פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

הײַיאָר פֿאַלט אויס דער 100סטער יאָרצײַט פֿון דעם פֿאָלקס־דיכטער, דעם קיִעווער אַדוואָקאַט מאַרק וואַרשאַווסקי, וועמען שלום־עליכם האָט אַנטדעקט און געהאָלפֿן אַרויסגעבן זײַנע לידער אין 1901 און 1914. אין זײַן פֿירוואָרט צום ערשטן באַנד, געשריבן אין 1900, האָט שלום־עליכם באצייכנט דעם אײַנדרוק פֿון וואַרשאַווסקיס לידער אין יענער צײַט:

"... צוריק מיט אַ יאָר־פֿיר, האָבן אייניקע פֿון זײַנע באַקאַנטע (און איך אויך בתוכם) דערהערט אים זינגען און שפּילן זײַנע ייִדישע לידער — און מיר זענען אַלע געווען אַנטציקט. מיר האָבן דערהערט אַ נײַ מין געזאַנג, מיר האָבן דערפֿילט אַ פֿריש מין געשמאַק, אַ באַזונדער מין זיסקייט, סײַ אין די ווערטער, סײַ אין דער מעלאָדיע, און מיר האָבן זיך צוגעזעצט צו אים, ער זאָל זיי אַרויפֿשרײַבן אויף פּאַפּיר, — און פֿון יענער צײַט אָן קאָן מען שוין הערן וואַרשאַווסקיס לידער זינגען אין אַ סך ייִדישע הײַזער דאָ אין קיִעוו, און אויך אין אַנדערע שטעט וואָס אין אונדזער געגנט".

און שלום־עליכם שרײַבט ווײַטער וועגן וואַרשאַווסקיס לידער: "מען זאָל פֿאַרשטיין אַקוראַט וואַרשאַווסקיס לידער מוז מען זיי הערן זינגען, וואָרעם דאָס זענען נישט גלאַט אַזוי שירים וואָס גראַמען זיך — שטראַם־גראַם, דאָס זענען לידער פֿאַרן פֿאָלק; דאָס זענען אַזעלכע לידער, וואָס אין זיי שפּיגלט זיך אָפּ, ווי אין אַ לויטער וואַסער, דאָס גאַנצע לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מיט אַלע ייִדישע פֿריידן און ליידן, ייִדישע צרות, דער ייִדישער דלות, ייִדישע טרערן... וואַרשאַווסקיס לידער זענען נישט נאָר קינות, קלאָגלידער אַליין; אַדרבה, מערסטן טייל פֿון זיי זענען דווקא פֿריילעכע, לעבעדיקע לידער, וואָס אַפֿילו אַז זיי הייבן זיך אָן טרויעריק, מיט אַן אומעטיקן מאָטיוו, לאָזן זיי זיך אָפֿט מאָל אויס מיט אַ געלעכטער".

מיר מיינען פֿאַרקערט, אַז דאָס רובֿ פֿון וואַרשאַווסקיס לידער זײַנען דער עיקר טרויעריקע, האַרציקע לידער, און די ווייניקע צאָל פֿריילעכע לידער האָבן אַ שמץ פֿון טרויער. וואַרשאַווסקיס לידער זײַנען געווען פּאָפּולער און האָבן געווירקט אויף פֿיל דורות ייִדן, אַ טייל זײַנען געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט — ד״ה אַז בשעתן זינגען און אַרומוואַנדערן אינעם פֿאָלקס מויל, האָבן ווערטער זיך געביטן, סטראָפֿעס האָט מען אַרויסגעלאָזט, און אַנדערע מעלאָדיעס זײַנען צוגעפּאַסט געוואָרן. די פֿאָלקלאָריזירונג פֿון וואַרשאַווסקיס ליד איז אַ מאָל געווען אַ סוזשעט פֿון שטודיע פֿון פֿאָלקלאָריסטן.

דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע ליד וואַרשאַווסקיס איז אָן ספֿק זײַן "אַלף־בית־ליד" אָדער "אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל", וווּ די קליינע קינדערלעך לערנען דעם אַלף־בית — "קמץ־אַלף — אָ" און וווּ "וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן און ווי פֿיל געוויין", אַז ווען מען וועט אויסגעמוטשעט זײַן, וועט מען פֿון די אותיות כּוח שעפּן. דאָס ליד געפֿינט זיך אין דעם רובֿ כרעסטאָמאַטיעס און לידער־אַנטאָלאָגיעס במשך יאָרן, און די מעלאָדיע איז ווײַט באַקאַנט. אין די לעצטע יאָרן האָט מען עס געהערט אין דעם פֿילם "שינדלערס ליסטע", פּונקט ווי מיט יאָרן צוריק האָט מען עס געהערט אין פֿילם וועגן לעבן פֿון דזשאָרדזש גערשווין. עס שאַפֿט מאָמענטאַל אַ פֿאַרבינדונג מיט ייִדן. לעצטנס האָב איך געהערט די מעלאָדיע אויף דער לוויה פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן פֿירער בנימין מיד, וווּ דער חזן האָט געזונגען די מעלאָדיע צו ווערטער פֿון אַ העברעיִשער תּפֿילה. אַגבֿ דאָס וואָרט "פּריפּעטשיק" האָט אויך געלאָזט וואָרצלען: עס האָט זיך פֿאַראייביקט אין דעם נאָמען פֿון אַ קינדער־כאָר — די "פּריפּעטשיק־זינגערס".

צו געוויסע וואַרשאַווסקיס לידער האָבן זיך געשאַפֿן נײַע מעלאָדיעס, ווי אינעם ליד "דער בעכער" ("טײַערע מלכּה, געזונט זאָלסטו זײַן, גיס אָן דעם בעכער, דעם בעכער מיט ווײַן"). דאָס איז אַ "טאָוסטליד" וווּ עס ווערט דערמאָנט דער טרויער אויך אין מיטן פֿון דער האַרציקער באַגריסונג: "קוק, טרערן זיי שפּריצן פֿון בעכער אַרויס". צום ליד האָט זיך געשאַפֿן אַ פֿריילעכערע מעלאָדיע, וואָס טעאָדאָר ביקעל פֿלעגט זינגען. ביידע מעלאָדיעס זײַנען געדרוקט אין ה. לעפֿקאָוויטשעס אַנטאָלאָגיע. אין סאָוועט־רוסלאַנד האָט מען געזונגען אַ נײַע מעלאָדיע צום ליד "די מחותּנים גייען, קינדער, לאָמיר זיך פֿרייען, שאַט נאָך שאַט", וווּ וואַרשאַווסקי רעכנט אויס די מיטגלידער פֿון חתנס צד אויף דער חתונה. דאָס ליד וועגן די שוועסטער שׂרה און רבֿקה ("אַז איך בין געקומען קיין ראַכמעסטריווקע / האָב איך דאָרט צוויי שיינע שוועסטער געזען", וווּ דער בחור רוימט אײַן דעם זעלביקן סוד צו ביידע שוועסטער, און ער מוז לסוף אַנטלויפֿן פֿאַר בושה) — דאָס ליד האָט מען אויך געזונגען מיט דער מעלאָדיע פֿון "דער רבי האָט געהייסן פֿריילעך זײַן". מען האָט געבאָרגט אַ מעלאָדיע בײַ וואַרשאַווסקין אויך: צו דער מעלאָדיע פֿון זײַן ליד "ווי האַלט איך דאָס אויס?" האָט מען געזונגען דאָס שפּעטערדיקע ליד וועגן מענדל בייליסן.

