- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען אין פּוילן דורכגעגאַנגען די אויסעראָרדנטלעכע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. די פֿירנדיקע פּאַרטיי פֿון די ברידער קאַטשינסקי "געזעץ און גערעכטיקייט" האָבן די וואַלן פֿאַרשפּילט, און צו דער מאַכט איז געקומען די רעכטליבעראַלער פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרם", אין שפּיץ מיט דאָנאַלד טוסק...
"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע. בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדעמישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוסקע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַרטיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005. דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin. אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה, האָבן אים באַזוכט דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, און האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן, על-פּי-נס, אַ זון — הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה — 90 יאָר אַלט. די מלאכים האָבן איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען צו צעשטערן די רשעותדיקע שטעט סדום און עמורה; אָבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, די שטעט זאָלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן לכל-הפּחות צען צדיקים; אין די לעצטע יאָרן איז מיר אַ פּאָר מאָל אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע. האָב איך דאָרטן באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַ באַיאָרנטער מענטש טרעט אַרויס מיט אַ רעפֿעראַט אויף אַ ייִדישער טעמע, אָבער קיין שפּראַך, אַ חוץ רוסיש, באַהערשט דער רעדנער ניט. ווי אַ פּועל-יוצא, שאַפֿט זיך אַ מאָדנע וויסנשאַפֿט, דהײַנו: אַ וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט באַזירט ניט אויף דעם, וואָס מע מוז איבערלייענען, נאָר אויף דעם, נעבעך, וואָס דער דאָזיקער יחיד איז ביכולת איבערצולייענען.
אין 1933 האָט די וואַרשעווער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער" מודיע געווען וועגן אַ קריזיס אין דעם ייִדישן טעאַטער, און אפֿשר אין דער ייִדישער קולטור בכלל. דאָס איז געווען אַ שווער יאָר פֿאַרן ייִדישן טעאַטער־פּובליקום אין וואַרשע׃ ניט קיין גוטע נײַע פּיעסעס און ניט קיין גוטע נײַע אַקטיאָרן. יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטעקערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַמאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנעלער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. דוד האָפֿשטיין איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע לירישע דיכטער אין סאָוועט־רוסלאַנד. ער האָט זײַנע געפֿילן אויסגעדריקט אין מוזיקאַלישער ליריק. אין זײַן ליד "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" האָט ער אויסגעמאָלן זײַן שטימונג פֿון איזאָלאַציע און איינזאַמקייט אויף אַ ווײַסער קאַנווע פֿון שנײַיִקע סטעפּעס פֿון רוסלאַנד. צו די ווערטער פֿון דוד האָפֿשטיין האָט עמיל גאָראָוועץ געשאַפֿן אַ נישט ווייניקער פּרעכטיקע מוזיק, וואָס מען קען הערן אויף זײַן פּלאַטע "איך בין אַ ייִד": פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייניקער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענערגיע-קוואַל. דאָס איז אַ גיך מאכל צוצוגרייטן, און זייער אַ געשמאַקס דערצו, צוליב דעם לימענע־באַטעמטן ווײַן־סאָוס. נאָכן אויסקוועטשן די לימענעס, וואַרפֿט נישט אַרויס די לימענע־העלפֿטן, ווײַל איר וועט זיי דאַרפֿן, כּדי צוצוגרייטן דעם סאָוס.
2 בייליק־העלפֿטן (chicken breast), אָן הויט און ביינער
|