תּורה־געדאַנק

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט וועגן איינעם פֿון די גרעסטע נסים, וואָס זײַנען געשען ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון מצרים — דאָס איז דער גרויסער נס פֿון קריעת־ים־סוף: ווען די ייִדן זײַנען צוגעקומען צום ים־סוף און זיי האָבן געדאַרפֿט גיין ווײַטער, האָט דער אויבערשטער געוויזן דעם וווּנדער־נס פֿון קריעת־ים־סוף — דער ים האָט זיך געשפּאָלטן און די ייִדן זײַנען דורכגעגאַנגען דעם ים אין דער טריקעניש. דערציילן די חז״ל אין גמרא און אין מדרש (סוטה לז, א. במדבר רבה יג, ו) אַז דער נס איז פֿאָרגעקומען אין זכות פֿון נחשון בן עמינדבֿ, דער צוקונפֿטיקער נשׂיא פֿון שבֿט יהודה. ווען נחשון האָט דערזען ווי דאָס ייִדישע פֿאָלק שטייט אײַנגעקלעמט צווישן די נאָכיאָגנדיקע מצרים פֿון הינטן און דעם ים פֿון פֿאָרנט, האָט ער געפֿילט, אַז ער מוז עפּעס טאָן — איז ער אַרײַנגעשפּרונגען אין ים און אַנדערע ייִדן האָבן אים באַלד נאָכגעטאָן און אויך אַרײַנגעשפּרונגען אין ים — און דעמאָלט האָט זיך דער ים געשפּאָלטן און די ייִדן זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אין דער טריקעניש.

אָט דער גוואַלדיקער אַקט פֿון נחשון בן עמינדבֿ איז גאָר ניט געווען אַזוי ׳גלאַטיק׳ אויסגעהאַלטן לויט דער הלכה. ער האָט דאָך ניט געוווּסט, אַז דער אויבערשטער וועט שפּאַלטן דעם ים, איז עס דאָך געווען אַ שפּרונג מיט מסירת־נפֿש — מיט אַ גרייטקייט צו באַצאָלן מיטן לעבן פֿאַר דעם. און אין הלכה איז דאָ אַ שאלה, אַ ספֿק, צי פֿאַר מתּן־תּורה זײַנען שוין די ייִדן געווען מחויבֿ זיך צו מוסר־נפֿש זײַן פֿאַר דעם אויבערשטן. אין צוגאָב צו דעם, איז נחשונס שטעלונג ניט געווען אין הסכּם מיט די פֿאַרשיידענע מיינונגען פֿון די ייִדן — וואָס מ׳זאָל טאָן אין דעם לכאורה אויסזיכטלאָזן מאָמענט (געווען אַ מיינונג מ׳זאָל זיך אומקערן קיין מצרים; נאָך אַ מיינונג: קעמפֿן מיט די נאָכיאָגנדיקע מצרים; און נאָך אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז מ׳דאַרף תּפֿילה טאָן). טאָ אויף וועלכן סמך האָט נחשון זיך דערלויבט צו שפּרינגען אין ים אַרײַן, ניט וויסנדיק פֿאָרויס, אַז ס׳וועט געשען אַ נס?

ווערט אין תּורת החסידות אַרומגערעדט, אַז די גדלות פֿון נחשון בן עמינדבֿ איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט איבערהויפּט ניט געטראַכט, ניט וועגן די אַלערליי מיינונגען פֿון די ייִדן און ניט געהאַט אין זינען, אַז ער גייט דאָ זיך מוסר־נפֿש זײַן. דער געדאַנק זײַנער איז געווען קאָנצענטרירט און געריכטעט צו איין ענין, צו איין פּונקט — דער אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן צו משה רבנו: "בהוציאך את העם ממצרים, תּעבֿדון את האלקים על ההר הזה" — אַז דו וועסט אַרויסציִען דאָס (ייִדישע) פֿאָלק פֿון מצרים, זאָלט איר דינען דעם אויבערשטן אויף אָט דעם באַרג (ס׳הייסט, נעמען די תּורה אויפֿן באַרג סיני). פֿון די דאָזיקע ווערטער האָט נחשון פֿאַרשטאַנען, אַז אַרויסגייענדיק פֿון מצרים דאַרפֿן די ייִדן שפּאַנען דירעקט צום באַרג סיני און דאָרט מקבל זײַן די תּורה. און ווי באַלד, אַז דאָס איז דער ווילן און אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן, האָט ער ניט וואָס צו רעכענען זיך מיט קיין שום שטערונג און אָפּהאַלט אויף אָט דעם וועג צום באַרג סיני.

