- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די צאָל פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט אין דעם חשובֿן פֿעסטיוואַל איז געוואָקסן דאָס יאָר; סײַ דאָקומענטאַר־פֿילמען, סײַ האָליוווּד־פֿילמען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט ייִדן, קען מען זען ביז דעם מאָנטיק, דעם 7טן מײַ אין געוויסע קינאָס. נאָכן פֿעסטיוואַל וועלן עטלעכע פֿון די פֿילמען געוויזן ווערן באַזונדער איבערן לאַנד און אויף טעלעוויזיע. דער בראַזיליאַנער רעזשיסאָר, טשאַו האַמבורגער, האָט געמאַכט אַן אינטערעסאַנטן פֿילם — "The Year My Parents Went on Vacation" [דאָס יאָר ווען מײַנע עלטערן זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע], וועגן אַ ייִנגל, וואָס געפֿינט זיך אַליין אין סאַן־פּאַולאָ און ווערט געהיט פֿון אַן אַלטן ייִד אין דער ייִדישער געגנט. דאָס איז אַ רירנדיקער פֿילם וואָס ווײַזט דאָס אָרטיקע אימיגראַנטישע לעבן אין די 1970ער יאָרן און ווי דאָס ייִנגל מאַוראָ באַקענט זיך מיט זײַן אייגענער געשיכטע. דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר, דוד וואָלאַך, וועלכער איז אַליין אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרומער סבֿיבֿה, ווײַזט זײַן פֿילם "My Father, My Lord" [מײַן פֿאָטער, מײַן האַר], וועגן אַ באַליבטן רבֿ אין אַ חרדישער קהילה, וועלכער דאַרף אָפּגעבן אַ דין־וחשבון לגבי זײַן אמונה אין גאָט און זײַן אַחריות ווי אַ טאַטע און מאַן. צווישן די דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן ייִדן קען מען זען — "The Last Jews of Libya" [די לעצטע ייִדן פֿון ליביע]. דאָ ווערט דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון דער ספֿרדישער משפּחה רומאַני אין ליביע. בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין לאַנד געלעבט 36,000 ייִדן, אָבער קיין איינער איז הײַנט דאָרט נישט געבליבן. די פֿילם־מאַכערין, עליס רומאַני־דען, האָט אויסגעניצט געשריבענע זכרונות, אינטערוויוען, אַלטע פֿילמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס, כּדי איבערצוגעבן די געשיכטע פֿון דער רומאַני־משפּחה פֿון בענגאַזי; ווי זי האָט איבערגעלעבט די טערקישע אָטאָמאַנישע אימפּעריע, און דערנאָך דעם רעזשים פֿון מוסאָליני און היטלער, און צום סוף, דעם אַראַבישן נאַציאָנאַליזם, וואָס האָט זי סוף־כּל־סוף אַרויסגעטריבן פֿון לאַנד. נאָך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, "Miss Universe 1929" פֿון פּיטער פֿאָגאַטש, דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון ליסל גאָלדאַרבעטער, געבוירן אין ווין אין 1908, די געווינערין פֿונעם ערשטן "אוניווערסאַלן" שיינקייט־קאָנקורס, אַ דאַנק איר שוועסטערקינד מאַרסי טענצער, וואָס האָט זי פֿילמירט און אַרײַנגעגעבן איר נאָמען אינעם קאָנקורס. עס ווערן, פֿאַרשטייט זיך, נישט אויסגעמיטן אינעם פֿעסטיוואַל די הײַנטיקע פּאָליטישע פּראָבלעמען אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט. אין יעל לוטוואַקס פֿילם "A Slim Peace" [אַ מאָגערער שלום], דערציילט זי וועגן פֿערצן פֿרויען, זיבן פּאַלעסטינער (אַרײַנגענומען בעדויִנער) און זיבן ייִדן פֿון ישׂראל (אַמעריקאַנער עולים בתוכם), וועלכע וווינען נאָענט איינער צום אַנדערן אין אַ אָנגעשטרענגטער געגנט און קומען זיך צונויף רעגלמעסיק צו פֿאַרלירן וואָג. אַפֿילו אין אַזאַ כּלומרשטער אומפּאָליטישער סבֿיבֿה, ווערט אַלץ אויסגעטײַטש ווי אַן ענין פֿון פּאָליטיק. אַן ענלעכער צוגאַנג האָט אויסגעניצט דער אַמעריקאַנער רעזשיסאָר קריסטאָפֿער בראַון אין זײַן פֿילם "Sons of Sakhnin United" וועגן דער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט — "בני סכנין" אין דעם ישׂראלדיקן שטעטל סכנין, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך סײַ אַראַבער סײַ ייִדן צוזאַמען. דורך דעם ספּאָרט פֿון פֿוסבאַל האָט מען געשאַפֿן אַ קליינעם שלום צווישן די צוויי פֿעלקער. צו זען דעם צײַטפּלאַן פֿונעם "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל" גיט אַ קוועטש אויף: www.tribecafilmfestival.org |