» 20070504
נאָך פֿאַר דעם ווי דער צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע איז דערשינען, האָבן די אויספֿרעגן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט געוויזן, אַז כּמעט 75 פּראָצענט בירגער פֿאָדערן, אַז דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, זאָל פֿאַרלאָזן זײַן אַמט. ער האָט ספּאָנטאַן באַשלאָסן אָנהייבן די מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ", ער האָט זי געפֿירט אויף אַ הפֿקרדיקן אופֿן, און ער דאַרף איצט טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דורכפֿאַל אין דער מלחמה.
די קינאָס פֿון מאַנהעטן זענען די וואָך אָפּגעגעבן געוואָרן דעם גרויסן "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל", וואָס דער אַקטיאָר און ניו־יאָרקער תּושבֿ ראָבערט דע ניראָ האָט אײַנגעפֿירט אין 2002, נאָך דער טראַגעדיע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. זײַן ציל איז געווען צו העלפֿן אויפֿצולעבן די דערשלאָגענע קולטורוועלט אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן און ווײַזן אַזוינע פֿילמען, וואָס וואָלטן, געוויינטלעך, נישט דערגרייכט צום ברייטן עולם. דערצו האָט ער געהאָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט שטיצן ניו־יאָרק, ווי אַ צענטער פֿון פֿילם־מאַכערײַ.
אין מיזרח-אייראָפּע קומען פֿאָר אינטערעסאַנטע דעמאָגראַפֿישע און מיגראַציע-פּראָצעסן. גאַנץ אָפֿט זעט מען אַזאַ בילד: די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער סײַ צוליב דעם, וואָס דער עולם פֿאַרהאַלט זיך ניט אויף דער וועלט און האָט ווייניק קינדער, סײַ צוליב דעם, וואָס די יונגע און אַקטיווע לײַט זוכן אַ בעסער לעבן אין דער מערבֿדיקער וועלט. אָבער דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער מעשׂה. דער צווייטער טייל באַשטייט אין דעם, וואָס מיזרח-אייראָפּע ציט צו מיגראַנטן פֿון אַנדערע לענדער, וווּ דער מיזרח-אייראָפּעיִשער חודשלעכער געהאַלט פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר קלינגט ווי אַן אוצר. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק כינעזער, בפֿרט פֿון די ערגער אַנטוויקלטע געגנטן פֿונעם ריזיקן לאַנד.
שמואל עצמון-ווירצער (אַצמאָן) איז אַ מערקווערדיקע און זעלטענע דערשײַנונג אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע. זײַן אַרטיסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן ווי אַ העברעיִשער אַקטיאָר, טעאַטער־דירעקטאָר און רעזשיסאָר. מיט אַ צוויי־דרײַ צענלדיק יאָר צוריק איז בײַ אים פֿאָרגעקומען אַ דראַסטישע ענדערונג, אויף עבֿרית באַצייכנט מען דאָס מיטן וואָרט "מהפּך", דאָס הייסט, אַן איבערקערעניש אין גאַנצן קולטור־באַנעם, אינעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור, צום ייִדישן טעאַטער.
לאָנדאָן פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אינעם לעבן פֿון די נײַע רוסישע עשירים. אַן ערך צען רוסישע ביליאָנערן און טויזנט מיליאָנערן האָבן לעצטנס געקויפֿט הײַזער און דירות אין לאָנדאָן און אין די סבֿיבֿות. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿאַרשיידענע: רוסן האַלטן אַ וועלט פֿון ענגלאַנד און בפֿרט פֿון דער ענגלישער אַריסטאָקראַטיע; די ענגלישע שפּראַך איז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע אין דער וועלט, פּריוואַטע שולן און אַלטע אוניווערסיטעטן ציִען צו רײַכע משפּחות מיט קינדער, און ליבעראַלע געזעצן דערלויבן די רײַכע אויסלענדישע תּושבֿים ניט צו צאָלן שטײַערן אויף זייערע הכנסות מחוץ־לארץ. די לאָנדאָנער בערזע ציט צו די גרעסטע רוסישע קאָמפּאַניעס מיט אירע ליבעראַלע רעגיסטראַציע־באַדינגוגנען. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז די רוסישע באַפֿעלקערונג אין לאָנדאָן און דרום־ענגלאַנד געוואַקסן מער ווי צען מאָל.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.
