נאָך פֿאַר דעם ווי דער צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע איז דערשינען, האָבן די אויספֿרעגן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט געוויזן, אַז כּמעט 75 פּראָצענט בירגער פֿאָדערן, אַז דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, זאָל פֿאַרלאָזן זײַן אַמט. ער האָט ספּאָנטאַן באַשלאָסן אָנהייבן די מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ", ער האָט זי געפֿירט אויף אַ הפֿקרדיקן אופֿן, און ער דאַרף איצט טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן דורכפֿאַל אין דער מלחמה.
נאָך איידער דער צווישנבאַריכט איז ברייט באַקאַנט געוואָרן איז פֿאַר יעדן ישׂראלי קלאָר געווען, אַז אַזאַ עם־האַרצישן שוץ־מיניסטער ווי עמיר פּרץ, האָט נאָך די מדינה נישט געהאַט; און אַזאַ ווייניק־פּראָפֿעסיאָנעלן הויפּט פֿונעם שטאַב — אויך נישט.
נאָך פֿאַר דער עפֿנטלעכער רעאַקציע אויפֿן צווישנבאַריכט מצד דעם פּרעמיער־מיניסטער, אַז פֿון זײַן אַמט וועט ער נישט דעמיסיאָנירן, האָבן 75 פּראָצענט ישׂראלים אָנגעוויזן, אַז נישט אָלמערט און נישט פּרץ וועלן זייערע אַמטן אַליין נישט פֿאַרלאָזן.
וואָס מיינט אַזאַ ציפֿער? קודם־כּל, אַז ס‘רובֿ פֿונעם פֿאָלק ווייסט זייער גוט, ווער עס פֿירט מיט אים אָן. אַז אויפֿן סמך פֿון דער ישׂראל־געשיכטע, איז נאָך קיין איין פּרעמיער אַליין נישט אַוועק פֿון זײַן מיניסטאָרן־קאַבינעט; סײַדן, גאָלדע מאיר. אָבער זי איז אַן אויסנאַם. געוויסן און פֿירערשאַפֿט פּאָרן זיך נישט אין קיין שום לאַנד, אָבער אין מדינת־ישׂראל האָט עס אַ באַזונדער־קרענקלעכע טבֿע.
אָלמערט האָט געוווּסט וואָס צו זאָגן דעם פֿאָלק: איך האָב דערלאָזט די פֿעלערן, און איך וועל זיי פֿאַרריכטן. איין קלייניקייט, וואָס טוט מען מיט יענע 117 סאָלדאַטן און 14 אײַנוווינער, וואָס זײַנען אומגעקומען צוליב די "פֿעלערן" פֿון זייער פּרעמיער־מיניסטער, שוץ־מיניטער און דעם הויפּט פֿונעם גענעראַל־שטאַב?!
הײַנט, שוין נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם צווישנבאַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, איז דאָס פֿאָלק אויפֿגעבראַכט. עס קאָכט. מע רופֿט אַרויסגיין אויף די גאַסן, און מיט די "פֿיס" שטימען, אַז די רעגירונג זאָל דעמיסיאָנירן. אַזאַ "אָפּשטימונג" וועט געוויס צווינגען סײַ אָלמערטן און סײַ פּרצן צו באַפֿרײַען זייערע ערשטע פּאָזיציעס. ס‘איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז זייערע פּאַרטיי־חבֿרים וועלן זיי אין דעם צוהעלפֿן, אַבי אַליין צו פֿאַרבלײַבן בײַם מאַכט־רודער. לאָמיר אָבער שטעלן די פֿראַגע אַנדערש: ווער וועט קומען אויף זייער אָרט? אויב די "קדימה"־שיף וועט נישט דערטרונקען ווערן, רעדט מען וועגן צוויי מעגלעכע קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען אָלמערטס אַמט: ציפּי ליבֿני, די איצטיקע אויסערן־מיניסטאָרין און שמעון פּערעס. אַן אַנדער זאַך איז, צי אַזאַ בײַט וועט אַרויסהעלפֿן דער צענטריסטישער פּאַרטיי אָנצוהאַלטן איר השפּעה אינעם לאַנד.
די אַנדערע קאַנדידאַטן, וואָס קוקן אַרויס צו באַזעצן די ערשטע פּאָזיציעס — בנימין נתניהו (ליכּוד), עמי אילון און אהוד ברק (עבֿודה) — ווײַזן אָפֿן נישט אַרויס זייער צופֿרידנקייט מיט די אויספֿירן פֿון דעם צווישנבאַריכט; בײַ דעם מצבֿ זיך אײַנצושפּאַנען אינעם מלוכה־וואָגן, וואָס אָט־אָט וועט ער זיך צעפֿאַלן, און צוזאָגן אים פֿון דער בלאָטע אַרויסצושלעפּן, דאַרף מען טאַקע זײַן אַ פֿערד, און דערצו נאָך אַ בלינד פֿערד.
צוריק גערעדט, ווער זײַנען זיי, די איצטיקע קאַנדידאַטן? נתּניהו, וואָס האָט אין זײַן צײַט פֿון אָנפֿירן מיטן לאַנד, געמוזט פֿאַרלאָזן די רעגירונג מיט בושה און איז אַוועק קיין אַמעריקע? ברק, וואָס האָט אין זײַן צײַט אָנגעפֿירט מיטן מיניסטאָרן־קאַבינעט, ווי אַ גענעראַל און אויך מיט אַ סקאַנדאַל אַוועק... אין "ביזנעס"? שוין זשע וועט פּערעס, אַ מענטש פֿון עטלעכע און אַכציק יאָר, בכּוח זײַן צו שטעלן די שטארק צעטרייסלטע רעגירונג אויף פֿעסטע פֿיס?
הײַנט הערט מען רייד, אַז ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ רעגירונג, וואָס איז פֿעיִק צו פֿירן אַ מלחמה, אָדער אַפֿילו צוויי מלחמות — אויף צפֿון און אויף דרום. יאָ, אין די סאַמע פֿרידלעכע צײַטן, האָט ישׂראל געלעבט מיט אַ חשבון: וויפֿל יאָרן איז נאָך געבליבן ביז אַ נײַער מלחמה? אָבער נאָך דעם וואָס ס‘איז געשען לעצטנס אין לבֿנון, וואָלטן די ישׂראלים געדאַרפֿט אויסוויילן אַזעלכע פֿירער, וועלכע וואָלטן געאַרבעט אָן פֿעלערן, כּדי דערנאָך נישט דאַרפֿן זיי פֿאַרריכטן. צו טײַער קאָסטן אָפּ דעם פֿאָלק די פֿעלערן, דערלאָזט פֿון אַן עם־האַרצישער פֿירערשאַפֿט.