- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סטוטשקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין אַ חסידישער משפּחה אין 1893 אין בראָק, אַ שטעטל נישט ווײַט פֿון לאָדזש. ווען ער איז געווען 16 יאָר אַלט, האָט ער שוין געשפּילט ייִדיש טעאַטער. ער האָט אויך פֿרי אַרויסגעוויזן אַ גוואַלדיקן טאַלאַנט פֿאַר שפּראַכן — ער האָט גערעדט רוסיש, פּויליש, ייִדיש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, און העברעיִש. אין 1923 איז סטוטשקאָוו געפֿאָרן קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט ממשיך געווען זײַן דראַמאַטישע קאַריערע. ער האָט געהאַט דערפֿאָלג אויף דער בינע, אָבער נאָך מער — אויף דעם ראַדיאָ. אַ קורצע צײַט פֿאַר דעם ווי זײַן ייִדישער אוצר איז אַרויס אין 1950, האָט סטוטשקאָוו אָנגעהויבן אַ נײַע ראַדיאָ־פּראָגראַם "מאַמע־לשון", יעדן זונטיק 12:30 נאָך מיטאָג, אין וועלכער ער האָט געענטפֿערט אויף פֿראַגעס, אַרײַנגעשיקט פֿון זײַנע צוהערער, וועגן ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. ווײַל סטוטשקאָוו האָט געוווּסט, אַז ער רעדט צו "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", האָט ער איבערגעגעבן זײַנע לינגוויסטישע חכמות אין אַ פּשוטער שפּראַך, מיט הומאָר און בילדערישקייט, אַזוי אַז ס׳איז הײַנט דאָס זעלבע פֿאַרגעניגן צו לייענען זײַנע קאָמענטאַרן ווי ס׳איז געווען זיי צו הערן מיט איבער 50 יאָר צוריק. סטוטשקאָוו האָט אויפֿגעהיט ס׳רובֿ ראַדיאָ־סקריפּטן זײַנע, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אין דער זאַמלונג פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער שטאָט־ביבליאָטעק. מיטן ערשטן אַרטיקל גענומען פֿון סטוטשקאָווס פּראָגראַם "מאַמע־לשון", הייבן מיר אָן אונדזער נײַע רובריק, וואָס איר וועט געפֿינען אין אונדזער בײַלאַגע "אין דער וועלט פֿון ייִדיש" יעדע צוויי וואָכן. אַרײַנפֿיר צוויי טעמים האָבן מיך באַווויגן צו שאַפֿן דעם פּראָגראַם "מאַמע־לשון". טעם נומער איינס: נאָך דעם גרויסן חורבן אין אייראָפּע, ווען עמלקס מערדערישע האַנט האָט אָפּגעווישט זעקס מיליאָן ייִדן פֿון דער ערד, דעם ייִדישסטן, דעם שעפֿערישסטן טייל פֿון אונדזער פֿאָלק, איז מאַמע־לשון, ייִדיש, געבליבן אָן אַ מאַמען און אָן אַ טאַטן... איז מאַמע־לשון געבליבן אַ יתום און אויף אונדז אַמעריקאַנער ייִדן ליגט אַ טייל פֿון דעם גרויסן עול אָט דעם יתום אויפֿצוהאַלטן בײַם לעבן, אויב מיר ווילן לעבן בלײַבן ווי אַ פֿאָלק. איך גלײַך עס אַ ייִד פֿון ברוקלין פֿרעגט מיך: צי קען מען זאָגן אין ייִדיש "איך גלײַך עס"... אײַזקרים אַ ייִדישער פֿרוי פֿון ברוקלין גייט ממש אין לעבן צו וויסן, ווי אַזוי מען דאַרף זאָגן אין ייִדיש "אײַזקרים". בײַ מיר האָט איר געפּועלט, אַז איר זאָלט זאָגן פּראָסט־פּשוט אײַזקרים און גאָרנישט האָבן געזינדיקט קעגן ייִדישקייט. נאָר אויב איר ווילט יוצא זײַן לכל־הדעות, זאָגט נישט "קרים", נאָר "קרעם" — אײַזקרעם, ווײַל דאָס ענגלישע "קרים" איז דאָס אינטערנאַציאָנאַלע "קרעם", וואָס מיינט דאָס בעסטע, דער תּמצית פֿון אַ זאַך; דער שמאַנט, די סמעטענע, דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. ווען איר זאָגט אײַזקרים, אָדער אײַזקרעם, זאָגט איר אייגנטלעך — פֿאַרגליווערטע סמעטענע. "איך גלײַך עס" הערט מען הײַנט אָפֿטער פֿון מענטשן פֿונעם עלטערן דור, אַפֿילו אין די פֿרומע קרײַזן. יונגע ייִדן "גלײַכן" עס נישט. איר קענט זיך ווענדן מיט פֿראַגעס און באַמערקונגען צו: burko@yiddish.forward.com |