כאָטש ער איז בעסער באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראַדיאָ־דראַמעס, וואָס זײַנען געשפּילט געוואָרן צענדליקער יאָרן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע "WEVD", איז נחום סטוטשקאָוו אויך געווען אַ באַדײַטנדיקער פֿילאָלאָג און לעקסיקאָגראַף, סײַ פֿון דער ייִדישער און סײַ פֿון דער העברעיִשער שפּראַך. אַחוץ זײַן טעאַטער־טעטיקייט, האָט ער, אין זײַן פֿרײַער צײַט, אַזוי צו זאָגן, אָנגעשריבן די דרײַ ריזיקע ביכער — דער "ייִדישער גראַמען־לעקסיקאָן", דער "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס בלײַבט אַ יחיד־במינו, ווי אויך זײַן "אוצר השׂפֿה העבֿרית".
אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבערצײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿודיקע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגעבאַקענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמפּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי:
דער לינגוויסט, דער פֿאָטער פֿון ייִדישיסטיק ווי אַן אַקאַדעמישער לימוד
יר איז הײַנט צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן אוריאלן ווי אַ לינגוויסט, און אַנדערע זענען געבעטן געוואָרן צו רעדן וועגן אַנדערע מער־ווייניקער ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. פֿון איין זײַט, איז דאָס זייער אַ באַרעכטיקטער צוגאַנג צום דערמאָנען און אָפּצושאַצן עמעצן, וואָס איז געווען שאַפֿעריש אויף זייער אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים פֿון ייִדישן וויסן און למדות. זײַן אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אַטראַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז געווען ווי אַ כּשרער לעפֿל אין אַ כּשרן טאָפּ.
אין "יד־ושם" אין ירושלים איז איצט דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "פֿרויען אינעם חורבן". די אויסשטעלונג שילדערט דעם קאַמף איבערצולעבן דעם חורבן פֿון קוקווינקל פֿון פֿרויען: איבערלעבונגען פֿון מיליאָנען פֿרויען, וועלכע זענען גערודפֿט, פֿאַרפּײַניקט און דערמאָרדעט געוואָרן. עס ווערן אַנטפּלעקט אין דער אויסשטעלונג די מענטשלעכע, ווײַבלעכע איבערלעבונגען הינטער די היסטאָרישע פֿאַקטן. פֿון אַ ריין ווײַבלעכער פּערספּעקטיוו ווערן געשילדערט פּראָבלעמען פֿון ליבע, מוטערשאַפֿט, גלויבן, שאַפֿערישקייט, חבֿרשאַפֿט און אַנדערע טעמעס, אין אַ צײַט, ווען די ציוויליזאַציע און מענטשלעכקייט האָבן מער נישט עקזיסטירט.
זונטיק, דעם 18טן מערץ, איז אין דער "בית־צדק" קאָנגרעגאַציע פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿישער אויסשטעלונג וועגן לעבן און אומקום פֿון די ייִדן אין שטשוטשין, אַ שטעטל אין מיזרח־צפֿון פֿון פּוילן, גראָדנער געגנט. די פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון די אַרום דרײַ טויזנט שטשוטשינער ייִדן, זײַנען גענומען געוואָרן אין משך פֿון פֿיל יאָרן פֿון זלמן קאַפּלאַן, דעם ייִדישן פֿאָטאָגראַפֿיסט אין שטעטל.
אַ קרופּניק איז אַ גערשטן־זופּ (barley soup, בלע״ז), וואָס ווערט געוויינטלעך געמאַכט מיט רינדערן פֿלייש. אָט האָט איר אַ וועגעטאַרישן נוסח, וואָס איז אַזוי געדיכט און "רײַך" מיט פּראָטעיִן, אַז, באַגלייט מיט פֿריש שוואַרץ ברויט, קאָן ער דינען ווי אַ גאַנצער מיטאָג. דער קרופּניק איז נאָך מער געשמאַק, ווען מע עסט אים מיט אַ טאָג שפּעטער. אויב די זופּ איז צו געדיכט בײַם אָנוואַרעמען, גיט צו 1/4 טעפּל וואַסער.
|