רעצעפּטן

דער אַרטישאָק האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן בלויז די מאַנסבילן געמעגט אים עסן, ווײַל מע האָט געהאַלטן די אַרטישאָק־בלעטער פֿאַר אַן אַפֿראָדיזיאַק (אַ מיטל צו פֿאַרשטאַרקן דעם סעקסועלן כּוח). מע האָט אויך באַניצט דעם אַרטישאָק ווי אַן אָטעם־רייניקער און אַפֿילו אַ דעאָדאָראַנט.

הײַנט ווייסן מיר, אַז דער אַרטישאָק איז דווקא זייער אַ געזונט גרינס: עס פֿאַרמאָגט בלויז 25 קאַלאָריעס, אין גאַנצן נישט קיין פֿעטס, און איז אַ גוטער קוואַל פֿון קאַליום (potassium), וויטאַמין C ,A און פֿיברע. די אַרטישאָק־קאַטשנס (artichoke hearts) פֿאַרקויפֿט מען הײַנט אין סלויען, אײַנגעווייקט אין וואַסער אָדער אין בוימל. פֿאַר דעם רעצעפּט, ניצט די, וועלכע ווייקן זיך אין וואַסער.


2 פּאָרע־ציבעלעס (leeks)
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
3 טעפּלעך אַרטישאָק־קאַטשנס (געווייקט אין וואַסער)
6 זוקיניס, צעשניטן אויף רעפֿטלעך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
10 טעפּלעך פּאַרעווע יויך
1 לעפֿל צעשניטענע טימיאַן־בלעטער
1/2 טעפּל רויע ברייטע אייער־לאָקשן
פֿרישער פּאַרמעזשאַנער קעז


צעשנײַדט בלויז די ווײַסע און ליכטיק־גרינע טיילן פֿון די פּאָרע־ציבעלעס, און וואַרפֿט אַוועק דעם טונקל־גרינעם טייל.

הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט צו די צעשניטענע פּאָרע־ציבעלעס און מישט, ביז די ציבעלעס ווערן דורכזיכטיק, בערך 8 מינוט. גיט אַרײַן דעם קנאָבל און מישט ווײַטער, בערך 1 מינוט.

גיסט אויס דאָס וואַסער פֿון די אַרטישאָק־קאַטשנס און צעשנײַדט יעדן קאַטשן אויף פֿערטלען. גיט אַרײַן די אַרטישאָק־שטיקלעך, אין איינעם מיטן צעשניטענעם זוקיני, אינעם טאָפּ. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די גרינסן, און מישט ווײַטער, בערך 10 מינוט. גיסט אַרײַן די 10 טעפּלעך וואַסער אָדער יויך. שיט אַרײַן דעם טימיאַן, און קאָכט נאָך 2 מינוט.

דעקט צו דעם טאָפּ, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, און לאָזט מליִען 20 מינוט. טוט אויס דאָס דעקל, שיט אַרײַן די לאָקשן, און מישט כּסדר בערך 5 מינוט, ביז די לאָקשן ווערן ווייך.

גיסט די זופּ אַרײַן אין די באַזונדערע שיסלען און גאַרנירט די זופּ מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז.