קהילה־לעבן
סטודענטן דעמאָנסטרירן קעגן קאַרטער אין בראַנדײַס
סטודענטן דעמאָנסטרירן קעגן קאַרטער אין בראַנדײַס

דינסטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, איז געווען אַ וויכטיקער טאָג אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. מער ווי טויזנט סטודענטן האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם גרעסטן זאַל אויפֿן קאַמפּוס, כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט פֿונעם 39סטן פּרעזידענט, דזשימי קאַרטער — דער ערשטער פּרעזידענט צו קומען אין בראַנדײַס זינט הערי טרומאַן.

קאַרטער איז געקומען רעדן וועגן דעם בוך, וואָס ער האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן, "Palestine: Peace Not Apartheid" (פּאַלעסטינע: שלום, נישט אַפּאַרטהײַד), וואָס דערמאָנט דעם לייענער וועגן דער ראַסיסטישער סיסטעם אין דרום־אַפֿריקע פֿון די 1940ער ביז די 90ער יאָרן. זײַן בוך איז, פֿאַרשטייט זיך, גאַנץ קאָנטראָווערסיעל, ספּעציעל אין בראַנדײַס, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון ציוניסטישע פּרינציפּן.

פֿאַר קאַרטערס רעדע האָט אואַלאַ סביִעט, אַ יִשׁראל־אַראַבישער סטודענט פֿון חיפֿה, דערקלערט: "ס׳איז וויכטיק צו ברענגען קאַרטערן קיין בראַנדײַס. ער פֿאַרטרעט אַ קול, וואָס מ׳הערט נישט דאָ." לויט ברכה פֿישמאַן, אַ 19־יאָריקער סטודענטקע פֿון באָסטאָן, האָט קאַרטערס רעפֿעראַט געזאָלט "סטימולירן אַ סך דיסקוסיעס".

פֿונדעסטוועגן, האָבן אַ סך סטודענטן מורא געהאַט, אַז דער באַרימטער פּאָליטיקער וועט ווײַזן אַן אומבאַלאַנסירטן קוקווינקל. "מענטשן האָבן רעכט צו הערן אַלע מיינונגען וועגן אַזאַ קאָנטראָווערסיעלן ענין," האָט באַמערקט שימרית חייט, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע סטודענטקע פֿון ניו־יאָרק. טאַקע דערפֿאַר האָט אַ גרופּע ציוניסטישע סטודענטן באַשלאָסן צו פֿאַרבעטן אַלען דערשאָוויץ, פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אין האַרוואַרד, און אַ באַקאַנטער קעמפֿער פֿאַר ציוניסטישע עיקרים, אויך צו רעדן. כאָטש דערשאָוויץ האָט פֿאָרגעלייגט אַ דעבאַטע מיט קאַרטערן, האָט קאַרטער נישט מסכּים געווען, און מ׳האָט באַשלאָסן, אַז דערשאָוויץ וועט רעדן נאָך דעם ווי קאַרטער וועט אַוועקגיין.

צווישן די סטודענטן וואָס זענען געקומען צו קאַרטערס רעפֿעראַט האָבן אַ סך געהאַלטן, אַז דאָס וואָס קאַרטער האָט נישט געוואָלט אָנטיילנעמען אין אַ דעבאַטע, איז אַ סימן, אַז ער ווייסט ווייניק וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. כאָטש געוויסע סטודענטן אין זאַל האָבן פֿאַר זײַן רעדע אויסגעדריקט כּעס און ווייניק דרך־ארץ פֿאַר קאַרטערן, האָט זיך עפּעס געביטן, ווען דער 82־יעריקער געוועזענער פּרעזידענט איז אַרײַנגעקומען אין זאַל. קיינער האָט זיך נישט געריכט אויף אַזאַ וואַרעמער באַגריסונג — כּמעט דער גאַנצער עולם איז אויפֿגעשטאַנען און אים אַפּלאָדירט. די מינאָריטעט וואָס איז פּרינציפּיעל געבליבן זיצן מיט אָנגעכמורעטע פּנימער, האָט געמאַכט אַ קליינעם רושם.

קאַרטער האָט אַלעמען באַדאַנקט און געלויבט דעם אוניווערסיטעט און זײַנע טראַדיציעס. דערנאָך האָט ער באַשריבן זײַנע אויפֿטוען פֿאַר ייִדישע זאַכן, בעת ער איז געווען פּרעזידענט: דאָס אויפֿשטעלן דעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן; דאָס אַרײַננעמען אין אַמעריקע טויזנטער ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און זײַן וויכטיקסטער אויפֿטו: דער שלום־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און עגיפּטן אין 1978.

