ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבער­צײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿו­די­קע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגע­באַ­קענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמ­פּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי:
In the modern cityscape of Tel Aviv, the ancient Yiddish language has found a home. (אויף דעם מאָדערנעם כּרך-באָדן פֿון תּל-אָבֿיבֿ האָט די פֿאַרצײַטיקע ייִדישע שפּראַך געפֿונען פֿאַר זיך אַ היים.)
אַ סך ייִנגער איז דאָס "ייִנגליש", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש — חצי ייִדיש, חצי ענגליש, אָבער צו מאָל, גאָר עפּעס אַ פֿאַרזייעניש. די טעג האָט מיר אַ סטודענטקע געבראַכט אַ רעקלאַמע, וועלכע איז צו איר אָנגעקומען דורך דער פּאָסט. אין לאָנג־אײַלענד האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע קראָם פֿון דער "אַלמאָנד גרופּ", וואָס האָט שוין, קיין עין-הרע, אַ 33־יאָריקע אינטערנאַציאָנאַלע (ישׂראלדיקע בתוכם) דערפֿאַרונג פֿון אויסאַרבעטן און פֿאַרקויפֿן צירונג. דער מיט-בעל-הבית פֿון דער פֿירמע, מאָריס מאַנדעלבאַום, איז געווען גליקלעך צו דערציילן דער פּרעסע (כ'האָב עס געפֿונען אין אינטערנעץ), אַז זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין דעם נײַעם געשעפֿט מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר. און דאָ קומען מיר צו דעם נאָמען פֿאַרן געשעפֿט:
Last week, the company — which lists Zales and Kmart among its corporate clients — opened a new Westbury store, Fapitz’d, a Yiddish term for "all dolled up".
אָט אַזאַ זאַך — Fapitz’d — האָט מען געמאַכט פֿון "פֿאַר­פּוצט", אָדער זאָל שוין זײַן "פֿאַרפּיצט". אַ סבֿרא, אַז הער מאַנדעלבאַום אָדער נאָך עמעצער אין זײַן אַרום איז זיכער, אַז אין דער פֿאַרצײַטיקער ייִדישער שפּראַך האָט מען אַזוי גערעדט. ס'איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין דער משפּחה האָט מען פּשוט ניט אויסגערעדט דעם "ריש" — אַ סך ייִדן האָבן אַ פּראָבלעם מיט אָט דעם קלאַנג. אַזוי, צי אַזוי, זאָלן זיי מצליח זײַן אין "פֿאַפּיצ'דן" זייערע קונים פֿון לאָנג אײַלענד.
אין 1951, אין דעם דעצעמבער-נומער פֿונעם ענגליש-שפּראַכיקן זשורנאַל "קאָמענ­טאַרי", איז אַרויס אַן אַרטיקל פֿון וויליאַם און שׂרה שעק (Schack), אונטערן טיטל "און איצט — ייִנגליש אויף בראָדוויי". עס זעט אויס, אַז פֿון דעם האָט זיך אָנגעהויבן דאָס לעבן פֿון דעם טערמין "ייִנגליש", וואָס באַשרײַבט די שפּראַך, וועלכע איז (לויט די ווערטער פֿון די שעקס) "ניט קיין קיניגלעכער ענגליש און ניט קיין רביצינס ייִדיש, אָבער אַ געמיש."
די רייד איז געגאַנגען וועגן פּאָפּולערע פֿאָרשטעלונגען אויף דער בינע און ראַדיאָ. ייִדיש האָט אין זיי געדינט ווי אַ קאָמישע שפּראַך. בעת דער המון האָט געלעקט די פֿינגער פֿון אַזאַ הומאָר, האָבן די ייִדישע קריטיקער געשאַצט לגנאַי אַזעלכע ביליקע קונצן, טענהנדיק אַז די דאָזיקע פֿאָר­שטעלונגען אַנט­פּלעקן אַ מאָ­ראַ­לישע דע­גראַ­דאַציע. מע פֿלעגט אויך אָנ­ווײַזן אויף דעם פֿאַקט, אַז סײַ דער דײַטשישער און סײַ דער איטאַליענישער טעאַטער אין ניו-יאָרק האָבן זיך ניט אַראָפּגעלאָזט צו אַזאַ נידעריקער מדרגה.
דעם קרבן פֿון אַזאַ "דעגראַדאַציע" האָט מען גלײַך געפֿונען — אַב. קאַהאַן, דעם שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס". זײַן ציל איז געווען צו האָבן אַ באמת מאַסן-צײַטונג. דערפֿאַר האָט ער זי צוגעפּאַסט צו דעם ווייניק-געבילדעטן (אָדער גאָר ניט-געבילדעטן) עולם און געפֿאָדערט פֿון זײַנע זשורנאַליסטן, זיי זאָלן שרײַבן אויף אַ "פּליין (פּשוט) מאַמע-לשון". דער "פֿאָרווערטס", ווי אויך אַנדערע ייִדישע צײַטונגען, האָבן "לעגיטימיזירט" אויף זייערע זײַטלעך אַזעלכע ווערטער ווי "ווינדע" (פֿאַר "פֿענצטער"), "טיקעט" ("בילעט"), "קענדי" ("צוקערלעך") און זייער אַ סך אַנדערע.
וויליאַם שעק (שׂרה שעק איז, אַ פּנים, געווען זײַן פֿרוי) האָט לאַנגע יאָרן געשריבן וועגן ייִדישן טעאַטער. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך באַווײַזן אין "ניו-יאָרק טײַמס". די לעצטע פֿופֿצן יאָר פֿון זײַן לעבן (1898־1988), האָט ער געלעבט אין ישׂראל. זײַנע טעאַטער-רעצענזיעס זײַנען ניט אַרויס אין קיין בוך-פֿאָרעם, הגם, ער האָט יאָ אַרויסגעגעבן אַ פּאָר ביכער וועגן קונסט. און ס'איז אַ שאָד, ווײַל — לויט אַלע סימנים נאָך — איז שעק געווען אַן ערנסטער קריטיקער, און אַ קענער אויך.
האָט ער טאַקע באַמערקט דעם נײַעם מין ייִדישער טעאַטראַלער קונסט, וועלכע האָט זיך קריסטאַליזירט, דער עיקר, אין די קעצקילס, זיך פֿאַרשפּרייט אין די קורערטער פֿון פֿלאָרידע און קאַליפֿאָרניע, און אַ דאַנק די רעקאָרדירונגען, האָט זי געפֿונען פֿאַר זיך אַן אָרט אין הונדערטער טויזנטער ייִדישע שטיבער. סוף-כּל-סוף, זינט סעפּטעמבער 1951, האָט דער דאָזיקער מין פֿאָרשטעלונגען זיך באַזעצט אויף דער ניו-יאָרקער בינע.
עס גייען די יאָרן, אָבער ייִנגליש הערט ניט אויף צו "פֿאַפּיצ'דן" דאָס אַמעריקאַנער ייִדישע לעבן.