קונסט
בײַם טרינקען טיי, נוסח ענגליש
בײַם טרינקען טיי, נוסח ענגליש

"קיין שום ייִדישע פֿרוי דאַרף מען ניט לערנען ווי צו מאַכן טיי אָדער קאַווע. דאָך, דאַרף מען זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אי טיי, אי קאַווע טאָר ניט פֿאַרקאָכן לאַנג. פֿונעם שטיין אַנטוויקלען זיך אַזוינע שעדלעכע מאַטעריאַלן ווי טעיִן און קאַפֿעיִן.

ווען די טיי פֿאַרקאָכט זיך גוט, דאַרף מען דעם סענץ אָפּציִען און האַלטן אים אין אַ ריין טשײַניקל. צושיטן טיי צו די אַלטע בלעטלעך איז זייער שלעכט, אי פֿאַרן געשמאַק, אי פֿאַרן געזונט."

אַזוי האָט געשריבן אַדעלאַ קיען-זאַמעטקין (1863—1931), וואָס האָט יאָרנלאַנג געפֿירט אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "טאָג" אַזעלכע אָפּטיילן ווי "פֿון אַ פֿרוי צו פֿרויען" און "אין דער פֿרויען-וועלט". די געבראַכטע עצות וועגן טיי און קאַווע זײַנען אַרײַן אין איר באַנד "דער פֿרויס האַנטבוך" (1930).

האָט איר באַמערקט, אַז קיין וואָרט איז ניט דערמאָנט געוואָרן וועגן אַרײַנגיסן מילך אין טיי? ווײַל קיען-זאַמעטקין, די פֿרוי פֿון דעם אָנגעזעענעם סאָציאַליסט מיכאַיִל זאַמעטקין, האָט געשטאַמט פֿון רוסלאַנד, וווּ טיי מיט מילך טרינקט מען נאָר אין ספּעציפֿישע פֿאַלן. דער עיקר, ווען די פֿרוי האָט אַ זויגקינד, און טיי מיט מילך העלפֿט איר אויסצואַרבעטן מער אייגן מילך. אָבער אַנדערש טרינקט מען טיי מיט צוקער, אײַנגעמאַכטס, לימענע — און שוין! (אין דײַטשלאַנד האָב איך אַ מאָל געזען אין אַ מעניו אַ קלאָמפּערטש רוסישן רעצעפּט פֿון טיי מיט בראָנפֿן, אָבער דאָס איז אַן אויסגעטראַכטע זאַך). און ס’איז טאַקע תּמיד געווען אַ ריכטיקע טיי, ניט ווי עס טרעפֿט זיך הײַנט, ווען מע פֿאַרפּאַרעט קראָפּעווע צי מאַרגעריטקעס.

איך, אָבער, וווין אין ענגלאַנד, וווּ טיי אָן מילך טרינקען נאָר אַזעלכע ווי איך — אויסלענדער. טיי איז דאָך אין ענגלאַנד בכלל אַ סגולה צו אַלצדינג.

האָט איר אפֿשר באַמערקט, ווי מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע קולטורן רעאַגירן אויף עפּעס אַ האַרץ-רײַסנדיקע נײַעס? למשל, אין רוסלאַנד ציט זיך גלײַך די האַנט צו אַ פֿלאַש בראָנפֿן (דווקא אָן טיי). אַן אַמעריקאַנער עפֿנט גלײַך זײַן פֿרידזשידער און נעמט פֿון דאָרטן אַרויס אַ פֿלעשל ביר. צומאָל דאַכט זיך מיר, אַז דורך דער וואַנט איז דער פֿרידזשידער צוגעטשעפּעט צו אַ קאָנווייער, וואָס ברענגט אַליין ביר פֿון אַ "וואָל-מאַרט".

בײַ די ענגלענדער איז אַנדערש. דער מענטש האָט דערהערט, אַז ער האָט געוווּנען אַ מיליאָן אין דער נאַציאָנאַלער לאָטעריי, אָדער אַז זײַן הונט איז — ניט דאָ געדאַכט — געפּגרט, אָדער ער (צי זי) באַקומט נאָך עפּעס אַ נײַעס פֿון אַזאַ גלאָבאַלן, צי פֿון אַ מער באַשיידענעם פֿאַרנעם. — וואָס דאַרף מען טאָן? מאַכן "ע-קאַפּ-אָוו-טי". אַוודאי, מיט מילך, ווײַל אָן מילך פֿאַרדײַעט עס ניט קיין ענגלישער — אַנדערש אויסגעאַרבעטער — מאָגן. ס׳איז ווי מיט אויטאָס: אייניקע קענען פֿאָרן נאָר מיטן 95סטן בענזין, און די אַנדערע נייטיקן זיך אין אַן אַנדער מין ברענשטאָף.

