ביאָגראַפֿיעס

דער לינגוויסט, דער פֿאָטער פֿון ייִדישיסטיק ווי אַן אַקאַדעמישער לימוד

יר איז הײַנט צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן אוריאלן ווי אַ לינגוויסט, און אַנ­דע­רע זענען געבעטן געוואָרן צו רעדן וועגן אַנדערע מער־ווייניקער ריין פּראָפֿע­סיאָנעלע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. פֿון איין זײַט, איז דאָס זייער אַ באַרעכטיקטער צוגאַנג צום דערמאָנען און אָפּצושאַצן עמעצן, וואָס איז געווען שאַפֿעריש אויף זייער אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים פֿון ייִדישן וויסן און למדות. זײַן אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אַטראַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז געווען ווי אַ כּשרער לעפֿל אין אַ כּשרן טאָפּ. אַלע, וועלכע האָבן לעת־עתּה וועגן דעם אַ טראַכט געטאָן, האָבן באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז ניט נאָר קיין בעסערער קאַנדידאַט אויף אָט דעם פּאָסטן ניט בנימצא, נאָר אַז קיין בעסערן קאַנדידאַט ווי אוריאַל וואָלט מען זיך אַפֿילו ניט געקענט פֿאָרשטעלן. דאָס איז געווען ניט בלויז אַ בראַווער זשעסט אַזוי שנעל נאָכן חורבן און אַנטקעגן יענעם בלוט־מבול וואָס האָט, חלילה, געקענט אָפּווישן ייִדן, ייִדיש און ייִדישקייט אַלע אין איינעם פֿון דער אַקטועלער וועלט־סצענע — נאָר דאָס האָט אָנגעוויזן, אַז ייִדיש־ייִדישע למדות קען נאָך זײַן סאַלאָן־פֿעיִק (און אינעם געגעבענעם פֿאַל, קען מען אַפֿילו זאָגן "באַראָן־פֿעיִק") און קענען רעדן צום סאַמע האַרץ פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט אומעטום און איבער גאַנץ אַמעריקע בפֿרט.
צי איז אָבער אין יענער צײַט (אין 1957; אוריאל איז דאַן געווען בלויז 32 יאָר אַלט) אפֿשר געווען נאָך צו פֿרי צו קו­מען מיט אַזעלכע דערוואַרטונגען, אין שײַ­כות מיט אַ נײַעם פּאָסטן פֿאַר אַ יונגן און נאָך ניט דערפֿאַרענעם און ווייניק באַקאַנטן יונגן־מאַן? כּדי צו ענטפֿערן אויף אַזאַ מין פֿראַגע דאַרף מען באַלד כאַפּן אַ קוק אויף דער היים און דער סבֿיבֿה, פֿון וועלכער אָט דער יונגער־מאַן איז אַרויס­געוואַקסן, דאָס הייסט, אים דערקענען אין אַ ברייטערער ראַם ווי לינגוויסטיק, צי ייִדיש־פֿאָרשונג, צי אַפֿילו ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור בכלל. אָט די לעצ­טע תּחומים זענען תּיכּף צוגערעכנט געוואָרן צו אוריאלס התחײַבֿותן און ער האָט ניט לאַנג געלאָזט וואַרטן מען זאָל דערקענען, אַז דאָס זענען ניט געווען קײַן איבערגעטריבענע דערוואַרטונגען.
