רעליגיע
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דאַנקען גאָט, ס’איז שוין ווידער שטיל געוואָרן!", זאָגט מיר יענע וואָך מײַנער אַ שכן. אונדזער געגנט איז בדרך־כּלל אַ שטילע, נאָר איך ווייס פּונקט וואָס ער מיינט. פֿון זינט באַלד נאָך "דאַנקטאָג" (ד״ה סוף־נאָוועמבער) ביז באַלד נאָך "נײַיאָר" (סוף ערשטע וואָך פֿון יאַנואַר) ווערט אונדזער רויִק, חנעוודיק און זייער ייִדישלעך שטעטל פֿאַרוואַנדלט אין אַ טיפּיטשנע גוייִש דאָרף. אויפֿן אָרט פֿון די ישיבֿה־קינדער און זייערע רבנים זעט מען אויף דער גאַס גאָר יאָלקעס באַפּוצטע מיט פֿריילעכע קאָלירן, אָנגעהאָנגענע ליכט אויף די דרויסנדיקע ווענט פֿון גאָר אַ סך היימען (מיט אָדער אָן אַ לאַכנדיקן "סאַנטאַ"), וואָס צעטיילט אי בײַטאָג און אי בײַנאַכט מתּנות פֿאַר גרויס און, דער עיקר, פֿאַר קליין, און אַן ערך 18 שעה אין מעת־לעת הערט מען כּסדר אין יעדער קראָם און אין דרויסן אויף אַלע טראָטואַרן זי זעלבע זעקס מעלאָדיעס און לידער פֿון די הויך־אַמפּליפֿיצירטע הילכערס, פֿון וועלכע ס’איז אוממעגלעך צו אַנטלויפֿן. די מחברים פֿון מערסטע ניטל־לידער אויף ענגליש זענען דווקא ייִדן (און שטאַמען נאָך דערצו פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטישע היימען אויך). און פֿון דאַנען וואַקסט אַרויס דאָס לאַנגאָניקע שײַכות צווישן ייִדן און ניטל אין אַמעריקע.

צי איז ניטל אַ רעליגיעזער צי אַן אַלגעמיין־וועלטלעכער יום־טובֿ?

לויט דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע איז פֿאַראַן אַ האַרבער איסור קעגן דער פֿאַרפּלאָנטערונג פֿון שטאַט־ און פֿון רעליגיע־פֿאָדערונגען און אײַנגלויבענישן לגבי יעדן ענין. און אַזוי ווי דערציִונג איז אין אַמעריקע טיילווײַז אַ פֿעדעראַלע רעגירונג־התחײַבֿות, זענען פֿאַראַן אין יעדן שטאַט און געגנטלעכער אַדמיניסטראַציע אַ סך דערציִערס און אַנדערע בירגערס, וואָס באַטראַכטן עס ווי זייער חובֿ כּסדר בודק צו זײַן, צי די צעטיילונג איז געבליבן אַזוי פֿעסט ווי זיי געדענקען עס נאָך פֿון זייערע אייגענע סטודענטישע יאָרן. אין דער צײַט פֿון ניטל קען מען זיך ריכטן אויף אַ סך פּראָטעסטן און טענות וועגן די אופֿנים ווי מען פֿירט דורך די צעטיילונג פֿון שטאַט און קלויסטער לויט נוסח־אַמעריקע. עס קומען טאַקע באַלד אונטער עטלעכע פּראָצעסן פֿון אָט דעם מין און אפֿשר וועלן מיר זיי דעמאָלט קענען באַשרײַבן. פּונקט איצט איז אָבער דאָס ניט אונדזער דאגה. אונדזער דאגה באַשטייט אין דעם ווי אַזוי מען קען זיך בכלל פֿאָרשטעלן אַז ניטל זאָל ניט זײַן פֿאַרבונדן מיט רעליגיע?