אַזוי צי אַזוי, אָבער מע האָט אונטערגעציילט, אַז אַ דורכשניטלעכער ענגלישער תּושבֿ טרינקט אויס אין משך פֿון זײַנע 120 יאָר אַרום 80,000 קוביקעס טיי. יעדן טאָג טרינקט מען אויס אין גרויס-בריטאַניע 196 מיליאָן קוביקעס טיי.

וואָס שייך מילך, זײַנען אַפֿילו פֿאַראַן צוויי קאָנקורירנדיקע שיטות מכּוח דעם, ווען מע דאַרף עס אַרײַנגיסן — פֿריִער פֿון טיי, צי שוין אין טיי אַרײַן. וועגן דעם אַמפּערט מען זיך זינט דעם 18טן יאָרהונדערט. הײַנטיקע טעג, רעקאָמענדירט Twinings צו גיסן פֿריִער מילך, בעת Tetley האַלט פּונקט פֿאַרקערט. אַ סבֿרא, אַז אַ מאָל איז עס געווען אויך אַ סאָציאַלע זאַך, ווײַל מילך איז געווען ביליק, און טיי האָט מען געשלעפּט אַזש פֿון כינע צי נאָך פֿון עפּעס אַן אויסרײַסעניש.

אָבער די דײַטשן האָבן לעצטנס געמאַכט צו נישט די גאַנצע מעשׂה. די רייד גייט וועגן אַ פֿאָרשונג, וואָס אירע רעזולטאַטן האָבן זיך באַוויזן אין דעם זשורנאַל European Heart Journal. די פֿאָרשונג, וואָס ווערט דאָרטן באַשריבן, ווײַזט, אַז מילך פּטרט אַוועק די געזונטע זאַכן, וואָס קומען פֿון טיי. אויב איך האָט ריכטיק פֿאַרשטאַנען דעם אַקאַדעמישן זשאַרגאָן, סטימולירט שוואַרצע טיי צירקולאַציע פֿון בלוט אין די אָדערן. אָבער מילך בלאָקירט דעם דאָזיקן עפֿעקט.

דער איצטיקער מערבֿ-וועלטיקער בשׂר-ודם רעאַגירט זייער ערנסט אויף אַזעלכע זאַכן — דאָס קען מען נעמען אין מויל אַרײַן; פֿון דעם דאַרף מען זיך היטן (אין אַ יאָר אַרום וועט אַ פֿרישע פֿאָרשונג ווײַזן, אַז ס׳איז אַלץ פּונקט פֿאַרקערט). הקיצור, ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז בײַ אייניקע ענגלענדער וועלן די הענט אָנהייבן זיך טרייסלען בײַם גיסן מילך אין טיי. בפֿרט נאָך, אַז די ענגלענדער זײַנען ניט אַזוי סטערעאָטיפּיש קאָנסערוואַטיוו. ניט אַלץ בלײַבט פֿאַרגליווערט אין יענע מקומות.

למשל, אין די לעצטע יאָרן איז ווייניקער פּאָפּולער געוואָרן מאַרמעלאַד, וואָס איז טראַדיציאָנעל אַ טייל פֿון אַן עכטן בריטישן אָנבײַסן. אָבער — שטעלט זיך פֿאָר! — אַז פֿאַראַיאָרן האָבן 441 טויזנט משפּחות אויפֿגעהערט צו קויפֿן מאַרמעלאַד. די יונגע עסן עס בכלל ווייניק. צווישן די וואָס עסן רעגולער מאַרמעלאַד זײַנען אַריבער 80 פּראָצענט מענטשן עלטער פֿון 45 יאָר. אַזוי קען מען דאָך אין גאַנצן פֿאַרלירן אין ענגלאַנד די קולטור פֿון עסן אַ מאכל, וועלכן מע האָט צוגעטראַכט (און אַ נאָמען געגעבן) אין פּאָרטוגאַל נאָך אין 15טן יאָרהונדערט.

אָבער איך וועל אײַך זאָגן דעם גאַנצן אמת: מיר גייט עס אַלץ ניט אָן, ווײַל טיי איז אין מײַן סאַמאָוואַר-קולטור סײַ-ווי-סײַ פּאַרעוו.