אַ קרופּניק איז אַ גערשטן־זופּ (barley soup, בלע״ז), וואָס ווערט געוויינטלעך געמאַכט מיט רינדערן פֿלייש. אָט האָט איר אַ וועגעטאַרישן נוסח, וואָס איז אַזוי געדיכט און "רײַך" מיט פּראָטעיִן, אַז, באַגלייט מיט פֿריש שוואַרץ ברויט, קאָן ער דינען ווי אַ גאַנצער מיטאָג. דער קרופּניק איז נאָך מער געשמאַק, ווען מע עסט אים מיט אַ טאָג שפּעטער. אויב די זופּ איז צו געדיכט בײַם אָנוואַרעמען, גיט צו 1/4 טעפּל וואַסער.
1/4 טעפּל ווײַסע בעבלעך
1 טעפּל געטריקנטע שוועמלעך
4 טעפּלעך וואַסער
1 טעפּל צעהאַקטע פּאָמידאָרן
1 ציבעלע, צעהאַקט
2 לעפֿל צעהאַקטע וואָרצל־צעלעריע (celery root)
1 לעפֿל צעהאַקטע פּעטרישקע
1/4 טעפּל גערשטן
1 מער, צעשניטן
1 לעפֿל קריפּ
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
ווייקט די בעבלעך אין אַ שיסל וואַסער איבערנאַכט, און דערנאָך גיסט אָפּ דאָס וואַסער.
ווען איר זענט גרייט צו מאַכן די זופּ, וואַרעמט אָן די 4 טעפּלעך וואַסער אין אַ זופּטאָפּ, אָבער לאָזט נישט דאָס וואַסער ווערן צו הייס. שיט אַרײַן די געטריקנטע שוועמלעך און לאָזט זיי ווייקן 15 מינוט. דערנאָך גיט צו די פּאָמידאָרן, ציבעלע, וואָרצל־צעלעריע, פּעטרישקע, בעבלעך און גערשטן. הייצט אָן די זופּ ביז זי זידט.
פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און דעקט צו דעם טאָפּ, אָבער לאָזט איבער אַ שפּאַרונע. לאָזט די זופּ מליִען ביז די בעבלעך ווערן ווייך, בערך אַ שעה לאַנג. שיט אַרײַן די צעשניטענע מער, קריפּ, זאַלץ און פֿעפֿער, און לאָזט מליִען נאָך 20 מינוט.