עס זײַנען אויפֿגעקומען פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות און פּאַראָדיעס פֿון וואַרשאַווסקיס לידער, למשל "דאָס ליד פֿון ברויט", וווּ דאָס פֿאָלק האָט איבערגעמאַכט די ווערטער פֿון "גרויסער גאָט מיר זינגען לידער, אונדזער הילף ביסטו אַליין" אויף "שוועסטער און ברידער, מיר זינגען לידער, מיר זינגען לידער פֿון זיך אַליין". דאָס ליד "נעבן קלײַזל", וואָס דערציילט וועגן דעם מצבֿ פֿון צוויי פֿרײַנד, וועגן דעם הונגער און נויט וואָס זיי לײַדן, "— גוט מאָרגן, משה, דיר / — גוט מאָרגן, יענקעלע, דיר! / — וואָס הערט זיך עפּעס, משה, בײַ דיר?" האָט מען געבאָרגט פֿאַר אַ סטרײַק־ליד, "וואָס הערט זיך בײַ דיר אין פֿאַבריק?". אין ליד "דער פֿאָדעם" האָט דאָס פֿאָלק איבערגעמאַכט דעם נאָמען פֿון געליבטן "דוד" אויף "דאָדיע", אַחוץ אַנדערע ענדערונגען אין ליד. זײַן ליד "דער פֿריילעכער שנײַדערל" האָט דאָס פֿאָלק איבערגעמאַכט די ערשטע ווערטער, אפֿשר בכדי בעסער צוצופּאַסן די ווערטער צו דער מוזיק — פֿון "אַז דער יום־טובֿ הייבט זיך אָן צו באַווײַזן" אויף "אַז די יום־טובֿדיקע טעג הייבן זיך אָן באַווײַזן", לויט די שורות פֿון דער לעצטער סטראָפֿע: "נאָר די יום־טובֿדיקע טעג פֿאַרגייען / האַרצעדיקער טאַטע" אאַז״וו.

נאָך אַ פֿאַרשפּרייט ליד וואַרשאַווסקיס איז "די ראָד" (כּלהס צד), וואָס איז פּאָפּולער ווי "די מיזינקע אויסגעגעבן", וווּ די ערשטע סטראָפֿע האָט מען בכלל אַרויסגעלאָזט:


שלאָגט כּלי־זמר אין די טאַצן,
ווער וועט אַצינד מיך שאַצן?
אוי, אוי! גאָט איז גרויס!
ער האָט דאָך געבענטשט מײַן הויז...
די מיזינקע גיב איך אויס —
די מיזינקע אויסגעגעבן!
די מיזינקע אויסגעגעבן!


און דאָס ליד הייבט מען געוויינטלעך אָן זינגען מיט די ווערטער:


שטאַרקער!... פֿריילעך!...
דו די מלכּה, איך דער מלך,
אוי, אוי, איך אַליין
האָב מיט מײַנע אויגן געזען,
ווי גאָט האָט מיר מצליח געווען —
די מיזינקע אויסגעגעבן,
די מיזינקע אויסגעגעבן!


די מעלאָדיע שפּילט מען עד־היום אויף הײַנטצײַטיקע חתונות צו דעם אַזוי־גערופֿענעם "מיזינקע־טאַנץ", וווּ די כּלה זיצט אויף אַ שטול אין מיטן אַ ראָד פֿון פֿריילעכע טענצער.

עס פּאַסט אויך צו דערמאָנען נאָך דרײַ לידער, וואָס זײַנען געווען ספּעציעל באַליבט און פֿאַרשפּרייט. איינס איז "דעם מילנערס טרערן", וואָס איז געווען אין דעם רעפּערטואַר פֿונעם באַגאַבטן זינגער סידאָר בעלאַרסקי. דאָס ליד גיט אַן אָנצוהערעניש אויף דעם גירוש פֿון די ייִדן פֿון די שטעטלעך און דערפֿער:


אוי וויפֿל יאָרן
זענען פֿאַרפֿאָרן,
זינט כ׳בין מילנער אָט־אָ־דאָ...
די רעדער דרייען זיך,
די יאָרן גייען זיך,
איך בין שוין אַלט, און גרײַז און גראָ.

איך האָב געהערט זאָגן,
מ׳וויל מיך פֿאַריאָגן
אַרויס פֿון דאָרף און פֿון דער מיל...
די רעדער דרייען זיך,
די יאָרן גייען זיך,
אוי, אָן אַן עק און אָן אַ ציל...


דאָס צווייטע ליד וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט, וואָס מע האָט געזונגען אין די ייִדישע שולן איבער דער וועלט, איז "שׂמחת־תּורה" ("קינדער, מיר האָבן שׂמחת־תּורה, / שׂמחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט! / תּורה איז די בעסטע סחורה — / אַזוי האָט דער רבי מיט אונדז געקנעלט").

