פּאָליטיק
פֿון ק. מיכאלי (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער רוסישער עקאָנאָמישער פֿאָרום אין לאָנדאָן, פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, וואָס אַ צאָל הויך־באַאַמטע רוסישע געשעפֿטסלײַט האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו בויקאָטירן, לויט פּוטינס ווילן
דער רוסישער עקאָנאָמישער פֿאָרום אין לאָנדאָן, פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, וואָס אַ צאָל הויך־באַאַמטע רוסישע געשעפֿטסלײַט האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו בויקאָטירן, לויט פּוטינס ווילן
Getty Images
לאָנדאָן פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אינעם לעבן פֿון די נײַע רוסישע עשירים. אַן ערך צען רוסישע ביליאָנערן און טויזנט מיליאָנערן האָבן לעצטנס געקויפֿט הײַזער און דירות אין לאָנדאָן און אין די סבֿיבֿות. די סיבות דערפֿון זײַנען פֿאַרשיידענע: רוסן האַלטן אַ וועלט פֿון ענגלאַנד און בפֿרט פֿון דער ענגלישער אַריסטאָקראַטיע; די ענגלישע שפּראַך איז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע אין דער וועלט, פּריוואַטע שולן און אַלטע אוניווערסיטעטן ציִען צו רײַכע משפּחות מיט קינדער, און ליבעראַלע געזעצן דערלויבן די רײַכע אויסלענדישע תּושבֿים ניט צו צאָלן שטײַערן אויף זייערע הכנסות מחוץ־לארץ. די לאָנדאָנער בערזע ציט צו די גרעסטע רוסישע קאָמ­פּאַניעס מיט אירע ליבעראַלע רע­גי­סטראַ­ציע־באַדינגוגנען. אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צען יאָר איז די רוסישע באַפֿעלקערונג אין לאָנ­דאָן און דרום־ענגלאַנד געוואַקסן מער ווי צען מאָל.
דאָס וויכטיקסטע עקאָנאָמישע געשעעניש אינעם לעבן פֿונעם רוסישן לאָנדאָן איז דער "לאָנדאָנער עקאָנאָמישער פֿאָרום", אַ פּריוואַטע אונטערנעמונג, וווּ די פּני פֿונעם רוסישן ביזנעס און פּאָליטיק טרעפֿן זיך מיט זייערע קאָלעגעס פֿון ענגלאַנד און אַנדערע לענדער. ביז לעצטנס האָט די רוסישע רעגירונג געהאַלטן אַ וועלט פֿונעם לאָנדאָנער פֿאָרום. אָבער הײַיאָר איז די אָפֿיציע­לע מאָסקווע פּלוצעם געוואָרן קאַלט. פּרעזידענט פּוטין האָט "ניט געעצהט" זײַנע באַאַמטע צו פֿאָרן קיין לאָנדאָן. אַנשטאָט דעם, האָט ער זיי געהייסן אַרבעטן מיט מער התמדה אין מאָסקווע. די געשעפֿטס־מאַגנאַטן האָבן באַשלאָסן צו פֿאָלגן דעם פּרעזידענטס עצה, און אָפּגעשאַפֿן זייערע באַזוכן. די פֿאָרמעלע דערקלערונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס פּוטין גרייט זײַן יערלעכן באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון דער רוסישער מלוכה און נייטיקט זיך אין דער הילף פֿון זײַנע אָנגעשטעלטע. אָבער שטילערהייט רעדט מען וועגן אַנדערע, פּאָליטישע סיבות. די באַציִונגען צווישן לאָנדאָן און מאָסקווע זײַנען לעצטנס געוואָרן נאָך מער קאָמפּליצירט צוליב דעם אויפֿטריט פֿון באָריס בערעזאָווסקין.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט בערעזאָווסקי אונטער­געגאָסן בוימל אינעם פֿײַער מיט זײַן אינטערוויו אין דער לאָנדאָנער צײַטונג "גאַרדיאַן". דער רוסישער גבֿיר, וועלכער וווינט אין לאָנדאָן ווי אַ פּאָליטישער פּליט, האָט זיך אויפֿריכטיק מודה געווען, אַז ער שטיצט די כּוחות, וועלכע גרייטן אַ פּאָליטישע רעוואָלוציע אין רוסלאַנד וואָס דאַרף באַזײַטיקן פּוטינס רעזשים מיט גוואַלד. עס איז ניט קלאָר, צי ס׳איז טאַקע אַזוי, אָבער די רוסישע פּראָקוראַטור האָט נאָך איין מאָל געפֿאָדערט בײַ דער ענגלישער רעגירונג, זי זאָל איבערגעבן בערעזאָווסקין אין די הענט פֿון דער רוסישער יוסטיץ. בערעזאָווסקי האָט באַקומען אַ מקום־מיקלט אין ענגלאַנד אויפֿן סמך פֿון זײַנע טענות, אַז די רוסישע געהיים־דינסט האָט בדעה געהאַט אים אומצורענגען. דער הויפּט־עדות אין דעם דאָזיקן ענין איז געווען דער געוועזענער אָפֿיצער פֿון דער רוסישער געהיים־דינסט אַלעקסאַנדר ליטווינענקאָ, וועלכער איז אויך אַנטלאָפֿן קיין ענגלאַנד און איז שפּעטער דערמאָרדעט געוואָרן.
עס בלײַבט ניט קלאָר, וואָס עס האָט באַוועגט בערעזאָווסקין צו מאַכן זײַן פּראָוואָקאַטאָרישן ווידוי אין "גאַרדיאַן". אַ סבֿרה, ער האָט מורא פֿאַר זײַן לעבן, און וויל מאַכן אַ שטיקל סקאַנדאַל, מען זאָל אין אים ניט פֿאַרגעסן. מן־הסתּם האַלט בערעזאָווסקי, אַז פּוטין וועט מורא האָבן אים צו הרגענען כּל־זמן ער, בערעזאָווסקי, שטעלט זיך אַרויס ווי דער פֿירער פֿון דער רוסישער אָפּאָזיציע. אָבער בערעזאָווסקיס חוצפּה דענערווירט די בריטישע רעגירונג, וועלכע האָט לעצטנס אַ סך צרות מיט רוסלאַנד. דער בריטישער אויסערן־מיניסטער האָט שוין איין מאָל געוואָרנט בערעזאָווסקין, אַז די רעגירונג קאָן רעווידירן זײַן פּליט־סטאַטוס. אָבער סײַ די רעגירונג, סײַ בערעזאָווסקי פֿאַרשטייען, אַז קיין געריכט אין ענגלאַנד וועט ניט גוטהייסן, אַז מען זאָל אים שיקן צוריק קיין רוסלאַנד, ווײַל דער מישפּט איבער אים אין רוסלאַנד וועט ניט זײַן קיין יושרדיקער.
נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿלעגט בערעזאָווסקי באַזוכן די זיצונגען פֿונעם לאָנדאָנער עקאָנאָמישן פֿאָרום און פֿירן שמועסן מיט די חשובֿע געסט פֿון רוסלאַנד. איצט האָט די רוסישע מאַכט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז לאָנדאָן איז מער ניט קיין אָרט פֿאַר אַזעלכע אומפֿאָרמעלע וויכּוחים. די רוסישע באַאַמטע ווילן ניט אויסהערן קיין קריטיק וועגן פּוטינס פּאָליטיק. אַנשטאָט צו פֿאָרן קיין לאָנדאָן, וועט די רוסישע רעגירונג פֿאַרבעטן זייערע אויס­לענדישע קאָלעגעס צו זיך, אויף דעם עקאָנאָמישן פֿאָרום אין פּעטערבורג. די דאָזיקע בײַטן שפּיגלען אָפּ דעם אַלגעמיינעם קער אין דער רוסישער אויסערן־ און אינערלעכער פּאָליטיק. ווי אַ מאָל, אין די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה, באַטראַכט מען ווידער דעם מערבֿ ווי אַ געפֿערלעכן שׂונא, וואָס איז אויסן צו פֿאַרכאַפּן רוסלאַנד. אַ סימן דערפֿון איז די צאָל רוסישע שפּיאָנען אין ענגלאַנד, וואָס איז שוין אַזוי גרויס ווי אין די סאָוועטישע צײַטן.