‫פֿון רעדאַקציע

דער אָנגעשטרענגטער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח — דער פֿאַרשלעפּטער ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, די מלחמה אין איראַק און דער רעגירונגס־קריזיס אין לבֿנון, דער נוקלעאַרער־סיכסוך אַרום איראַן — זײַנען געקניפּט און געבונדן צווישן זיך מיט אינטערעסן סײַ פֿון אַ לאָקאַלן און סײַ פֿון אַן אַלוועלטלעכן כאַראַקטער.

די פּאָליטיק פֿון די מערבֿ־לענדער, וואָס האָבן ביז אַהער זיך באַמיט משפּיע זײַן אויף דעם ראַיאָן, באַנוצנדיק זיך מיט די טראַדיציאָנעלע דעמאָקראַטישע מיטלען פֿון רעגירן, האָט נאָך ביז אַהער קיין פֿויגלדיקע רעזולטאַטן נישט געבראַכט. פֿאַרקערט: דאָס פֿײַער צעברענט זיך אַלץ העלער און שלעפּט אַרײַן אינעם קאָנפֿליקט אַלץ מער צדדים.

דער אַזוי־גערופֿענער פּלאַן פֿון "וועגן־מאַפּע", אַ בשותּפֿותדיק ווערק פֿון אַמעריקע, אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, רוסלאַנד און דער "יו־ען", ווערט צעשטערט ממש אויף די אויגן, און דער "קוואַרטעט" אַליין שפּילט שוין לאַנג נישט אין איין אַנסאַמבל. לעצטנס, רעדט מען שוין נישט אַזוי וועגן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, נאָר וועגן דער מלחמה צווישן די פּאַלעסטינער, צווישן "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך".

וואָס זשע קאָנען נישט די צוויי כּוחות צעטיילן צווישן זיך? זיי זײַנען דאָך אַזוי ענלעך איינער צום צווייטן אין זייער אַלגעמיינער שׂינאה צום ציוניסטישן ישׂראל? לאָזט זיך אויס, אַז אידעאָלאָגיע איז צו מאָל שטאַרקער פֿון שׂינאה; שׂינאה איז בלינד, און אידעאָלאָגיע מאַכט אויף די אויגן. סײַ "פֿאַטאַך" און סײַ "כאַמאַס" האָבן טאַקע איין ציל — אומצוברענגען מדינת־ישׂראל; און אויב "כאַמאַס", בראָש מיטן איצטיקן פֿירער איסמאַיל כאַניִע, האַלט אַז די מלחמה קעגן ישׂראל דאַרף געפֿירט ווערן אָן שום פּשרות און הנחות, ביז אַ פֿולער פֿאַרניכטונג, האַלט די פֿירערשאַפֿט פֿון "פֿאַטאַך", אין שפּיץ מיט אַבו מאַזען, אַז פֿירן אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל איז אַ וועג צו "פֿאַרשלעפֿערן" דעם שׂונאס וואַכזאַמקייט און פּאַמעלעך, אַ טראָט נאָך אַ טראָט, אַרויסשטויסן אים פֿונעם "שטח" און פֿאַרשפּאַרן אין אַ מין געטאָ, ווי די ייִדן זײַנען, אייגנטלעך, געוווינט.

די אידעאָלאָגיע פֿון "כאַמאַס" איז איסלאַמישער פֿאַנאַטיזם, און פֿאַנאַטיזם אָנערקענט נישט קיין פּשרות און הנחות. דערפֿון קומט אַרויס די צווייטע סיבה פֿון דער צווישן־פּאַלעסטינער מלחמה — ווי אַזוי דאַרף אויסזען די געזעלשאַפֿט נאָכן נצחון איבערן אַלגעמיינעם שׂונא? די "פֿאַטאַך"־פֿירער האַלטן, אַז עס דאַרף זײַן אַ מאָדערנע וועלטלעכע מלוכה; די "כאַמאַס"־פֿירער, פֿאַרקערט — אַ שטרענג מוסולמענישע געזעלשאַפֿט, אָן שום, חלילה, אײַנפֿלוס פֿון מערבֿ.

זעען מיר טאַקע, ווי דער איסלאַמיסטישער "כאַמאַס"־פֿירער פֿאָרט אַרום איבער די איסלאַמישע לענדער און זוכט דאָרט אַ שטיצע צווישן "זײַנע גײַסטיקע ברידער"; און דער פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" שעפּט נחת און געלט בײַ די מערבֿ־ספּאָנסערס.

און וואָס טראַכט זיך די ישׂראל־רעגירונג? דערווײַל לאָזט זי זיך נישט אַרײַנשלעפּן אין דער "פּאַלעסטינער בלאָטע". אַפֿילו דער טעראָריסטישער אַטאַק אין אילת מאָנטיק האָט אויף דעם נישט געווירקט. ס'רובֿ ישׂראל־פּאָליטיקער האַלטן, אַז ישׂראל דאַרף פּשוט שטיין אין אַ זײַט און זיך צוקוקן צו דעם ווי "די צוויי הינט בײַסן זיך". די אַנדערע, די מינאָריטעט, טענהן, אַז די רעגירונג דאַרף שטיצן אַבו מאַזענען. מע דערקלערט עס דערמיט, אַז אויב נישט שטיצן דעם "פֿאַטאַך" איצט, וועט דער "כאַמאַס" נאָך מער פֿאַרפֿעסטיקן זײַן פּאָזיציע. כאַניִע און זײַנע חבֿרה וועלן זיך נישט אָפּשטעלן, אויב מע וועט אַפֿילו דאַרפֿן דערהרגענען די הויפּט־פֿירער פֿון "פֿאַטאַך". און אויב אַזוינס געשעט טאַקע, וועט שוין באמת זײַן שווער צו זײַן אַ נבֿיא אין מיטעלן מיזרח.

ווי ווײַט עס איז דערמיט באַזאָרגט די איצטיקע רעגירונג אין ישׂראל, איז שווער צו זאָגן. הײַנט טראַכטן די ישׂראל־פֿירער מער וועגן די אויספֿירן פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע; וועגן דעם, ווער ס'וועט זיך אַרײַנציִען אינעם פּרעזידענטן־הויז; וועגן אַנדערע לײַבלעכע פֿראַגן, וואָס רירן מער אָן זייערע פּערזענלעכע אינטערעסן... צו וואָס זיך שטופּן מיט אַ קאַלטן קאָפּ אין אַ הייסן אויוון?!

יעדער ווייסט דאָך גוט, אַז די ווירקלעכקייט אין מיטעלן מיזרח איז אַזאַ, אַז וואָס ישׂראל זאָל נישט טראַכטן צו טאָן, וועלן אירע מעשׂים, פֿריִער אָדער שפּעטער, זיך אויסדרייען קעגן איר אַליין.