און דאָס דריטע ליד דערציילט וועגן דעם 50סטן יובֿל פֿון דער זיידע־באָבע: "אַכציק ער און זיבעציק — זי"

נישט אַלע מעלאָדיעס פֿון וואַרשאַווסקיס לידער האָבן זיך אויפֿגעהיט. בלויז אַ טייל זײַנען אַרויס אין 1918. נאָך עטלעכע האָבן זיך געדרוקט אין דער אויפֿלאַגע פֿון בוענאָס־אײַרעס, אונטער שמואל ראָזשאַנסקיס רעדאַקציע. צו אַ היפּשער צאָל לידער אָן מוזיק האָט דער קאָמפּאָזיטאָר און עטנאָגראַף מאיר נוי ע״ה געשאַפֿן שיינע פֿאָלקסטימלעכע מעלאָדיעס, וואָס געפֿינען זיך אין דער פֿאָלקסלידער־אַנטאָלאָגיע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, אונטער דער רעדאַקציע פֿון סיני לײַכטער.

מאַרק וואַרשאַווסקי האָט געשריבן לידער וועגן פּשוטע מיטמענטשן און פֿון אַ באַקאַנטער סבֿיבֿה — וועגן דער משפּחה, די פֿאַמיליע־שׂמחות, ימים־טובֿים, אויף וועלכע ייִדן פֿלעגן פֿאַרברענגען. ער האָט מיטגעליטן מיט די נויטן און ליידן פֿון די ייִדן אין פּאָגראָמען, אויף קידוש־השם, מיט טרערן פֿאַר צעשיידטע פֿאַמיליעס, אימיגראַנטן, מלחמה. ער איז געווען אַ נאַציאָנאַלער ייִד און האָט די טעמע פֿון בענקשאַפֿט נאָך ציון אָנגערירט עטלעכע מאָל. ער איז אויך געווען אַ גוטמוטיקער, אַ פֿריילעכער, וואָס האָט געוווּסט ווי משׂמח צו זײַן זײַנע צוהערערס. ער האָט באַניצט אַ טאָג־טעגלעכן לשון, מיט פּשוטע אויסדרוקן און גראַמען. ווי שלום־עליכם שרײַבט: "אויך די שפּראַך פֿון וואַרשאַווסקיס לידער איז די אמתע פֿאָלקסשפּראַך, אַ פּראָסטע ייִדישע קאַפּאָטע, נישט געקינצלט, ניט פֿאַרדײַטשערט, פּונקט אַזוי ווי מען רעדט בײַ אונדז אין אונדזער געגנט". אויך די מעלאָדיעס זײַנען פּשוטע, גרינג צו זינגען און חנעוודיק. וואַרשאַווסקי האָט באַקומען אַ ביסל אָנערקענונג און פֿרייד נאָענט צום סוף פֿון זײַן שווער לעבן, אָבער עס איז געווען צו קורץ און צו שפּעט. ער איז געווען אַ דיכטער פֿון דער טראַדיציע פֿון די פֿריִערדיקע ייִדישע פֿאָלקספּאָעטן ווי מיכל גאָרדאָן, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, בערל בראָדער, וועלוול זבאַרזשער און אליקום צונזער, וועמענס לידער דאָס פֿאָלק האָט צעכאַפּט און פֿאַראייגנט. ער איז אויך געווען אַ מוסטער פֿאַר שפּעטערדיקע פֿאָלקס־דיכטער ווי מרדכי געבירטיג, זעליג באַרדיטשעווער, נחום שטערנהיים א״אַנד, וואָס האָבן געשאַפֿן אַ רײַכן קוואַל פֿון פֿאָלקס־דיכטונג און פֿאָלקס־מוזיק.

צו דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי גיבן מיר אָפּ כּבֿוד אַ פּאָעט און קאָמפּאָזיטאָר, וואָס האָט אינספּירירט, גערירט און פֿאַרלײַכטערט די געמיטער פֿון אומצאָליקע ייִדן במשך פֿון פֿיל דורות