איך האָב געהאַט דאָס מזל עטלעכע יאָר נאָכאַנאַנד (פֿיר־פֿינף, אויב איך האָב ניט קיין טעות) זיך צו באַטייליקן אינעם דאָנערשטיק בײַנאַכטיקן לייענקרײַז בײַ די ווײַנרײַכס אין דער דירה אינעם צפֿון־מערבֿ ווינקל פֿון מאַנהעטן (אייגנטלעך, אין "וואַשינגטאָן הײַטס", אָדער "דאָס פֿערטע רײַך" ווי מען פֿלעג עס גוטמוטיק אָנרופֿן, אַנטקעגן דעם גרויסן חלק "יעקעס", צווישן די דאָרטיקע תּושבֿים). בײַ די זיצונגען פֿון אָט דעם קרײַז (בינה און געלע זענען אויך, מיט דער צײַט, געקומען אויף אָט די זיצונגען) זענען די שטענדיקע און לאַנגטערמיניקע באַטייליקטע געווען די פֿיר ווײַנרײַכס ,פֿרוי טשעריקאָווער ואַני הקטן, און ד״ר (מאַקס) ווײַנרײַכס ראָל, ווי דער אָנפֿירער, האָט זיך אויסגעדריקט דורך דעם, וואָס ער האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַר אונדז זײַן אָפּקלײַב פֿון דער סאַמע נײַעסטער ייִדישער ליטעראַטור. פֿונעם אָפּקלײַב און, דער עיקר, פֿונעם שמועס אַרום יענעם מאַטעריאַל, איז שנעל קלאָר געוואָרן, אַז די גרענעץ צווישן לינגוויסטיק, ליטעראַטור ממש, ליטע­ראַרישע פֿאָרשונג און געשיכטע־פֿאָר­שונג, איז זייער אַ בייגעוודיקע און אַז איינס באַרײַכערט בלויז דאָס אַנדערע. אָט דעם צוגאַנג, וואָס האָט אויך טיפֿע כּלל־אייראָפּעיִשע אינטעלעקטועלע וואָרצלען, האָט אוריאל אָנגעהאַלטן און אַפֿילו נאָך אויסגעברייטערט אין דער פּראָגראַם אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ פֿאָלק­לאָ­ריסטיק האָט זיך אויך געפֿילט אין גאַנצן אין דער היים.

דער איינציקער אין אַמעריקע

זײַן ברייטערער צוגאַנג צו יעדער טע­מע האָט אוריאלן אוועקגעפֿירט אין פֿאַר­שיידענע נײַע ריכטונגען, וואָס האָבן צו זיך קיין גלײַכן ניט געהאַט אין דער אַמע­רי­קאַנער לינגוויסטיק. איך מיין דאָ ניט אַזוי די גרא­ַדויִר־קורסן אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש (וואָס יעדער פּראָפֿעסאָר פֿון זעל­טענערע לשונות קומט אויס צו לערנען אַ צאָל אַזעלכע קורסן, וואָס נאָר זײַנע אייגענע "צדיקים" קענען און ווילן זיי פֿאַר­שטיין און אָפּשאַצן). איך מיין, דער עיקר, קורסן אויף ייִדישער טעמאַטיק, וואָס דורך זיי האָבן אויך אַנדערע ספּעציאַליסטן גע­קענט דערזען און תּופֿס זײַן טעמעס, וואָס צוליב זיי איז נייטיק אַ פֿאַרגלײַכיקער אינטעלעקטועלער צוגאַנג, וואָס ייִדיש קען אין דעם שפּילן אַ גאָר באַזונדערע ראָלע, צוליב איר אייגענעם העטעראָגענישן צו­נויפֿ­שטעל און השפּעות.
