קהילה־לעבן
פֿון נפֿתּלי איידלמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סטודענטן דעמאָנסטרירן קעגן קאַרטער אין בראַנדײַס

דינסטיק, דעם 21סטן יאַנואַר, איז געווען אַ וויכטיקער טאָג אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. מער ווי טויזנט סטודענטן האָבן זיך אַרײַנגעקוועטשט אינעם גרעסטן זאַל אויפֿן קאַמפּוס, כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט פֿונעם 39סטן פּרעזידענט, דזשימי קאַרטער — דער ערשטער פּרעזידענט צו קומען אין בראַנדײַס זינט הערי טרומאַן.

קאַרטער איז געקומען רעדן וועגן דעם בוך, וואָס ער האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן, "Palestine: Peace Not Apartheid" (פּאַלעסטינע: שלום, נישט אַפּאַרטהײַד), וואָס דערמאָנט דעם לייענער וועגן דער ראַסיסטישער סיסטעם אין דרום־אַפֿריקע פֿון די 1940ער ביז די 90ער יאָרן.