שמואל עצמון אין דער ראָלע פֿון טבֿיה |
און אָנגעהויבן האָט זיך עס אַזוי: אין ישׂראל האָט מיט יאָרן צוריק געלעבט אַ העברעיִשער אַקטיאָר מיטן נאָמען אליהו גאָלדענבערג, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַ באַטײַטיקע פּאָזיציע אין העברעיִשן טעאַטער. ער האָט אָרגאַניזירט אַ קליינע גרופּע העברעיִשע אַקטיאָרן און האָט פֿאַר זיי געשטעלט די אויפֿגאַבע צו שפּילן שלום־עליכמען אין גאָר אַן אַנדער אינטערפּרעטאַציע. גאָלדענבערג האָט באַאַרבעט און אינסצעניזירט די דערציילונגען פֿון שלום־עליכם, און האָט דער פֿאָרשטעלונג אַ נאָמען געגעבן "די קליינע מענטשעלעך". נאָך דער פּטירה פֿון אַ. גאָלדענבערגן איז אויף זײַן אָרט געקומען שמואל עצמון.
דער אַנסאַמבל איז באַשטאַנען פֿון דרײַ שמוליקס — שמואל רודענסקי, שמואל סעגאַל און שמואל עצמון... מיט דער פֿאָרשטעלונג, וואָס איז געשפּילט געוואָרן מיטן גרעסטן דערפֿאָלג, זענען זיי אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. זיי האָבן געשפּילט אין כּמעט אַלע ייִדישע ייִשובֿים.
קאָן זײַן, אַז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג איז געווען די שטויסקראַפֿט צו גיין אַ שריט פֿאָרויס און אַזוי איז געבוירן געוואָרן די אידעע פֿון שאַפֿן אַ ייִדישן סטאַבילן, קינסטלערישן טעאַטער, וואָס איז הײַנט צו טאָג באַקאַנט אונטערן נאָמען "ייִדישפּיל־טעאַטער". שמואל עצמון, אַ ייִד פֿון פּוילן, אַ געבוירענער אין אַ שטעטל אין לובלינער קאַנט, און שלמה להט, א ישׂראלדיקער גענעראַל, געוועזענער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ-יפֿו, אַ געבוירענער אין ווין — זיי ביידע האָבן געשאַפֿן דעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל.
ייִדיש טעאַטער אין ישׂראל האָט אַ קאָמפּליצירטע געשיכטע. דער טעאַטער (אַזאַ ווי ער איז געווען) האָט דורכגעמאַכט פֿאַרשיידענע אומוואַנדלונגען און קיין שום פּרוּוו צו שאַפֿן אַ סטאַבילן ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל איז נישט געלונגען... עס האָבן אין לאַנד גאַסטראָלירט יוסף בולאָוו, מאָריס שוואַרץ, אידאַ קאַמינסקאַ — גרויסע נעמען. זיי האָבן "אָפּגעשפּילט" און אַוועקגעפֿאָרן. קיין ייִדיש טעאַטער איז פֿון דעם נישט געבוירן געוואָרן... פֿאַרוואָס איז שמואל עצמונען יאָ געלונגען? עקשנות, פֿאַנאַטישע איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש, אַ גלויבן, אַז ייִדיש טעאַטער האָט אַ צוקונפֿט אין מדינת־ישׂראל מער ווי אומעטום. שמואל עצמון האָט דעם טעאַטער ניט געקענט בויען אויף די קאָנווענציאָנעלע כּללים. ייִדישע אַקטיאָרן מיט סטאַזש, מיט אַן אַקטיאָרישן רעקאָרד זענען שוין כּמעט ניט בנימצא... האָט ער צו דעם טעאַטער צוגעצויגן יונגע אַקטיאָרן, אָן אַ שפּראַך, אָן קענטעניש פֿון דער ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און ייִדישן טעאַטער. און אויף וויפֿל דאָס איז מעגלעך געווען האָבן זיי, די יונגע, עפּעס "גענאַשט" אויף די קורסן אין דער בעסטער טעאַטער־סטודיע אין ישׂראל, בײַ ניסן נתיבֿ.
אמת, דער ייִדישער טעאַטער, אויב ער דאַרף פֿאַרנעמען אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין ייִדישן לעבן, דאַרף ער, קודם־כּל, געבויט זײַן אויף אַ פּאַסיקן ערנסטן רעפּערטואַר. און דאָס איז אַ פּראָבלעם. מיר האָבן נישט הײַנט צו טאָג קיין ערנסטע ייִדישע דראַמאַטורגיע — ייִדישע דראַמאַטורגיע איז געווען מיט 70־80 יאָר צוריק, ווען עס האָט עקזיסטירט אַן ערנסטער ייִדישער טעאַטער. מוז מען, אַויב אַזוי, עפּעס "אויסבאָרגן", דאָס הייסט, אינסצעניזירן, באַאַרבעטן פֿון דער בעסערער ייִדישער ליטעראַטור.
עס איז פֿאַראַן אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל. נישט שטענדיק באַנוצט זיך דער טעאַטער מיט די דאָזיקע אוצרות. היות ווי מײַן אָפּהאַנדלונג דערשײַנט אונטערן קעפּל "פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע טעאַטער־מענטשן", וועל איך דערציילן צו ביסלעך, ווער עס איז שמואל (אָדער ווי מען רופֿט אים שמוליק) עצמון־ווירצער.
ער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן אין יאָר 1930. עולה געווען אין לאַנד אין 1948 מיטן אַנטשטיין פֿון דער מדינה. ער האָט פֿאַרענדיקט די סטודיע בײַם טעאַטער "אוהל". ער איז געווען איינער פֿון "די פֿירנדיקע אַקטיאָרן אין העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער "הבימה", וווּ ער האָט געשפּילט וויכטיקע ראָלעס. עצמון איז געווען צווישן די גרינדער פֿונעם אַוואַנגאַרד־טעאַטער "זווית" און דירעקטאָר פֿון דעם טעאַטער במשך פֿון אַלע יאָרן פֿון זײַן עקזיסטענץ (1958־1968).
אין יאָר 1963 האָט ער באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿאָרד־פֿאָנד. ער האָט שטודירט אין ניו־יאָרק די רעזשי־מעטאָדן פֿונעם אַמעריקאַנער טעאַטער. אין יאָר 1968 האָט ער באַקומען די צווייטע סטיפּענדיע פֿון "אונעסקאָ" און האָט דערגאַנצט זײַן טעאַטער־בילדונג אין פֿראַנקרײַך און שפּעטער אין "ראָיאַל שעקספּיר קאָמפּאַני" אין ענגלאַנד.
אין יאָר 1969 האָט ער צוזאַמען מיט דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג אָרגאַניזירט דעם אַזוי־גערופֿענעם "וואַרשטאַט פֿאַר דער אָריגינעלער העברעיִשער דראַמאַטורגיע". אין דעם וואַרשטאַט האָבן זייער קינסטלערישע קאַריערע אָנגעהויבן די יונגע ישׂראלדיקע דראַמאַטורגן — שולמית לפּיד, מאָטי אַווערבוך, יצחק גורן און יוסף מונדי.
אין יאָר 1983 ווערט שמואל עצמון אויסגעצייכנט מיט דער ליטעראַרישער פּרעמיע א"נ פֿון עמאַ שייווער. אין יאָר 1984 באַקומט ער דעם פּרײַז א"נ פֿון באַקאַנטן העברעיִשן אַקטיאָר מאיר מרגלית (מאַרגאַליט). אין יאָר 1993 אָרגאַניזירט עצמון דעם "טאָג פֿון ייִדיש" אין דער כּנסת. אויף דער כּנסת־סעסיע זענען באַהאַנדלט געוואָרן ערנסטע פּראָבלעמען פֿון דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין ישׂראל. עס זענען אָנגענומען געוואָרן וויכטיקע באַשלוסן, וועלכע זענען שפּעטער געוואָרן די באַזע פֿאַר אָננעמען דאָס געזעץ וועגן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש. אין רעזולטאַט פֿון דער איניציאַטיוו איז געשאַפֿן געוואָרן "די אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל". דורך דעם קולטור־מיניסטעריום איז ש. עצמון נאָמינירט געוואָרן אין 1996 ווי דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿון דער אינסטאַנץ.
דער "ייִדישפּיל־טעאַטער" האָט במשך פֿון 20 יאָר עקזיסטענץ אויפֿגעפֿירט 56 נײַע פּרעמיערע־פֿאָרשטעלונגען און האָט זיך באַטייליקט אין 26 אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן. אין אַ טייל פֿעסטיוואַלן האָט שמואל עצמון זיך באַטייליקט ווי אַן אַקטיאָר אָדער רעזשיסאָר. פֿאַרן אויפֿפֿירן די אָריגינעלע פֿאָרשטעלונגען אין ייִדיש האָט דער טעאַטער אונטער זײַן אָנפֿירונג, ווי דער קינסטלערישער לייטער, באַקומען דעם וויכטיקסטן ייִדישן ליטעראַטור־פּרײַז א"נ פֿון איציק מאַנגער.
אין יאָר 2000 האָט עצמון באַקומען דעם פּרײַז פֿאַר זײַן לעבנס־דערגרייכונג פֿון "לערנער־פֿאָנד" אין ישׂראל. אין יאָר 1998 האָט עצמון באַקומען דעם ערן־טיטל "אָנגעזעענער מיטגליד פֿון דער הסתּדרות".
אין דער זעלבער צײַט פֿירט ער אָן, צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער, דער אַקטריסע ענת, אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אויג אויף אויג". איין מאָל אַ חודש האָבן זיי אויפֿגעפֿירט אין דער טעלעוויזיע די פּראָגראַם אויף ייִדיש "שבת־תּרבות". שמואל עצמון האָט רעפּרעזענטירט די ישׂראלדיקע בינע־קינסטלער אויף פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן.
אין אַ שמועס מיט מיר האָט שמואל עצמון דערציילט:
בײַם אָנהייב, ווען דער טעאַטער האָט געמאַכט זײַנע ערשטע שריט, האָב איך נישט 'געלעקט קיין האָניק', אָבער איך האָב אַלץ געטאָן, כּדי אונדזער טעאַטער זאָל באַקומען די זעלבע באַציִונג ווי אַלע אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע העברעיִשע טעאַטערס אין ישׂראל. אין אַ געוויסער מאָס האָבן מיר דאָס דערגרייכט. מיר זענען הײַנט צו טאָג אַ גלײַכבאַרעכטיקטער מיטגליד אין דער ישׂראלדיקער טעאַטער־משפּחה. מען באַציט זיך צו אונדז מיט פֿולן רעספּעקט".
אין יאָר 2004 האָט שמואל עצמון באַקומען דעם פּרײַז פֿון ישׂראל־טעאַטער פֿאַר זײַנע אַלע טעאַטער־דערגרייכונגען. אין "יום־העצמאָות" 2005 האָט שמואל עצמון־ווירצער באַקומען דעם ערן־טיטל "יקיר תל־אביב-יפו" (אָנגעזעענער בירגער פֿון תּל־אָבֿיבֿ-יפֿו)
ש. עצמון איז דירעקטאָר און קינסטלערישער לייטער פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער", אָבער בעיקר, איז ער אַן אַקטיאָר, וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר געשפּילט וויכטיקע, צענטראַלע ראָלעס. פֿון אַ גאַנצער ריי קרעאַציעס זענען מיר אין זכּרון פֿאַרבליבן צוויי וויכטיקע ראָלעס, וואָס ער האָט געשפּילט — טבֿיה דער מילכיקער אין אַ נײַער אויפֿפֿאַסונג, נישט ענלעך צו דעם, וואָס מיר האָבן שוין געזען אין ייִדישן טעאַטער, און באַזונדער די זייער סימפּאַטישע ראָלע פֿון שלמן (שאַלמען), דעם עקאָנאָם אין דער באַרימטער פֿאָרשטעלונג פֿון יעקבֿ גאָרדין "מירעלע אפֿרת".
שמואל עצמון האָט מיט זײַן גאַנץ שאַפֿעריש לעבן באַוויזן, אַז אויסער אַדמיניסטראַטאָר, אָדער "בולדאָזער", ווי מען רופֿט אים, איז ער אַ גוטער, פֿולבלוטיקער אַקטיאָר.