ווען דײַטשלאַנד איז באַפֿאַלן פּוילן אין סעפּטעמבער 1939, איז שטשוטשין אָקופּירט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי און דאָס לעבן אין שטעטל איז אָנגעגאַנגען ווײַטער ווי פֿריִער. אָבער ווי נאָר די רוסישע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן בעתן אָנפֿאַל פֿון דײַטשלאַנד אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד אין יוני 1941, האָבן פּוילישע כוליגאַנעס אַדורכגעפֿירט אַ פּאָגראָם, בעת וועלכן עס זענען געהרגעט געוואָרן און פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דרײַ הונדערט ייִדן. באַלד זײַנען אָנגעקומען די דײַטשן און פֿאַרשפּאַרט די שטשוטשינער ייִדן אין אַ געטאָ און שפּעטער אַלעמען אָפּגעשיקט אין די אומברענג־לאַגערן פֿון טרעבלינקע און אוישוויץ. בלויז צוויי ייִדן האָבן באַוויזן זיך אויסצובאַהאַלטן און האָבן אויסגעמיטן דעם גורל פֿון גאַנצן ציבור. צווישן די דערמאָרדעטע ייִדן איז געווען זלמן קאַפּלאַן, דער פֿאָטאָגראַפֿיסט, וועמענס סטודיאָ מיט אַלע פֿאָטאָ־נעגאַטיוון זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן.
עס איז אָבער באַשערט געווען, אַז דער זכר פֿון ייִדישן לעבן אין שטשוטשין זאָל נישט אָפּגעמעקט ווערן. אין 1920 האָבן זלמן קאַפּלאַנס ביידע זין עמיגרירט, איינער קיין קאַנאַדע, און דער צווייטער — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אייניקל פֿון זלמן קאַפּלאַן, מײַק מאַרווינס פֿון יוסטאָן, טעקסאַס, וואָס איז, ווי זײַן זיידע, אַ קוואַליפֿיצירטער פֿאָטאָגראַפֿיסט, האָט זיך גענומען דעם אויפֿגאָב צונויפֿצוזאַמלען און רעסטאַוורירן דעם זיידנס פֿאָטאָ־בילדער, וואָס שטשוטשינער לאַנדסלײַט האָבן מיטגעברענגט פֿון זייער היים אָדער דערנאָך געקראָגן צוגעשיקט פֿון זייערע קרובֿים און פֿרײַנד. דורך דער אינטערנעץ און אַנדערע קאָמוניקאַציע־מיטלען האָט מײַק מאַרווינס זיך פֿאַרבונדן מיט געוועזענע שטשוטשינער ייִדן און זייערע קינדער און אייניקלעך אין 12 לענדער פֿון אַלע וועלט־טיילן און, אַזוי אַרום, צונויפֿגעזאַמלט אַרום דרײַ הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס. ער האָט די בילדער רעפּראָדוצירט, טייל אין אַ גרעסערן פֿאָרמאַט, זיי אויסגעסדרט טעמאַטיש, און באַגלייט מיט אויפֿקלערונגען און טעקסטן וועגן דער געשיכטע און דעם לעבן פֿון די ייִדן אין שטשוטשין. אין דער אַרבעט האָט אים אַרויסגעהאָלפֿן אַן אַנדער אייניקל פֿון זלמן קאַפּלאַן, פֿרוי לאַוראַ סילווער פֿון טאָראָנטאָ. אַזוי אַרום איז אַנטשטאַנען די אײַנדרוקספֿולע אויסשטעלונג וועגן דעם לעבן אין אַ ייִדיש שטעטל אין פּוילן, וואָס איז שוין געוויזן געוואָרן אין ניו־יאָרק, ניו־אָרלינס, יוסטאָן און וואַרשע.
די דערעפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג אין "בית־צדק" איז פֿאָרגעקומען בײַ דער באַטייליקונג פֿון אַ גרויסן עולם מיט דער אָנוועזנהייט פֿון ישׂראל־קאָנסול און דעם וויצע־קאָנסול פֿון פּוילן אין טאָראָנטאָ. מײַק מאַרווינס און לאַוראַ סילווער, די אייניקלעך פֿון זלמן קאַפּלאַן, האָבן דערציילט וועגן זייערע באַמיִונגען אָפּצוראַטעווען דעם זכר פֿון זייערע עלטערנס היימשטעטל. ביידע האָבן אויסגעדריקט זייער דאַנק צו דער "בית־צדק" קאָנגרעגאַציע און צו דאָריאָן ליבגאָט, די קוראַטאָרין פֿון "בית־צדק" יודאַיִקאַ־מוזיי, פֿאַר ברענגען די אויסשטעלונג קיין טאָראָנטאָ. די עקספּאָנאַטן פֿון דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך אויפֿן אויבערשטן שטאָק פֿון דער סינאַגאָגע, אין אַ ראָטונדע באַלויכטן מיט נאַטירלעך ליכט דורך אַ גלעזערנעם דאַך, און קאָן געזען ווערן פֿרײַ אַלע טעג פֿון דער וואָך אין משך פֿון די קומענדיקע חדשים.