קהילה־לעבן

אָט אַזוי — ווי עס שטייט געשריבן אין דעם קעפּל — האָב איך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם נאָמען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, Beyond Eastern Europe, וואָס דער ראַטגערס-אוניווערסיטעט האָט דורכגעפֿירט דעם 18טן-20טן מערץ. דאָס וואָרט "דורכגעפֿירט" איז אפֿשר ניט אין גאַנצן פּאַסיק, ווײַל עס שפּיגלט ניט אָפּ די זייער גוטע אָרגאַניזאַציע און אַ גוט דורכגעטראַכטע פּראָגראַם פֿון דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש.

אין די רעפֿעראַטן האָט מען אַנאַליזירט, ווי אַזוי די מיזרח-אייראָפּיִשע קולטור לעבט (צי לעבט ניט) אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. איך האָב, צום באַדויערן, דורכגעלאָזט דעם ערשטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ, אָבער אַפֿילו "טיילווײַז" האָבן די אַרויסטרעטונגען געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק — סײַ מיט זייער טיפֿקייט, סײַ מיטן אויסקלײַב פֿון די טעמעס גופֿא. בפֿרט נאָך אַז צווישן די רעדנער זײַנען געווען גרויסע נעמען אין דער ייִדישער אַקאַדעמישער וועלט. און עס איז דאָ טאַקע וועגן וואָס צו רעדן. מחוץ מיזרח-אייראָפּע וווינען נאָך איצט מיליאָנען נפֿשות, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד, פּוילן, אוקראַיִנע וכ' און האָבן דורכגעלעבט דאָרטן יאָרן צי יאָרצענדליקער. אָבער אַפֿילו צווישן די ייִדן, וואָס דער גורל האָט זיי באַזעצט אין ישׂראל, צי אין אַמעריקע, צאַפּלט נאָך ביז הײַנט דאָס פֿײַערל פֿון דער "אַלטער היים".

ווי אַזוי זשע ברענט עס, דאָס דאָזיקע "פֿײַערל"? צי וואַרעמט עס? צי פֿינקלט עס בלויז, ווי אַ באַפּוצונג אין אַ ייִדישער דירה? אַזעלכע און ענלעכע פֿראַגעס קען מען שטעלן אַ סך. שווערער איז צו געפֿינען אַן ענטפֿער, באַזונדערס, אויב מע שטעלט פֿאַר זיך אויך "פּראָפּאַגאַנדיסטישע" צילן אויסצואַרבעטן אופֿנים פֿאַר פֿאַראייביקן (אָדער, סוחריש גערעדט — "פֿאַרפּאַקעווען און פֿאַרקויפֿן") מיזרח-אייראָפּע אין הײַנטיקן אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקן לעבן.

דוד ראָסקיס, אַ צענטראַלע פֿיגור אין הײַנטיקע ייִדישע לימודים, האָט געשריבן ניט איין מאָל וועגן דעם עבֿר און זײַן אָרט אין דער איצטיקייט, וועגן דעם usable past, "טויגעוודיקן עבֿר". האָט ער אָנגעוויזן אויף דעם, אַז די פֿאַרגאַנגענהייט קען ווערן באמת טויגעוודיק נאָר דעמאָלט, ווען זי גייט אין גאַנצן אַוועק. איינע פֿון די פּראָבלעמען פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט באַשטייט אין דעם, וואָס זי הערט ניט אויף (גאָט צו דאַנקען) לעבן אין מיזרח-אייראָפּע און צווישן די אימיגראַנטן, אָבער גלײַכצײַטיק, איז זי, פֿאַר ס'רובֿ מערבֿדיקע לײַט, שוין אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון מוזיי- און מסורה-טויגעוודיקייט.

אַגבֿ, די זעלבע זאַך קומט פֿאָר מיט די אימיגראַנטישע, טראַנזיט-פֿאָרמען פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשקייט. למשל, דער גרעסטער טייל ניו-יאָרקער און בכלל אַמעריקאַנער ייִדן הייבן ניט אָן צו וויסן, אַז דער "פֿאָרווערטס" גייט אַרויס ניט נאָר ווי Forward, און נאָך אַ גרעסערער טייל האָט בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ צײַטונג. אָפֿט מאָל זײַנען דאָס אייניקלעך פֿון די געוועזענע געטרײַע לייענער פֿון דער ייִדישער פּרעסע, וואָס האָט געבליט — ווי די שטאַרקסטע טראַנזיט-פֿאָרעם — נאָך מיט עטלעכע יאָרצענדליק צוריק.

אין תּוך אַרײַן, זײַנען פֿאַראַן צוויי וועגן: אָדער צו האָבן צו טאָן מיט עכטע פֿאָרמען פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן לעבן, אָדער זיך קאָנצענטרירן אויף שאַפֿן מוזיי-פֿאָרמען. טעאָרעטיש, דאַרף עס ניט אומבאַדינגט זײַן "אָדער ... אָדער", עס קען אויך זײַן "סײַ ... סײַ". אָבער פּראַקטיש האָט "אָדער ... אָדער" אַ סך בעסערן שאַנס. פֿאַר וואָס?