נחשון האָט, הייסט עס, געהאַט אין זינען בלויז איין זאַך — אויסצופֿירן דעם אויבערשטנס ווילן. איז בײַ אים במילא געווען קלאָר, אַז די אַלע עצות און געדאַנקען, וואָס די ייִדן האָבן געלאָזט הערן, וועלן גאָרניט אויפֿטאָן צו דערפֿילן דעם אויבערשטנס רצון און כּוונה. ס׳איז דאָ נאָר דער איין־און־איינציקער וועג — גיין פֿאָרויס צום באַרג סיני! אלא וואָס דען, ס׳איז דאָ אין מיטן אַ ים? איז דאָס דעם אויבערשטנס "געשעפֿט". דער ייִד דאַרף וויסן איין זאַך — פֿאָרויסגיין! און דאָס האָט נחשון בן עמינדבֿ געטאָן: בכדי צו גיין פֿאָרויס, איז ער געשפּרונגען אין ים.

און חסידות גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז אַזוי האָט זיך אויך געפֿירט אַבֿרהם אָבֿינו, וואָס צוליב זײַן אמונה אין השם אחד און זײַן פֿאַרלייקענען אַלע עבֿודה־זרהס, האָט מען אים אַרײַנגעוואָרפֿן אין פֿײַער־פֿלאַם פֿון אַ קאַלכאויוון. בײַ זײַן גרייט זײַן אויף מסירת־נפֿש פֿאַר דעם אויבערשטן, האָט ער ניט געזוכט אַוועקצוגעבן זײַן לעבן פֿאַר אמונת השם, ניט געטראַכט וועגן מסירת־נפֿש ווי אַ הייליקסטער ציל פֿאַר זיך. ער האָט עס ניט געזוכט. ער האָט נאָר געזוכט צו דינען דעם אויבערשטן און דערפֿילן זײַן רצון. און אויב דאָס האָט געפֿאָדערט ער זאָל זיך דערפֿאַר מוסר־נפֿש זײַן — איז ער דערצו געווען פֿולקאָם גרייט. און ווי באַוווּסט, איז אויך בײַ אַבֿרהם אָבֿינו געשען דער גרויסער נס און די פֿײַערן פֿון דעם קאַלכאויוון האָבן אויף אים ניט געהאַט קיין שום שליטה.

און אַזוי האָט אויך געטאָן נחשון בן עמינדבֿ. ווען ער וואָלט געזען אין זײַן מסירת־נפֿש אַ ציל פֿאַר זיך אַליין, וואָלט געווען אַן אָרט פֿאַר שאלות — צי מ׳דאַרף (אין יענער פֿאַר מתּן־תּורה־תּקופֿה) יאָ אָדער ניט זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן אויבערשטן. אָבער ער האָט גאָר ניט געטראַכט וועגן דעם מסירת־נפֿש, וואָס שטייט אים פֿאָר, נאָר געווען איז ער פֿאַרטאָן צו זוכן ווי אַזוי אויסצופֿירן דעם אויבערשטנס אָנזאָג פֿאָרויסצוגיין צום באַרג סיני. דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן צו שפּרינגען אין ים אַרײַן, ווי דער איינציקער וועג צו דערפֿילן זײַן רצון. און אַז ער האָט מיט דער פֿולסטער איבערגעגעבנקייט און נשמה־קראַפֿט זיך אַ וואַרף געטאָן דורכצופֿירן וואָס דער אויבערשטער ווילן, איז דער אויבערשטער "אַנטקעגנגעגאַנגען" און צעריסן דעם ים.

ווי יעדער ענין און פּרט אין דער תּורה, איז אויך דער "נחשון־שפּרונג" אַ וועגווײַזונג פֿאַר יעדן ייִדן אין עבֿודת השם. אַ ייִד דאַרף טראַכטן נאָר וועגן דעם ציל — ווי צו טאָן ווי דער אויבערשטער וויל, און במילא ניט רעכענען זיך מיט די שוועריקייטן, און אַפֿילו ניט מיט אַזעלכע וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט מסירת־נפֿש. מ׳דאַרף טאָן דאָס, וואָס מ׳דאַרף טאָן — און אויב ס׳איז נייטיק מסירת־נפֿש, איז מען זיך מוסר־נפֿש און מ׳דערגרייכט דעם ציל.

* * *

בײַ קריעת־ים־סוף זאָגט דער פּסוק (יד, כא): "ויבקעו המים וגו׳" — די וואַסערן האָבן זיך געשפּאָלטן. דער נס פֿון קריעת־ים־סוף ווערט אויך געשילדערט אין די רייד פֿון דוד המלך אין אַ תּהילים־קאַפּיטל פֿון הלל (תּהילים קיד,ג): "הים ראָה וינס וגו׳" — דער ים האָט דערזען, איז ער אַנטלאָפֿן (איז געוואָרן אַ שפּאַלט).

איז פֿאַראַן אויף דעם אַ "מדרש פּליאה" (אַ מדרש, אויף וועלכן מ׳וווּנדערט זיך, ניט פֿאַרשטייענדיק, וואָס ער מיינט צו זאָגן): "הים ראָה וינס — מה ראָה? ברײַתא דר׳ ישמעאל ראָה"... דער ים האָט דערזען און ער איז אַנטלאָפֿן (פֿרעגט דער מדרש) — וואָס האָט ער דערזען? (און דער מדרש ענטפֿערט:) ער האָט געזען די ברײַתא פֿון ר׳ ישמעאל... אויבנאויפֿיק איז ניט צו באַנעמען וואָס דער מדרש מיינט דאָ צו זאָגן, אַז דער ים האָט געזען אַ ברײַתא פֿון ר׳ ישמעאל און דערפֿאַר איז ער אַנטלאָפֿן.

אין ספֿר "פּנינים יקרים" ווערט אַזוי אויפֿגעקלערט די כּוונה פֿונעם מדרש: עס איז באַקאַנט דער מאמר חז״ל, אַז בשעת קריעת־ים־סוף האָט זיך עוזא, דער מלאך־שׂר פֿון מצרים, זיך אַוועקגעשטעלט און געטענהט: "הללו עובֿדי עבֿודה זרה והללו עובֿדי עבֿודה זרה" — דהײַנו, אַז די ייִדן האָבן אין מצרים געדינט עבֿודה־זרה אַזוי ווי די מצרים (טאָ פֿאַר וואָס זאָלן בלויז די מצרים געשטראָפֿט ווערן? מיט וואָס זײַנען די ייִדן בעסער פֿון די מצרים?). ס׳איז טאַקע אמת, אַז די ייִדן האָבן דאָס געטאָן געצוווּנגענערהייט — אָבער בײַ עבֿודה־זרה איז דאָך דער געבאָט "יהרג ואַל יעבֿור" — אַ מענטש דאַרף זיך לאָזן געהרגעט ווערן, אַבי ניט צו דינען עבֿודה־זרה!

דערויף קומט דער ענטפֿער: "ברײַתא דר׳ ישמעאל ראָה" — דער ים האָט זיך געשפּאָלטן פֿאַר די ייִדן, אַזוי אַז זיי זײַנען געראַטעוועט געוואָרן און ניט אומגעקומען צוליב זייער דינען עבֿודה־זרה, ווײַל דער ים האָט "געזען" די ברײַתא פֿון רבי ישמעאל, מיינענדיק די ברײַתא וווּ מ׳געפֿינט, אַז רבי ישמעאל האַלט, אַז אַפֿילו בײַ עבֿודה־זרה איז "יעבֿור ואַל יהרג"...