ביז אַהער האָט דאָס העכסטע געריכט נאָך אַנאַנד געפּסקנט, אַז דאָס אָפּגעבן כּבֿוד און אָנערקענונג דעם ניטל יום־טובֿ אין עפֿנטלעכע ערטער (למשל, אין די אַלגעמיינע דערציִונג־מוסדות און אַדמיניסטראַטיווע בנינים, אַרמיי־ און פֿלאָט־באַזעס) איז ניט דווקא קעגן די פֿאָדערונגען פֿונעם געזעץ קעגן שטיצן רעליגיע בכלל אָדער באַשטימטע רעליגיעס. געוואַלד געשריִען! ווי קען דאָס זײַן? אַפֿילו אַ פּיצל קינד אין וויגעלע ווייסט דאָך, אַז ניטל איז בפֿירוש יאָ אַ קריסטלעכער יום־טובֿ און אַפֿשר אפֿילו גאָר דער סאַמע וויכטיקסטער און צענטראַלסטער יום־טובֿ אינעם קריסטלעכן לוח! אָבער דאָס געריכט האָט געפּסקנט אַנדערש און אַ ביסל קאָמפּליצירטער. ניטל מינהגים זענען פֿאַראַן צווייערליי, לויטן אַמעריקאַנער העכסטן געריכט: אַזעלכע וואָס זענען שטרענג רעליגיעזע און אַזעלכע וואָס זענען שוין אַריבער די גרענעצן פֿון קריסטלעכקייט און געוואָרן ווײַט און ברייט אָנגענומען ווי טיילן פֿון דער אַלגעמיין־אַמעריקאַנער קולטור און אידענטיטעט. די עלעמענטן פֿונעם ניטל יום־טובֿ וואָס זענען נאָך פֿאַרבליבן פֿונעם ערשטן מין זײַנען בפֿירוש אוממעגלעך פֿאַר דער רעגירונג צו שטיצן, צי דירעקט צי אומדירעקט. נאָר די מינהגים און אָביעקטן וואָס זײַנען אָן בפֿירוש קריסטלעכע סימנים צי סימבאָלן, זענען שוין אַרײַן אין דער אַל־אַמעריקאַנער "שוסטערגאַס" און זיי דאַרפֿן באַטראַכט ווערן ווי פֿאָלקסקונסט־אָביעקטן, ווי פֿאָלקסלידער, ווי לעגענדעס און ווי טראַדיציאָנעלע קולינאַרע רעצעפּטן און נאַשערײַען, וואָס קעגן זיי איז קיין איסור ניט פֿאַראַן, ווײַל קיין בפֿירושע קריסטלעכקייט אָדער רעליגיעזקייט איז אין זיי ניט פֿאַראַן! נו, ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ פּסק?

לפֿי־דעתּי האָט דאָס העכסטע געריכט אָנערקענט אַז בײַ מערסטע קריסטן אין אַמעריקע האָט ניטל שוין מער ניט צו טאָן מיטן געבורט פֿון יעזוסן, נאָר מיט טעמעס, פֿאַרווײַלונגען און אַקטיוויטעטן וואָס זענען מסוגל אַרײַנצונעמען אַלע אַמעריקאַנער, וואָס שטאַמען פֿון די פֿאַרשיידנסטע רעליגיעזע און אַפֿילו אַנטי־רעליגיעזע וואָרצלען און "שמעלצן" אַלעמען איבער אין איין טאָפּ און אין איין פֿאָלק. וווּ אָבער זענען די גרענעצן פֿון אָט די ביידע מינים ניטל? וווּ ענדיקט זיך דער קריסטלעכער און וווּ הייבט זיך אָן דער כּלל־פֿאָלקישער, דער אַלעמען־פֿאַראייניקנדיקער, דער אַמעריקאַנער קולטור־שאַפֿנדיקער — דאָס איז שוין אַ האַרבערער ענין און וועגן דעם וועט דאָס געריכט נאָך שיינע עטלעכע יאָר מוזן הערן טענות און פּסקענען שאלות. דערווײַל, איז פֿון אָט די אַלע פֿאַרהערן אַרויסגעקומען ניט איין איבערראַשונג — למשל, אַז אויפֿשטעלן בײַם אַרײַנגאַנג צו אַ געריכט אַ מאָנומענט לשבֿח די עשׂרת־הדברות איז יאָ עובֿר אויפֿן איסור קעגן פֿאַרפּלאָנטערן דעם שטאַט אין רעליגיעזע ענינים; נאָר אַז די טראַדיציאָנעלע סצענעס וואָס ווײַזן ווי מלכים און פֿאַרשיידענע געהויבענע געסט פֿון איבער דער גאַנצער וועלט קומען בײַזײַן בײַם געבורט פֿון אַן עופֿעלע אין אַ שטאַל לעבן בית־לחם — דאָס איז ניט עובֿר אויף יענעם איסור און אַזעלכע סצענעס קען מען מיט רעגירונג־געלטער אויפֿשטעלן אין עפֿנטלעכע בנינים (קינדערשולן, געריכטן, מיליטערישע באַזעס, אאַז״וו). מיט אָט דער לעצטער החלטה זענען גאָר אַ סך אַמעריקאַנער מכּל המינים מחולק, און דאָס געריכט וועט זיכער מוזן ווידער אויסהערן כּלערליי מיינונגען און אַרויסגעבן אַ נײַעם און קלאָרערן פּסק.