שפֿראַך־פּלאַנירונג (דער עיקר, וועגן קאָרפּוס־פּלאַנירונג), וווּ די ייִדישע מוסטערן וועגן בכּיוונדיקער דערנעענטערונג און דער­ווײַטערונג צווישן ייִדיש און דײַטש, צווישן ייִדיש און רוסיש, צווישן ייִדיש און ענגליש, אאַז״וו, גיבן צו אַזוי פֿיל צו די אַנדערע דוגמאָות פֿון דערווײַטערונג און דערנעענטערונג צווישן לשונות פֿון אַנדערע וועלט־טיילן. פֿון אַזעלכע קורסן האָבן די עטלעכע אַוואַנסירטע ייִדיש־ספּע­ציאַליסטן געקענט נאַשן פֿאַקטן און באַגריפֿן, וואָס האָבן בײַ זיי מלכתּחילה אויסגעזען ווי בלויז משונהדיקע טענדענצן פֿון ייִדיש און פֿון אירע ניט זייער ברייט־אויסגעשולטע סבֿיבֿות. פּונקט אַזוי איז אויך געווען אין שײַכות מיט אַזעלכע טע­מעס ווי לשון־פּאָליטיק, לשונות־באַווע­גונגען און די פֿאַרבינדונגען צווישן שפּראַכנ­בײַטן און גאָר אַ פֿאַרשפּרייטע צאָל מיט­צײַ­טנדיקע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע איבער­קערענישן. אוריאל האָט פֿאַרמאָגט אי דעם וויסן, אי די געבענטשטע פֿעיִקייט יעדע דערשײַנונג צו דערקענען אין אירע ברייטס­טע שטריכן און דורך אָט דער ברייט­קייט האָט זיך יעדער שפּראַכיקער פֿענאָ­מען באַ­קומען אַלמענטשלעכער און חשובֿער.
אוריאלס סטיפּענדיע־פֿינאַנסירטע־ווי­זיטן איבער דער וועלט, למשל, בײַ די שוויי­צער ראָמאַנשן, בײַ ייִדישע און אַראַ­בישע שבֿטים אין ישׂראַל, און בײַ פֿאַר­שיידענע פֿעלקער אין אינדיע, האָבן אים און זײַן פּראָגראַם באַקאַנט מיט דער רײַכקייט און גרויסער פֿאַרשיידנקייט פֿון שפּראַכיקע אַנטוויקלונגען וואָס זענען דעם געוויינטלעכן אַמעריקאַנער לינגוויסט מיט זײַן שוואַכער באַקאַנטשאַפֿט מיט עטלעכע אַמעריקאַנער־אינדיאַנער לשונות (אָדער דעם ייִדישן לינגוויסט און זײַן אָפֿט מינימאַלע און וואַקלענדיקע באַקאַנטשאַפֿט מיט אַנדערע ייִדישע לשונות, חוץ עבֿרית און ייִדיש), געווען לחלוטין ניט באַקאַנט. אין גאָר אַ סך פֿון זײַנע פֿאָרשונגען באַווײַזן זיך בולט אוריאלס אייגענע שפּראַכיקע פֿעיִקייטן (נעמט, למשל, זײַן מײַסטערווערק "לשונות אין קאָנטאַקט", אַרויס אין 1953 און נאָך אַלץ אין דרוק אי אויף ענגליש, אי אויף פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות) מיט אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון קנאַפּע זעקס הונדערט נומערן, וואָס ס׳רובֿ ברענגען און פֿאָדערן ידיעות פֿון לשונות, וואָס דערגייען זעלטן צום מערבֿ־אייראָפּעיִש־אָריענטירטן און אַמעריקאַנער דערצויגענעם פֿאָרשער און גראַדויִר־סטודענט. אויך זײַן טיפֿער אינ­טערעס צו מער־שפּראַכיקייט און זײַנע רײַכע פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען אויף דעם שטח, אי וואָס שייך ייִדישע, אי וואָס שייך ניט־ייִדישע שפּראַך־קהילות איבער דער וועלט, וואַרפֿן זיך זייער אין די אויגן, הן מיט זייער אויסנעמלעכער טיפֿקייט און הן מיט זייער פֿאַרשיידנאַרטיקייט.