ער האָט אויך דערציילט וועגן דעם "קאַרטער־צענטער" — אַ הומאַניטאַרע אָרגאַניזאַציע, וואָס ער האָט געגרינדעט. אַ סך מאָל האָט ער איבערגעחזרט זײַן איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן פֿאָלק און מדינת־ישׂראל. ער האָט זיך שיִער נישט צעוויינט, זאָגנדיק ווי געטראָפֿן ער האָט זיך געפֿילט ווען די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן, צוליב זײַן בוך, אים אָנגערופֿן אַ ליגנער, אַ ראַסיסט, אַן אַנטיסעמיט און אַ פּלאַגיאַטאָר.

נאָך זײַן רעדע האָט אַ סטודענט אים געשטעלט פֿראַגעס וועגן געוויסע זאַצן אין בוך, וואָס קלינגען באמת אַנטי־ישׂראל. קאַרטער האָט זיך גיך אַנטשולדיקט און אַפֿילו צוגעזאָגט, אַז אין דער קומענדיקער אויסגאַבע וועט שטיין אַנדערש. ווען מ׳האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי מ׳קען מאַכן שלום צווישן די שכנים, האָט ער ווידער אָנגערופֿן די פּראָבלעמען פֿון די פּאַלעסטינער, און די וויכטיקייט פֿון מדינת־ישׂראל, און דער עולם האָט אים שטאַרק אַפּלאָדירט. עטלעכע תּלמידים האָבן אָבער געהאַט אַ חשד, אז קאַרטער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ גרויסער חבֿר פֿון די ייִדן צוליב דעם, וואָס ער געפֿינט זיך אין בראַנדײַס. אַבֿיבֿ לובאַן, אַ סטודענט פֿון אײַאָווע, האָט געזאָגט: "דער קאַרטער וואָס איז געווען אין בראַנדײַס, איז נישט דער זעלבער קאַרטער פֿונעם בוך."

ווען דערשאָוויץ איז אַרויף אויף דער בינע (פֿאַר אַ סך אַ קלענערן עולם), האָט ער אויך געזאָגט: "אויב דזשימי קאַרטער וואָלט געשריבן אַ בוך מיט די געדאַנקען וואָס ער האָט דאָ הײַנט געזאָגט, וואָלט איך נישט געקומען." דערשאָוויצעס גרעסטע טענה איז געווען, אַז קאַרטער רעדט וועגן שלום אויף אַזאַ פּשוטן אופֿן, און פֿאַרשטייט נישט ווי קאָמפּליצירט די סיטואַציע איז אין דער אמתן.

דערשאָוויץ האָט געקראָגן אַ סך אַפּלאָדיסמענטן, אָבער עס איז אויך געווען אַ גרויסע צאָל סטודענטן וואָס האָבן בעת זײַן רעדע געמאַכט אומצופֿרידענע גרימאַסן, און איינע האָט אַפֿילו אויסגעשריגן. דערשאָוויץ האָט עטלעכע מאָל פֿאַרגליכן די אַראַבישע גרופּעס מיט נאַציס, און דערקלערט, אַז די פּאַלעסטינער זענען אַליין שולדיק אין זייערע פּראָבלעמען. ווען די סטודענטן האָבן נאָך זײַן רעדע געפֿרעגט אים שווערע פֿראַגעס, האָט ער זיי אָפּגעהאַקט.

"כאָטש דערשאָוויץ איז זייער געלערנט, איז זײַן רעדע געווען אַזוי בייז, אַז ס׳האָט אין גאַנצן צעשטערט זײַן אַרגומענט," האָט געזאָגט לאה ראַוב, אַ ייִדישע קונסט־סטודענטקע.

אַרויסגייענדיק פֿון זאַל האָט מען געקענט זען פֿאַרשידענע אויסדרוקן אויף די פּנימער — שמייכלעדיקע, ברוגזע, אויסגעמוטשעטע. אין אַן אַנדער שול וואָלט אפֿשר אויסגעבראָכן אַ געשלעג צווישן די קעגנדיקע צדדים. אָבער דאָ האָט מען געקאָנט זען, ווי די סטודענטן מיט אַראַבישע קאַפֿיאַס צערעדן זיך מיט די סטודענטן וואָס טראָגן יאַרמלקעס. צי מ׳האָט געהאַלטן מיט די רעדנערס, צי נישט, האָבן אַלע מסכּים געווען, אַז די אונטערנעמונג האָט סטימולירט אַ סך אינטערעסאַנטע דיסקוסיעס.