דער ייִדישער צושטײַער צו דער פֿאַרוועלטלעכונג פֿון ניטל

מיר קענען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז דאַנקטאָג קען באַטראַכט ווערן ווי אַ סעקולערער יום־טובֿ; אויך, אַז אָרטאָדאָקסישע רבנים (ווי הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק ז״ל און אַ גרויסע צאָל אַנדערע פֿון די סאַמע אָנגעזעענסטע אָרטאָדאָקסישע קרײַזן) זאָלן טיילן אָט די מיינונג, קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן. אַ דאַנקטאָג איז ניט קיין יום־טובֿ וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן קלויסטער צי מיט קלויסטער־ריטואַלן און טעקסטן. אָבער צי קען מען זיך אַזוינס דען פֿאָרשטעלן אין שײַכות מיט ניטל? ס’רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן שטאַמען פֿון לענדער וווּ ניטל איז ביז לעצטנס געווען ניט נאָר שטאַרק פֿאַרבונדן מיטן קלויסטער, נאָר מיט קלויסטער־דעמאָנסטראַציעס און אַפֿילו מיט פּאָגראָמען בעת וועלכע ייִדן האָבן מורא געהאַט אַפֿילו זיך צו באַווײַזן אין גאַס. דער בלויזער געדאַנק אַז ניטל קען באַטראַכט ווערן דורכן אַמעריקאַנער געזעץ ניט מער ווי אַן אָפּקלײַב פֿון פֿריילעכע לידער, שיינע דעקאָראַציעס, גוטע ווינטשעוואַניעס און אויסדרוקן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט, שלום און ברידערלעכקייט, זעט אויס ווי אַן אוממעגלעכע פֿאַנטאַזיע פֿונעם "נאָר אין אַמעריקע" מין. אָבער אין דער אמתן, האָבן אַמעריקאַנער ייִדן גופֿא גאָר אַ סך בײַגעטראָגן אַז אָט די "פֿאַנטאַזיע" זאָל אָנגענומען ווערן ניט נאָר פֿונעם אַמעריקאַנער הויפּט־געריכט, נאָר אויך פֿון דער מערהייט אַמעריקאַנער און בתוכם, אויך די מערהייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן.

יעדע צוויי דורות אין משך פֿון אירע קנאַפּע 230 יאָר האָט אַמעריקע דורכגעמאַכט ריזיקע אימיגראַציעס וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט זאָרג אין די הערצער פֿון אירע בעסטע שרײַבערס, דענקערס און געזעץ־געבערס אַז דאָס לאַנד צעפֿאַלט זיך און מען מוז זיך באַמיִען מיט אַלע כּוחות עס ווידער צו פֿאַראייניקן אויף אַן אינקלוסיוון אופֿן, וואָס זאָל קיינעם חלילה ניט אויסשליסן און באַעוולען. און ביסלעכווײַז זענען צוגעקומען בשותּפֿותדיקע טראַדיציעס און אידעאַלן וואָס האָבן געשטאַרקט דעם צוזאַמענהאַנג פֿונעם ריזיקן פֿאַרשיידנאַרטיקן לאַנד. גאָר אַ סך ייִדן זענען אין אָט דער "מיצווה" געווען אַרײַנגעטאָן מיטן גאַנצן לײַב און לעבן. ווי אַ בחורל פֿון 6־7 יאָר האָב איך דורכגעלעבט איינעם אַזאַ פּרוּוו אַלעמען אַרײַנצוברענגען אין אַזאַ "שבת אַחים גם יחד געצעלט".

די ניטל־לידער זענען צו מיר דערגאַנגען ווען איך בין אַריבער אינעם צווייטן יאָר פֿון "פּאָבליק סקול". די לערערין האָט אײַנגעפֿירט אַ היפּשן רעפּערטואַר ניטל־לידער און אויך דער שולכאָר באַזונדער האָט צוגעגעבן אַ ניטל־קאָנצערט צו זײַן יאָריקער קאָנצערטן־פּראָגראַם. ס’איז געווען קלאָר, אַז די מערסטע לידער זענען פֿאַר די מערסטע תּלמידים (ס’רובֿ ייִדישע, אַגבֿ) געווען אומבאַקאַנטע און אַז די מערסטע האָבן אָנגענומען פּערזענלעכע סטראַטעגיעס, כּדי זיך אַן עצה צו געבן מיט זייערע קריסטלעכע אויסדרוקן און אימאַזשן. איך, למשל, פֿלעג פּשוט איבערהיפּן די "קריסטלעכע ווערטער" און אַנדערע האָבן אויפֿן אָרט פֿון יענע ווערטער אַרײַנגעגעבן אַ נאָנסענסוואָרט. נאָר ווען ס’איז געקומען די צײַט אַהיימצונעמען די קריסטלעכע נאַשערײַען, וואָס די שול פֿלעג יעדן יאָר צעטיילן, האָבן שוין אַלע "קאָאָפּערירט". אָבער די היימען זענען געווען ווייניקער בייגעוודיק ווי די קינדער אין די קלאַסן. די מאַסן־מעדיע האָבן נאָך דעמאָלט ניט געקלאַפּט אַזוי ווי הײַנט און ווען איך האָב איין מאָל אַהיימגעבראַכט אַ " ניטל־בייגל" וואָס איך האָב לויט דער לערערינס אינסטרוקציעס אויסגעמאָלן אין קלאַס, האָט עס אָבער דער טאַטע מיט רוגזה פּראָמפּט צעריסן. ער האָט ניט געלאָזט זיך באַווירקן ניט פֿון מײַנע טרערן און פּראָטעסטן און ניט פֿון דער באָבעס מליץ־יושר רייד, אַז "ער ווייסט דאָך אַפֿילו ניט וואָס דאָס איז". אָבער אַרום און אַרום איז ניטל אין דער "פּאָבליק סקול" געווען אַ שיינע און פֿריידיקע איבערלעבונג און בכלל ניט קיין פֿרעמדער און פֿײַנטלעכער יום־טובֿ. ס׳קען זייער זײַן, אַז אָט אַזעלכע איבערלעבונגען האָבן געלייגט דעם באָדן פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטער אַמעריקאַנער שיטה פֿון ניטל ווי אַ שיינער און וועלטלעכער יום־טובֿ פֿאַר אַלעמען. ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשריבן די ווערטער און מוזיק צו די פּאָפּולערסטע ניטל־לידער. און פֿון דער "פּאָבליק סקול" זענען אויך אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער היים אַרײַנגענומען געוואָרן פֿאַרשיידענע ניטל־סימנים. און דאָ קערן מיר זיך אום צום יום־־טובֿ חנוכּה.

דער מעמד פֿון חנוכּה אין אַמעריקע

אין ליכט פֿונעם מעמד פֿון ניטל אין אַמעריקע, איז חנוכּה געוואָרן דער וויכטיקסטער יום־טובֿ פֿונעם ייִדישן יאָר. דאָס איז פֿאָרגעקומען ערשט אין די לעצטע 50 יאָר, וואָס האָט גורם געווען די דערהייבונג פֿון אַ צווייטראַנגיקן יום־טובֿ, וואָס ווערט כּמעט ווי ניט דערמאָנט אין שיל בעתן דאַווענען און אַפֿילו דעמאָלט ניט מיט קיין געאייניקט קול לגבי דעם וואָס ס׳איז אייגנטלעך דער "נס" וואָס מיר דאַרפֿן דעמאָלט אָפּגעבן כּבֿוד: דאָס קריגעלע בוימל אין בית־המיקדש וואָס האָט געסטײַעט אויף אַכט נעכט און ניט בלויז אויף איינעם, ווי מען האָט געהאַט דערוואַרט, צי דעם נצחון פֿון די ווייניקע און שוואַכע מכּבייער איבער די גרויזאַמע און שטאַרקע סעלעווקידן, די וועלטמאַכט פֿון יענער צײַט און געגנט? אַז די תּורה שעמט זיך ניט צו פּראַווען אַ גרויסן מיליטערישן נצחון איז דאָך אַן עדות פּסח אַליין. פֿאַר וואָס זשע אַזאַ אײַנגעהאַלטנקייט און עניוות לגבי חנוכּה?