אין שײַכות מיט מערשפּראַכיקייט זעען מיר קלאָר דעם מקור פֿון אוריאַלס סאָ­ציאָלינגוויסטישע אינטערעסן (וועגן וועל­כע ס'איז פֿאַראַן גאָר אַ סך צו זאָגן, נאָר מיר'ן דאָס איצט מוזן איבערלאָזן פֿאַר אַן אַנדער געלעגנהייט). דאָ וואָלטן מיר וועלן פּשוט צוגעבן, אַז די היים איז בײַ די ווײַנרײַכס געווען דורכויס אַ מער־שפּראַ­כיקע. מאַקסעס עלטערער ברודער, אַרטור, האָט מיט אַלעמען גערעדט אויפֿן היימישן קורלענדער ייִדיש־דײַטש, אויף וועלכן ער און מאַקס זענען נאָך פֿון קינד­ווײַז דערצויגן געוואָרן. "טאָדי", אַרטורס זון (אַ קאַרטאָגראַף בײַ דער "ניו־יאָרק טײַמז" (וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אין מאַפּעס פֿון זעלטן באַקאַנטע, אויב ניט שטרענג באַהאַלטענע געגנטן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד), האָט אָפֿט גערעדט מיטן טאַטן אויף דײַטש און מיט מאַקסן און רעגינען אויף רוסיש. אויב איך האָב ניט קיין טעות האָט רעגינע אויך גערעדט אויף רוסיש מיט מערסטע פֿון אירע חבֿרטעס. ענגליש האָט מען קיין מאָל ניט געהערט, סײַדן, ס'איז גראָד געקומען צו גאַסט אַן "ענגלענדער", ווי למשל, דער אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסט Wayland Hand פֿון UCLA, בײַ וועמען אַ סך פֿונעם יונגן עולם האָבן זיך געהאַט געלערנט זומער, אַ דאַנק די סטיפּענדיעס, וואָס עס האָבן פֿאַר צען ניו־יאָרקער כּמו־אַספּיראַנטן בײַם ייִוואָ פּאַטראָניזירט אַ גרופּע לאָס־אַנדזשעלעסער "פֿרײַנד פֿון ייִוואָ".
הכּלל, אוריאלס מערשפּראַכיקייט האָט געאַנקערט ניט בלויז אין ווילנע און ניט בלויז בײַ די עלטערן אין דער היים אין ניו־יאָרק, און אויך ניט בלויז בײַ זיך אין דער היים, וואָס ער האָט דאָ אויפֿגעשטעלט מיט בינהן, נאָר עס האָט געאַנקערט טיף אין זײַן באַוווּסטזײַן וועגן מענטשלעכן מין און די געזעלשאַפֿטיקע שטריכן, דורך וועלכע דער מענטש דריקט זיך אויס.

שפּראַך־וואַריִיִרונג און דער ייִדישער "טשוואָק"

איך האָב ערשט מיט עטלעכע פּאַראַ­גראַפֿן צוריק אויסגעדריקט די מיינונג אַז, מיט ווייניק אויסנאַמען, זענען אוריאלס אַרבעטן אויפֿן שטח פֿון סאָציאָלינגוויסטיק ווייניקער באַקאַנט און באַרימט, ווי זײַ­נע מער לינגוויסטישע אַרבעטן. אַזאַ השפּעה ווי ער האָט געהאַט אויף דער קאָנ­טאַקט־לינגוויסטיק און אויף דער סעמאַנ­טיק־שטודיום האָט ער אין דער סאָציאָ­לינגוויסטיק ניט געהאַט, אָדער בעסער געזאָגט, ניט דערלעבט צו האָבן. דאָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, ווײַל אַפֿילו אַ געני, מכּל־שכּן איינער, וועמענס אַרבעט איז אַזוי פֿרי איבערגעשניטן געוואָרן, קען זיך ניט אין דער זעלבער צײַט אָפּגעבן מיט אַלע טעמעס וואָס אינטערעסירן אים. דאָס איז באַשטימט אונדזער אַלעמענס פֿאַרלוסט, ווײַל אוריאל האָט געהאַט די פֿעיִקייט צו באַגליקן יעדן שטח אין וועלכן ער האָט זיך אַרײַנגעוואָרפֿן און אַזוי וואָלט זיכער געווען מיט דער סאָציאָלינגוויסטיק אויך. איך בין אין דעם איבערצײַגט נישט בלויז, ווײַל אַזוי איז מחייבֿ דער פּשוטער שׂכל, נאָר ווײַל איך האָב אין משך פֿון יאָרן אויסגענוצט יעדע מעגלעכקייט מיט אים צו שמועסן וועגן סאָציאָלינגוויסטישע טע­מעס, וואָס זענען מיר אַליין און אונדז ביידן געווען צום נאָענטסן צום האַרצן. אָבער דאָס לאָזט נאָך אַלץ ניט־פֿאַרענטפֿערן די פֿראַגע, פֿאַר וואָס אוריאלס אַרבעטן אויפֿן שטח פֿון ייִדיש גופֿא זענען, לפֿי־דעתּי, אויך קיין מאָל ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן, ווי ס'האָט זיי געקומט און ווי ס'קומט זיי נאָך עד־היום?
