿון איר דור און איר שניט. אויף די זײַטן פֿונעם "קאַמערטאָן" געפֿינט זי אַ שטיק לעבן, וואָס יעדער פֿון זיי האָט איבערגעלעבט דאָרטן, אָבער נאָר דאָ געקאָנט וועגן דעם דערציילן.
זי האָט אויסגעטאָן די ברילן, זיי באַהאַלטן אין דער קעשענע פֿונעם כאַלאַט, און אַקוראַט צונויפֿגעלייגט די צײַטונג. איר בליק האָט זיך ווידער אָפּגעשטעלט אויף די ווײַסע רעפֿטלעך. לײַכט זיך צוגערירט צו אַ שטיקל ברויט מיט די שפּיץ־פֿינגער, דערנאָך אַראָפּגערוקט דעם קנופּ פֿון דער פֿאַטשיילקע, באַפֿרײַט זיך דאָס מויל, האָט זי שטיל געזאָגט אויף אַ קול: "נאָך אַ שעה־אָנדערהאַלבן און מע קאָן זיך לאָזן אין וועג אַרײַן".
1) קאַרטאָפֿל־זיפּעכץ — לויזער זופּ, וואַסער מיט קאַרטאָפֿל
2) קערניצע (לאָק.) — קרעניצע, ברונעם
3) "באַבושקאַ גאַזעטאַ!" — באָבע צײַטונג
4) אָנגעפּרענדעט — אַרויפֿגעשלעפּט אויף זיך אַ סך קליידער
5) באַרישניע — כּלה־מויד
6) פּאָלנע — גאַנצע
7) אָפּגעבליאַקעוועט — אויסגעברענט, פֿאַרלוירן די פֿאַרב
8) "נאָוואָסטי ניעדעלי" — נײַעס פֿון דער וואָך
9) "יעוורעיסקי קאַמערטאָן" — ייִדישער קאַמערטאָן
(המשך אין קומענדיקן נומער)