ווי דאָס זאָל ניט זײַן, איז אין אַמעריקע געקומען די צײַט און אין אַמעריקע איז געווען דאָס אָרט מתקן צו זײַן חנוכּה. ייִדן, וואָס זייערע קינדער האָבן זיך צום ערשטן מאָל אין זייער לאַנגער געשיכטע געלערנט זײַט בײַ זײַט מיט גוייִשע, האָבן זיך דווקא אין אַמעריקע דערפֿילט דערונטערדיק: אי ווי אָרעמע אימיגראַנטן, אי ווי די טרעגערס פֿון אַ מסורה וואָס פֿאַרמאָגט, אַ פּנים, ניט קיין אימפּאָזאַנטן אופֿן פֿון פּראַווען די ווינטערדיקע זונשטיל. דער נס איז וואָס זײַענדיק אין אַמעריקע וווּ די דערציִונג־סיסטעם האָט זיך גענייטיקט אין אַן אָפֿענערן, אַ פֿאַרוועלטלעכדיקטן ניטל, וואָס זאָל אי קענען אַרײַננעמען די קינדער פֿון פֿאַרשיידענערליי קריסטן וואָס קיין פֿריִערדיקע דערפֿאַרונג מיט זיי האָט מען ניט געהאַט (דער עיקר מיט די פּראַוואָסלאַוונע און אוניִאַטן), אי אַרײַנציִען די קינדער פֿון די ניט־קריסטן וואָס האָבן פּונקט דעמאָלט געהאַלטן אין שטראָמען קיין אַמעריקע, אי דאָס אַלץ דערגרייכן לויט אַ צוגאַנג צו ניטל וואָס זאָל ניט עובֿר זײַן אויפֿן געזעץ וואָס דערלאָזט ניט קיין רעליגיע אין עפֿנטלעכע, רעגירונג־געשטיצטע אינסטיטוציעס. אָט דער דרײַפֿאַכיקער נס איז דער אמתער נס פֿון חנוכּה אין אַמעריקע און ס’איז באמת כּדאַי אים ניט נאָר צו געדענקען און אָפּשאַצן, נאָר אים אָנצונעמען ווי אַ מוסטער פֿון וועלכן מען קען זיך אָפּלערנען עפּעס גאָר וויכטיקס (און ניט דווקא דאָס אויף וועלכן מען ריכט זיך).

די דערנעענטערונג צווישן חנוכּה און ניטל איז ניט דווקא געווען אַ מעלה פֿאַר ייִדן. און דאָס אויסוואַקסן פֿון חנוכּה אויף אַזוי ווײַט אַזש כּדי צו זײַן אַ ווירדיקער אַנטקעגן־שותּף צו ניטל ברענגט מיט זיך מיט זײַנע אייגענע פּראָבלעמען און געפֿאַרן, און ניט נאָר אין אַמעריקע. ניטל איז שוין מער־ווייניקער אַמעריקאַניזירט געוואָרן איבער דער גאָרער קריסטלעכער וועלט. און חנוכּה האַלט אויך אומעטום אין אַמעריקאַניזירט ווערן, און ניט ווייניקער אין ישׂראל ווי אַנדערשוווּ. מיר דאַרפֿן זיך טיף פֿאַרטראַכטן וועגן אָט דער קולטורעלער גלאָבאַליזירונג כּדי בעסער זיך צו ספּראַווען מיט איר. דאָס בעסטע וואָלט, דאַכט זיך, געווען ווען ניטל בלײַבט ניטל און ווען חנוכּה בלײַבט חנוכּה און קיין גרויסע מגע־ומשׂא צווישן זיי ביידן וואָלט ניט געווען. פֿאַראַן בעסערע אופֿנים פֿון באַקענען זיך איינער מיטן צווייטן, ווי גלײַכע מיט גלײַכע, איידער דאָס איבערפֿירן און קאַליע מאַכן איינער דעם אַנדערנס שענסטע יום־טובֿים. אַנו, ווי מיינט איר?