אַפֿילו ווען מען גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון, אַז דער ייִדיש־שטח איז אַ שמעלערער, וואָס שייך דער צאָל מענטשן וואָס האָבן צו אים אַ מעגלעכן צוטריט, בלײַבט די קשיא פֿאָרט אַ קשיא. די סובטילקייט פֿון דעם ייִדיש־וויסן און דעם ייִדישן וויסן, וואָס מען דאַרף זיך אין זיי אײַנפֿעדעמען, איז אַזאַ טיפֿע און אין־סופֿיקע, אַז ס'איז בפֿירוש ניט גענוג בלויז צו "קענען אַ גוטן ייִדיש", כּדי זיי תּופֿס צו זײַן; פּונקט ווי ס'איז אַפֿילו אויך ניט גענוג גוט צו קענען די נײַעסטע לינגוויסטיק. רחמיאל פּעלץ, וועלכער האָט זיך אונטערגענומען מיט יאָרן צוריק איבערצוזעצן אַ גרויסן הלק פֿון אוריאלס אַרבעטן וועגן ייִדיש, דאַרף זיך ניט מיאוש זײַן. ס'וואָלט זיכער געווען אַ שווערע עובֿדה און קיין סך עקזעמפּלאַרן פֿון אַזאַ בוך וואָלטן זיך אפֿשר ניט פֿאַרקויפֿט.
איך פֿאַרשטיי אויך, אַז אין אַזאַ בוך וואָלטן די אויסטײַטשונגען זיכער געדאַרפֿט זײַן אי מערער, אי לענגער ווי בלויז די איבער­טײַטשונגען פֿון איין לשון אויף אַן אַנדערס.
נאָר אַראָפּלאָזן די הענט דאַרף מען דערבײַ זיכער ניט און מען טאָר זיכער ניט בלײַבן שטיין, אויב מען וויל, אַז די וויכטיקייט פֿון אוריאלס צוטראָג צום אָפּשאַץ פֿון ייִדיש זאָל פֿאַרשטאַנען ווערן. אויף דעם דאַרף מען אויך אָפּראַטעווען פֿונעם שופֿלאָד די רעשט בענדער פֿונעם ייִדישן שפּראַך־און־קולטור־אַטלאַס, וואָס ליגן שוין 40 יאָר און וואַרטן אויף אַן אויסלייזער. דער אַטלאַס איז אוריאַלס קרוינווערק און מיר טאָרן ניט פֿאַרגעסן אין דעם אָדער לאָזן, אַז אַנדערע זאָלן זיך נעמען די רעכט צו פֿאַרגעסן אין דעם. דאָס איז זײַן הויפּט־אויפֿטו און אויב דאָס וועט ניט ווײַט און ברייט באַקאַנט ווערן, וועלן מיר ניט האָבן אים געטאָן זײַן רעכט.

