|
ישׂראל עמיאָט |
|
עס זײַנען דאָ ערטער, וועלכע איך אַסאָציִיִר ניט מיט ייִדיש. די שטאָט ראָטשעסטער, וואָס געפֿינט זיך אין צפֿון-טייל פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק, געהערט צו די דאָזיקע "ניט-ייִדישע" מקומות. האָט מיך טאַקע שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען איך האָב איבערגעלייענט, אַז דווקא דאָרטן האָט אַ היפּשע צײַט געלעבט דער דיכטער ישׂראל עמיאָט (גאָלדוואַסער, 1909—1978) און דאָרטן זײַנען אַרויס אייניקע ביכער זײַנע, סײַ אויף ייִדיש, סײַ איבערגעזעצט אויף ענגליש.
האָב איך געשטעלט די פֿראַגע איינער פֿון זײַנע איבערזעצער — לאה זאַזוליער וואַטסאָן, וואָס וווינט אין ראָטשעסטער און, ווי איך פֿאַרשטיי, באַשעפֿטיקט זי זיך מיט עמיאָטס ווערק און ביאָגראַפֿיע מער, ווי עמעצער נאָך.
זי פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון עמיאָטס לידער — אויף ייִדיש און ענגליש, מיט אינטערוויוען און אַנדערע מאַטעריאַלן, וועלכע שאַפֿן דעם פּערזענלעכן און קינסטלערישן אימאַזש פֿונעם דיכטער, וואָס זײַן גורל האָט אים גאָר ניט געשאַנעוועט.
אַ פּוילישער ייִד, וואָס האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע און אַ וועלטלעכע דערציִונג, האָט עמיאָט אָנגעהויבן דרוקן לידער פֿון יאָר 1926. פֿיר קליינע ביכער האָט זיך אים אײַנגעגעבן אַרויסצולאָזן אין די יאָרן ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה. ער האָט געהערט צו די פּען-מענטשן, וועלכע זײַנען קינסטלעריש געוואַקסן אונטערן פֿליגל פֿון יצחק-מאיר ווײַסענבערג. פּרץ מאַרקיש און י. יִ. זינגער זײַנען געווען צווישן די שרײַבער, וואָס האָבן אים אונטערגעמוטיקט. עמיאָטן איז ניט גרינג געווען צו פֿאַרלאָזן די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט, ער האָט זיך אַ סך געדרוקט אין דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע; אָבער עס האָט אים אויך געצויגן צו וועלטלעכקייט.
אין 1939, ווען די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן, איז ער אַוועק קיין ביאַליסטאָק, וואָס איז געווען אויף דער סאָוועטישער זײַט. דאָרטן האָט ער מיטגעאַרבעט אין דער סאָוועטישער ייִדישער פּרעסע. אין 1940 איז אין מאָסקווע אַרויס זײַן פּאָעטישע זאַמלונג. אין 1941, ווען די מלחמה איז געקומען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט עמיאָט זיך דערקליבן צו אַלמאַ-אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, און האָט דאָרטן יאַקאָס געלעבט ביז 1944. דעמאָלט האָט מען אים אײַנגערעדט צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, ווײַל דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט און די אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט האָבן געגלייבט, אַז די ווײַט-מזרחדיקע ייִדישע טעריטאָריע וועט זיך אַנטוויקלען נאָך דער מלחמה. האָט דער דאָזיקער חלום פֿאַרנאַרט אויך אַ צאָל שרײַבער.