קודם-כּל, גיי ווייס, וואָס דאָס מיינט — "עכטע פֿאָרמען פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן לעבן". און אַפֿילו אַז מע ווייסט שוין יאָ, דאַרף מען דאָך אויסקלײַבן, ווײַל קיין איין פֿאָרעם איז אין תּוך קיין מאָל ניט געווען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז מע דאַרף אַרײַנלייגן צו פֿיל צײַט אין אַזאַ אויסקלײַבעניש. און דער סוף וועט זײַן, אַז פֿון דעם גאַנצן מאַטערניש וועט מען נאָך גאָרנישט ניט קענען נוצן אין הײַנטיקן לעבן.

וועט אײַך, למשל, פֿאַראינטערעסירן די אַכילה פֿון יענע צײַטן און מקומות. אָבער וואָס טוט מען, אויב איר זײַט וועגעטאַריש, ציילט קאַלאָריעס, פֿעטקייט וכ'? אין אַזעלכע פֿאַלן קומט דער ריכטיקער מאָמענט צו שאַפֿן אַ "טויגעוודיקן" געריכט, וואָס טראָגט אַ מיזרח-אייראָפּיִשן נאָמען, אָבער אי לויטן טעם, אי לויטן אויסזען וועט עס האָבן ווייניק צו טאָן מיטן "עכטן" געריכט. אַזאַ צוגאַנג איז אַ פּראַקטישער און לאָגישער, ווײַל דאָס לעבן שטייט דאָך ניט אויף איין אָרט.

אַ מאָל האָבן די ייִדישע אינטעליגענטן געחלומט צו שאַפֿן אַ וועלטלעכן מאָדעל פֿון ייִדישקייט, וואָס וועט האָבן אַ פֿעסטן יסוד — די ייִדישע קולטור. הגם אייניקע יחידים זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דעם דאָזיקן מין ייִדישקייט, איז דער הויפּט-שטראָם גאָר אַן אַנדערער, ניט קיין סעקולערער. גיט אַ דריי מיטן קאָפּ און ציילט אונטער, וויפֿל מענטשן אַרום אײַך האַלטן די ווערק פֿון שלום-עליכמען, שלום אַשן, ה. לייוויקן, י. י. זינגערן — פֿאַרן קערן פֿון זייער ייִדישקייט, און פֿאַרגלײַכט עס מיט דער צאָל מענטשן, וואָס האָבן ניט קיין שײַכות צו אַזאַ קערן.

נאָך מער: די "אַלטע היים" האָט שוין ניט די ווערט, וועלכע זי האָט אַ מאָל געהאַט. איר אָרט האָט אין אַ היפּשער מאָס פֿאַרנומען ישׂראל. די "אַלטע היים" איז געוואָרן פֿאַר-ישׂראלדיק, פֿאַר-היסטאָריש, דאָס הייסט, מיטאָלאָגיש, "טויגעוודיק". אַפֿילו די ייִדן אין איצטיקן קיִעוו צי מאָסקווע האָבן אָפֿט מאָל מער צוטריט צו דער ישׂראלדיקער קולטור ווי צו אַן "עכטער", בפֿרט נאָך אויב זיי האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע שולן, סובסידירט דורך די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן.

די רוסן האָבן ליב צו זאָגן, אַז זיי לעבן אין אַ לאַנד, וווּ די געשיכטע איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן. אין דער אמתן, לעבן אַלע אין אַזאַ מצבֿ. די געשיכטע ווערט צוגעפּאַסן צו דעם, וואָס מע מוז איצט האָבן. צי דאַרף עס אינטערעסירן די געלערנטע? אַוודאי. זיי לערנען דאָך סטודענטן, און דאָס מיינט צו באַשליסן, וועלכע היסטאָרישע "סחורה" זיי אונטערצוטראָגן, און ווי אַזוי. און נאָך איין וויכטיקע זאַך: קוקט זיך צו צו די נעמען פֿון די ייִדישע קאַטעדרעס, צענטערס, אָפּטיילן. כּמעט אַלע (לכל-הפּחות אין אַמעריקע) טראָגן זיי די נעמען פֿון די ברייטהאַרציקע מענטשן, וואָס האָבן געגעבן געלט אויף די שטעלעס און אינסטיטוציעס. ס'איז אַ קלאָרער סימן, אַז דעם ייִדישן געלערנטן איז שווער זיך צו באַהאַלטן אין אַ העלפֿאַנדביין-טויער, מע מוז זײַן אויך אַ סוחר.

אָט אַזעלכע מחשבֿות האָט אַרויסגערופֿן די גלענצנדיק דורכגעפֿירטע און דורכגעטראַכטע קאָנפֿערענץ אין ראַטגערס-אוניווערסיטעט. עס קומט די אָרגאַניזאַטאָרן אַ גרויסער יישר-כּוח.