נישט איבערכאַפּן די מאָס!

ס'איז שוין שווער צו געדענקען, אַז ביז אוריאל האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט, האָט דער גאַנצער שטח פֿון ייִדישער לינגוויסטיק נאָך "געשמט" (אַפֿילן בײַ ניט ווייניק לינגוויסטן), ווי דער ניט זייער בכּבֿודיקער שפּראַכיקער פּראָדוקט פֿון אַ פּראָסטן עולם, וואָס האָט קיין איין לשון ניט גערעדט ווי ס'באַדאַרף צו זײַן. בײַם סאַמע אָנהייב האָט אַ פּראָפֿעסאָרישער רעצענזענט פֿון "קאַלעדזש ייִדיש" פֿרעך אָפּגעלאַכט אין זײַן רעצענזיע פֿונעם עצם באַגריף "ייִדישע כּלל־שפּראַך". "אַ מענטש האָט די חוצפּה אויסצוטראַכטן אַ לשון פֿון דער הוילער הויט און שרײַבט נאָך אָן פֿאַר יענעם לשון, וואָס לא היה ולא נבֿרא, אַ טעקסטבוך מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג!" מיט אַ יאָרצענדלינג שפּעטער האָבן די וואָס זענען בספֿק געווען וועגן אוריאלס ערשטע דערגרייכן (די אַקאַדעמישע וועלט איז בטבֿע אַ היפּער־קריטישע און ניט פֿאַרגינערישע) שוין גערעדט דערוועגן מיט אַנדערע, אין תּוך גענומען, דרך־ארצדיקע דיבורים. ס'זײַנען שוין מער ניט געווען קיין ספֿקות, אַז אַפֿילו ניט געזעענערהייט איז זײַן אַרבעט פֿונעם העכסטן קאַליבער און אַז וועגן אויסגעזויגענע פֿון פֿינגער המצאַות איז ניטאָ וואָס צו רעדן.
ווען דאָס וואָלט ניט געגאַנגען אין אוריאל ווײַנרײַכן, וואָס זײַן התמדה און אויפֿטוערישקייט זענען שנעל געוואָרן לעגענדאַריש און וועמענס כאַראַקטער האָט געשמט פֿאַר איידלקייט, וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס מזל האָט אים סתּם צוגעשפּילט און דער גאַנצער צוגאַנג צו ייִדיש און צו ייִדיש־פֿאָרשונג אין די אוניווערסיטעטן האָט זיך ראַדיקאַל געביטן צום בעסערן. אוריאל האָט קיין ביינדל ניט אָפּגעלעקט, וואָס שײַך דעם אַזוי־גערופֿענעם פֿאַרבעסערטן צײַטגײַסט לגבי ייִדיש און אַנדערע יודאַיִקאַ־לימודים אויף דער העכסטער מדרגה. אין דעם שײַכות איז ער בלי־שום־ספֿק געווען צווישן די וויכ­טיקסטע גורמים און בפֿירוש ניט צווישן די פּועל־יוצות פֿון דער וואַקסנדיקער שפֿע פֿון פּראָגראַמען, אין וועלכע ער און מיר אַלע מעגן מערסטנס זײַן שטאָלץ. מען דאַרף וועגן דעם ניט איבערטרײַבן; ס'זאָל אונדז אַלעמען צוקומען וואָס אונדז פֿעלט נאָר, ווען אוריאל וואָלט געווען דערלעבט צו זען און אָפּצושאַצן דעם סטאַטוס פֿון די געביטן, וואָס ער איז געווען פֿון זייערע וויכטיקסטע מיסדים, וואָלט ער זיכער אַ שעמעוודיק שמייכל געטאָן, ווי ס'איז געווען זײַן נוסח אין אַזעלכע פֿאַלן, און ער וואָלט געזאָגט "חבֿרה, מען דאַרף זיך פֿאַרקאַטשען די אַרבל!"