פּאָליטיק

סײַ די קאַסירערין, סײַ דער קונה זענען כינעזער (און אויך דער אַבאַקוס, וואָס די קאַסירערין ניצט איז אַ כינעזישער רעכן־מיטל) אין דער שפּײַזקראָם אין כאַבאַראָווסק, רוסלאַנד, דעצעמבער 2005
סײַ די קאַסירערין, סײַ דער קונה זענען כינעזער (און אויך דער אַבאַקוס, וואָס די קאַסירערין ניצט איז אַ כינעזישער רעכן־מיטל) אין דער שפּײַזקראָם אין כאַבאַראָווסק, רוסלאַנד, דעצעמבער 2005
אין מיזרח-אייראָפּע קומען פֿאָר אינטע­רע­סאַנטע דעמאָגראַפֿישע און מיגראַציע-פּראָצעסן. גאַנץ אָפֿט זעט מען אַזאַ בילד: די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער סײַ צוליב דעם, וואָס דער עולם פֿאַרהאַלט זיך ניט אויף דער וועלט און האָט ווייניק קינדער, סײַ צוליב דעם, וואָס די יונגע און אַקטיווע לײַט זוכן אַ בעסער לעבן אין דער מערבֿ­דיקער וועלט. אָבער דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער מעשׂה. דער צווייטער טייל באַ­שטייט אין דעם, וואָס מיזרח-אייראָפּע ציט צו מיגראַנטן פֿון אַנדערע לענדער, וווּ דער מיזרח-אייראָפּעיִשער חודשלעכער געהאַלט פֿון עטלעכע הונדערט דאָלאַר קלינגט ווי אַן אוצר. צווישן די נײַ-אָנגעקומענע זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק כינעזער, בפֿרט פֿון די ערגער אַנטוויקלטע געגנטן פֿונעם ריזיקן לאַנד.
אַ מאָל האָבן אַ סך כינעזער געוווינט אין רוסלאַנד. פֿון דער פֿאַר-סאָוועטישער רוסישער ליטעראַטור ווייסן מיר וועגן כינעזי­שע וועשערײַען, וואָס זײַנען געווען אין די שטעט. בעת דעם בירגער-קריג האָבן טויזנ­טער כינעזער געטרײַ געדינט דער באָלשע­וויס­טישער מאַכט. דערנאָך זײַנען זיי אויף יאָרצענדליקער פֿאַרשוווּנדן פֿון דער רוסי­שער לאַנדשאַפֿט. זינט די 1990ער יאָרן קומען זיי צוריק.
לויט דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, וווינען הײַנט אין רוסלאַנד בערך 180–200 טויזנט כינעזער. ניט אָפֿיציעל שאַצט מען אָפּ די כינעזישע "אינוואַזיע" אַנדערש — אַ מיליאָן, אפֿשר אַפֿילו אָנדערטהאַלבן מיליאָן נפֿשות. אָבער דאָס איז, אַ פּנים, אַ גוזמא. דערצו נעמט עס אַרײַן די כינעזער, וועלכע קומען אין רוסלאַנד אויף אַ קורצער צײַט. מער אָדער ווייניקער סטאַביל וווינען אין לאַנד אַרום 350–400 טויזנט כינעזישע אימי­גראַנטן.
די ערשטע כוואַליע מיגראַנטן פֿון כינע האָט זיך באַוויזן אין די 1990ער, ווען עס האָט זיך זייער גיך אַנטוויקלט דער אַזוי-גערופֿענער "שאַטל-מיסחר", דאָס הייסט: געקומען מיט אַ דראָבנער פּאַרטיע סחורה, פֿאַרקויפֿט זי און אַוועקגעפֿאָרן, כּדי אין אַ צײַט אַרום ווידער אַ מאָל קומען מיט נאָך עטלעכע וואַליזקעס. ווי עס מאַכט זיך גע­וויינטלעך אין אַזעלכע פֿאַלן, האָבן אייניקע הענדלער זיך באַזעצט פֿעסטער ווי אַנדערע און גענומען איבערקויפֿן די סחורה בײַ די כינעזער, וועלכע פֿלעגן פֿאָרן אַהין און צוריק. אַזאַ כינעזישע מיגראַציע איז כאַראַק­טעריש פֿאַר סיביר און ווײַט-מיזרחדיקע געגנטן (אַזעלכע ווי ביראָבידזשאַן), וואָס זײַנען רעלאַטיוו ניט ווײַט פֿון כינע.
בעת די ערשטע מיגראַציע־כוואַליע איז געווען בדרך-כּלל אָרעם, האָט זיך באַוויזן שפּעטער די צווייטע כוואַליע. זי האָט שוין געבראַכט מענטשן, וועלכע האָבן געוואָלט פֿאַרדינען מער ווי עטלעכע הונדערט דאָ­לאַר אַ חודש. זיי האָבן זיך באַזעצט ווי געשעפֿטמענטשן אין אַזעלכע שטעט ווי קאַטערינבורג, מאָסקווע און פּעטערבורג. און אַרום זיי דרייען זיך, פֿאַרשטייט זיך, זייערע לאַנדסלײַט, וואָס זײַנען זשעדנע צו אַ סך קלענערע געלטער.
דער סיבירער און ווײַט-מיזרחדיקער רוסישער המון איז בדרך-כּלל ניט זייער גליקלעך מיט דער "כינעזישער אינוואַזיע". מע האָט מורא, אַז דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, און אַז אָט-אָט וועלן קומען מיליאָנען נפֿשות, זיי וועלן פֿאַרפֿלייצן און פֿאַרכאַפּן די ריזיקע טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען טאַקע ווייניק באַפֿעלקערט. גלײַכצײַטיק פֿאַרשטייען אַ סך מענטשן, אַז אָן די כינעזישע הענדלער וואָלט זייער לעבן געוואָרן אַ סך שווערער. אַ דאַנק דער ביליקער כינעזישער סחורה, קענען אויך די אָרעמע רוסישע משפּחות זיך האַלטן אויף דער אויבערפֿלאַך.
ס'איז קלאָר, אַז די כינעזישע עקספּאַנסיע אין רוסלאַנד האָט אַ גרויסן פּאָטענציאַל. קודם-כּל, איז כינע הײַנט-צו-טאָג עקאָנאָמיש פֿיר מאָל שטאַרקער פֿון רוסלאַנד. דער דאָ­זיקער עקאָנאָמישער אונטערשייד האַלט אין איין וואַקסן: די כינעזישע עקאָנאָמיע וואַקסט גיכער פֿון דער רוסישער עקאָנאָמיע. די דע­מאָגראַפֿישע באָמבע איז נאָך געפֿערלעכער: 300 מיליאָן כינעזער וווינען אין די געגנטן, וואָס זײַנען נאָענט צו רוסלאַנד. אין די רוסישע געגנטן, וואָס זײַנען נאָענט צו כינע, וווינען אין גאַנצן 5 מיליאָן תּושבֿים, און די דאָזיקע באַפֿעלקערונג ווערט נאָר קלענער.
הקיצור, עס זעט אויס ענלעך צו די פֿיזי­שע געזעצן וועגן די פֿאַראייניקטע כּלים, וואָס מיר האָבן אַמאָל געלערנט אין מיטל­שול. אמת, די כּלים זײַנען צעטיילט דורך גרענעצן, און די רוסישע רעגירונג פּרוּווט רעגולירן די מיגראַציע.
גאָר ניט אַלע כינעזער קומען צו פֿירן מיסחר. זייער אַ סך פֿון זיי קומען צו האָרעווען. און ניט נאָר קיין רוסלאַנד. דעם 11טן אַפּריל האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אונטערן טיטל "רומעניע, אַן אָרעם לאַנד, אימפּאָרטירט נאָך מער אָרעמע אַרבעטער". רומעניע געהערט צו די מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די באַפֿעלקערונג — איצט 21.6 מיליאָן נפֿשות — ווערט קלענער.
צוויי מיליאָן רומענער האָבן פֿאַרלאָזט זייער לאַנד, זוכנדיק אַ בעסערע דאָליע. דורכ­שניטלעך פֿאַרדינט דאָך אַ רומענער 375 דאָ­לאַר אַ חודש. רומעניש געהערט צו דער ראָמאַנישער גרופּע שפּראַכן; ניט צופֿעליק, פֿאָרן ס'רובֿ רומענישע עמיגראַנטן קיין שפּאַ­ניע און איטאַליע. דאָרטן צאָלט מען זיי ווייניקער ווי די היגע אַרבעטער, אָבער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרדינט מען מער ווי אין רומעניע.
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס די אונטערנעמער אין רומעניע האָבן שוועריקייטן מיט געפֿינען אַרבעטער פֿאַר זייערע פֿאַבריקן. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אָנגעהויבן אַרײַנפֿירן אַרבעטער פֿון כינע. זיי זײַנען צופֿרידן צו באַקומען די געהאַלטן, פֿון וועלכע עס זאָגן זיך אָפּ די היגע, רומענישע בירגער. און עס באַ­קומט זיך אַן אייגנאַרטיקע "אַוטסאָרסינג": מערבֿ­דיקע אונטערנעמער לוינט צו האָבן ביליקע אַרבעטער בשכנות, אין אייראָפּע, אָבער די אַרבעטער ברענגט מען סײַ-ווי פֿון אַזיע.