די ערשטע צײַט האָט עס טאַקע אויסגעזען ווי אַ ממשותדיקע זאַך: ייִדן האָט מען דערלויבט צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, מע האָט גענומען דאָרטן אַנטוויקלען פֿאַרשיידענע קולטור-פּראָיעקטן. אָבער אין 1948 זײַנען די היגע פֿירער און קולטור-טוער באַשולדיקט געוואָרן אין נאַציאָנאַליזם. עמיאָט איז געווען צווישן די אַרעסטירטע "פֿאַרברעכער". אים איז באַשערט געווען איבערצולעבן די מאַטערנישן אין סאָוועטישן "גולאַג", זיך ווידער אומקערן קיין ביראָבידזשאַן, פֿון דאָרטן רעפּאַטריִיִרן זיך קיין פּוילן, און ווידער אין וועג אַרײַן — צו זײַן משפּחה, וואָס האָט שוין געלעבט אין ראָטשעסטער. אַזוי האָט זיך אין ראָטשעסטער באַוויזן אַ ייִדישער דיכטער.
קיין האָניק האָט ער אין אַמעריקע ניט געלעקט. דאָס הייסט, הונגערן האָט ער ניט געהונגערט. עפּעס אַ שטעלע איז בײַ אים געווען בײַם היגן קהילה-צענטער, וווּ עס געפֿינט זיך נאָך איצט זײַן אַרכיוו. אָבער עלנטקייט איז געווען די גרעסטע פּראָבלעם. די משפּחה איז פֿון אים שוין אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן. קיין ענגליש האָט ער, ווי עס דאַרף צו זײַן, ניט געקענט. דער דיכטער און עסיייִסט מלך ראַווישט האָט געשריבן: "מיר האָבן זיך באַגעגנט אין יאָר 1959 — פֿרילינג — אין ראָטשעסטער. עמיאָט איז שטיל און איינזאַם. גוטע פֿרײַנד באַמיִען זיך די איינזאַמקייט צו פֿאַרגרינגערן." פֿרײַנד האָבן טאַקע אַ סך געהאָלפֿן, בפֿרט מיט אַרויסגעבן עמיאָטס ביכער.
אַ סבֿרא, אַז דאָס ליד "צו מײַן אייניקל" שפּיגלט אָפּ עמיאָטס שטימונג אין דער ראָטשעסטער־תּקופֿה פֿון זײַן לעבן:
און צו מײַן אייניקל, חנהלען, זאָג איך:
ווייס, אַז דו האָסט אַן עלטער-זיידע געהאַט,
דעם ייִד הקדוש. איז וויל איך, קינד מײַנס,
זאָלסט האָבן אַ גאָט, און נישט קיין "גאָד".
וואָס ר׳איז געווען וועסטו זיכער נישט וויסן,
אָבער ביסט פֿאָרט פֿון אים דער נײַנטער דור,
אַ שטראַל פֿון אים פֿאַרפֿלעכט זיך
ווי אַ בלימל אין דײַנע גאָלדענע האָר.
זאָל בלײַבן בײַ דיר כאָטש זײַן לשון,
דאָס מעשׂהלע דערציילט זיך אַליין:
ער האָט זײַן לעצטן צאָן גערופֿן רשע,
ווײַל ר׳איז אים אין מויל געבליבן שטיין,
און נישט אַרויסגעפֿאַלן אים פֿאַר פּחד
פֿאַר גאָט, אַ רשע אַ צאָן,
דאָס מעשׂהלע האָט בײַ דײַן זיידן
דאָס גאַנצע לעבן געטאָגט.
געפֿלאַמט זײַן נשמה פֿאַרלאָשן
אין טעג פֿון נסיונות אַ סך.
זאָל בלײַבן בײַ דיר כאָטש דאָס לשון,
זײַן לשון אין דער אַרומיקער נאַכט.
אין 1959 האָט עמיאָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ סעריע אַרטיקלען, וואָס זײַנען אין אַ יאָר אַרום אַרײַן אין זײַן בוך "דער ביראָבידזשאַנער ענין". דאָס דאָזיקע בוך איז אַרויס אויך אין אַן ענגלישער איבערזעצונג און איז ניט איין מאָל ציטירט געוואָרן אין כּלערליי ביכער און אַרטיקלען, געווידמעט דער סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. אַנדערש איז עמיאָטס נאָמען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן.