קינאָ

סצענע פֿונעם פֿילם "דאָס יאָר ווען מײַנע עלטערן זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע"
סצענע פֿונעם פֿילם "דאָס יאָר ווען מײַנע עלטערן זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע"
די קינאָס פֿון מאַנהעטן זענען די וואָך אָפּגעגעבן געוואָרן דעם גרויסן "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל", וואָס דער אַקטיאָר און ניו־יאָרקער תּושבֿ ראָבערט דע ניראָ האָט אײַנגעפֿירט אין 2002, נאָך דער טראַגעדיע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. זײַן ציל איז געווען צו העלפֿן אויפֿצולעבן די דערשלאָגענע קולטורוועלט אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן און ווײַזן אַזוינע פֿילמען, וואָס וואָלטן, געוויינטלעך, נישט דערגרייכט צום ברייטן עולם. דערצו האָט ער געהאָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט שטיצן ניו־יאָרק, ווי אַ צענטער פֿון פֿילם־מאַכערײַ.
די צאָל פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט אין דעם חשובֿן פֿעסטיוואַל איז געוואָקסן דאָס יאָר; סײַ דאָקומענטאַר־פֿילמען, סײַ האָליוווּד־פֿילמען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט ייִדן, קען מען זען ביז דעם מאָנטיק, דעם 7טן מײַ אין געוויסע קינאָס. נאָכן פֿעסטיוואַל וועלן עטלעכע פֿון די פֿילמען געוויזן ווערן באַזונדער איבערן לאַנד און אויף טעלעוויזיע.
דער בראַזיליאַנער רעזשיסאָר, טשאַו האַמבורגער, האָט געמאַכט אַן אינטערע­סאַנטן פֿילם — "The Year My Parents Went on Vacation" [דאָס יאָר ווען מײַנע עלטערן זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע], וועגן אַ ייִנגל, וואָס געפֿינט זיך אַליין אין סאַן־פּאַולאָ און ווערט געהיט פֿון אַן אַלטן ייִד אין דער ייִדישער געגנט. דאָס איז אַ רירנדיקער פֿילם וואָס ווײַזט דאָס אָרטיקע אימיגראַנטישע לעבן אין די 1970ער יאָרן און ווי דאָס ייִנגל מאַוראָ באַקענט זיך מיט זײַן אייגענער געשיכטע.
דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר, דוד וואָ­לאַך, וועלכער איז אַליין אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרומער סבֿיבֿה, ווײַזט זײַן פֿילם "My Father, My Lord" [מײַן פֿאָטער, מײַן האַר], וועגן אַ באַליבטן רבֿ אין אַ חרדישער קהילה, וועלכער דאַרף אָפּגעבן אַ דין־וחשבון לגבי זײַן אמונה אין גאָט און זײַן אַחריות ווי אַ טאַטע און מאַן.
צווישן די דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן ייִדן קען מען זען — "The Last Jews of Libya" [די לעצטע ייִדן פֿון ליביע]. דאָ ווערט דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון דער ספֿרדישער משפּחה רומאַני אין ליביע. בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין לאַנד געלעבט 36,000 ייִדן, אָבער קיין איינער איז הײַנט דאָרט נישט געבליבן. די פֿילם־מאַכערין, עליס רו­מאַני־דען, האָט אויסגעניצט געשריבענע זכרונות, אינטערוויוען, אַלטע פֿילמען און פֿאָ­טאָגראַפֿיעס, כּדי איבער­צוגעבן די גע­שיכ­טע פֿון דער רו­מאַני־משפּחה פֿון בענ­גאַ­זי; ווי זי האָט איבער­געלעבט די טער­קי­שע אָטאָ­מאַני­שע אימפּעריע, און דער­נאָך דעם רעזשים פֿון מו­סאָליני און היטלער, און צום סוף, דעם אַראַבישן נאַציאָנאַליזם, וואָס האָט זי סוף־כּל־סוף אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד.
נאָך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, "Miss Universe 1929" פֿון פּיטער פֿאָגאַטש, דער­ציילט וועגן דעם לעבן פֿון ליסל גאָלדאַר­בעטער, געבוירן אין ווין אין 1908, די געווינערין פֿונעם ערשטן "אוניווערסאַלן" שיינקייט־קאָנקורס, אַ דאַנק איר שוועס­טער­קינד מאַרסי טענצער, וואָס האָט זי פֿיל­מירט און אַרײַנגעגעבן איר נאָמען אינעם קאָנקורס.
עס ווערן, פֿאַרשטייט זיך, נישט אויסגע­מיטן אינעם פֿעסטיוואַל די הײַנטיקע פּאָלי­טישע פּראָבלעמען אין דער ישׂראל־געזעל­שאַפֿט. אין יעל לוטוואַקס פֿילם "A Slim Peace" [אַ מאָגערער שלום], דערציילט זי וועגן פֿערצן פֿרויען, זיבן פּאַלעסטינער (אַרײַנגענומען בעדויִנער) און זיבן ייִדן פֿון ישׂראל (אַמעריקאַנער עולים בתוכם), וועלכע וווינען נאָענט איינער צום אַנדערן אין אַ אָנגעשטרענגטער געגנט און קומען זיך צונויף רעגלמעסיק צו פֿאַרלירן וואָג. אַפֿילו אין אַזאַ כּלומרשטער אומפּאָליטישער סבֿיבֿה, ווערט אַלץ אויסגעטײַטש ווי אַן ענין פֿון פּאָליטיק.
אַן ענלעכער צוגאַנג האָט אויסגעניצט דער אַמעריקאַנער רעזשיסאָר קריסטאָפֿער בראַון אין זײַן פֿילם "Sons of Sakhnin United" וועגן דער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט — "בני סכנין" אין דעם ישׂראלדיקן שטעטל סכנין, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך סײַ אַראַבער סײַ ייִדן צוזאַמען. דורך דעם ספּאָרט פֿון פֿוסבאַל האָט מען געשאַפֿן אַ קליינעם שלום צווישן די צוויי פֿעלקער.
צו זען דעם צײַטפּלאַן פֿונעם "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל" גיט אַ קוועטש אויף: www.tribecafilmfestival.org