דוד האָפֿשטיין איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע לירישע דיכטער אין סאָוועט־רוסלאַנד. ער האָט זײַנע געפֿילן אויסגעדריקט אין מוזיקאַלישער ליריק. אין זײַן ליד "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" האָט ער אויסגעמאָלן זײַן שטימונג פֿון איזאָלאַציע און איינזאַמקייט אויף אַ ווײַסער קאַנווע פֿון שנײַיִקע סטעפּעס פֿון רוסלאַנד. צו די ווערטער פֿון דוד האָפֿשטיין האָט עמיל גאָראָוועץ געשאַפֿן אַ נישט ווייניקער פּרעכטיקע מוזיק, וואָס מען קען הערן אויף זײַן פּלאַטע "איך בין אַ ייִד":
אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן אויף רוסישע פֿעלדער!
וווּ קען מען זײַן עלנטער, וווּ קען מען זײַן עלנטער...
אַ פֿערדל אַן אַלטינקס, אַ סקריפּנדער שליטן,
אַ שליאַך אַ פֿאַרשנייטער — און איך בין אין מיטן.
פֿון אונטן, אין איינציקן ווינקל אין בלאַסן,
נאָך לעשן זיך טרויעריק טליִענדע פּאַסן.
פֿון פֿאָרנט פֿאַרשפּרייט זיך אַ מדבר אַ ווײַסער,
און ווײַט דאָרט צעזייט איז אַ צענדליקל הײַזער —
דאָרט דרעמלט אַ כוטאָר, פֿאַרזונקען אין שנייען...
צום ייִדישן הײַזל פֿיל סטעזשקעלעך גייען,
אַ הײַזל, ווי אַלע, נאָר גרעסער די פֿענצטער,
און צווישן די קינדער דאָרט בין איך דער עלטסטער...
און ענג איז מײַן וועלטל, און קליין איז מײַן רעדל:
אין צוויי וואָכן איין מאָל פֿון כוטאָר אין שטעטל.
און בענקען אין שווײַגן פֿון פֿעלדער פֿון ברייטע,
פֿון וועגן און וועגלעך פֿאַרשנייטע, פֿאַרווייטע...
און טראָגן אין האַרצן פֿאַרבאָרגענע ווייען
פֿון זוימען, וואָס וואַרטן און וואַרטן אויף זייען...
אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן אויף רוסישע פֿעלדער!
וווּ קען מען זײַן עלנטער, וווּ קען מען זײַן עלנטער?
ער דריקט אויס זײַן וואַרעם געפֿיל פֿאַרן ייִדישן וואָרט וואָס עס איז "ווילד, ווי ס׳איז מילד, ווי ס׳איז טײַער":
אין ייִדישן וואָרט, ווי ס׳איז ווילד, ווי ס׳איז מילד, ווי ס׳איז טײַער,
איז פֿאַראַן אַזאַ רוף צו באַנײַונג, איז פֿאַראַן אַזאַ העלישער פֿײַער,
אַז ווינטן, וואָס ציִען אויף וועלטישע ברייטע באַראָטן,
ניט קענען פֿאַרבלאָזן זײַן גליִענדן אָטעם,
און אַשן פֿון תּרופֿות ניט קענען זײַן צונטער פֿאַרגרויען,
זײַן מונטערן צונטער, וואָס העלט זיך אויף שטילקייט פֿון בלויען.
אין ייִדישן וואָרט, וואָס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון די צוואַנגען,
וואָס אומרויִק זוכט נאָך פֿעלדער און סטעפּעס,
איז פֿאַראַן שוין די זיכערע רו אין דער ברייטקייט פֿון עפּאָס,
און ניט נאָר בײַ הייליקע שומרים — אין וואָרט בײַ די פּשוטע היטערס,
הערט זיך דער אָנהייב פֿון שטאָלצע געזאַנגען פֿון שניטערס,
הערט זיך דער אָנזאָג אויף מונטערע קלאַנגען פֿון שײַער —
אין ייִדישן וואָרט, ווי ס׳איז ווילד, ווי ס׳איז מילד, ווי ס׳איז טײַער...
דוד האָפֿשטיין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1889 אין קאָראָסטישעוו, קיִעווער געגנט, אוקראַיִנע. צו 5 יאָר האָט מען אים אָפּגעגעבן אין חדר און צו 9 יאָר, קענטיק ווען די משפּחה איז אַריבערגעפֿאָרן אין דאָרף, איז ער אַוועק וווינען און לערנען בײַם זיידן, וואָס איז געווען אַ מלמד אין קאָראָסטישעוו. גלײַכצײַטיק האָט ער געלערנט רוסיש און העברעיִש בײַ אַ פּריוואַטן לערער. פּונקט ווי זײַנע ייִנגערע צען ברידער און שוועסטער, צו 17 יאָר איז ער געוואָרן אַ לערער אין אַ שכנותדיקן דאָרף, און האָט פֿאָרגעזעצט זײַן בילדונג. אין 1907 איז ער געקומען קיין קיִעוו, האָט דורכגעמאַכט דעם קורס פֿון זעקס קלאַסן גימנאַזיע, איז אַוועק דינען אין מיליטער, אויסגעהאַלטן דערנאָך אַ מאַטורע־עקזאַמען, זיך געלערנט אין קיִעווער קאָמערץ־אינסטיטוט און אויך געהערט לעקציעס אינעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿונעם קיִעווער אוניווערסטעט.
שוין צו נײַן יאָר האָט האָפֿשטיין געשריבן לידער אין העברעיִש, שפּעטער אין רוסיש און אוקראַיִניש. אין 1917 האָט ער אָנגעהויבן דרוקן ייִדישע לידער אין דער קיִעווער "נײַע צײַט" און שפּעטער אין פֿאַרשיידענע ייִדישע ליטעראַרישע אויסגאַבעס. ער איז געווען איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דער "קולטור־ליגע", לעקטאָר אין ליטעראַרישע און דראַמאַטישע שטודיעס. שפּעטער האָט ער געלעבט אין מאָסקווע, וווּ, צווישן אַנדערע, האָט ער מיטרעדאַקטירט דאָס זאַמלבוך "שטראָם" און איז געקומען אין אַ קאָנפֿליקט מיט דער קאָמוניסטישער "ייִדסעקציע" צוליב זײַן אונטערשרײַבן דעם נאָמען אונטער אַ פּראָטעסט קעגן די רדיפֿות אויף העברעיִש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אין 1923 האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד. ער האָט געלעבט אין בערלין. און אין אַפּריל 1925 אַריבערגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט געדרוקט העברעיִשע לידער. אין 1926 האָט דער דיכטער זיך צוריקגעקערט קיין רוסלאַנד, וווּ מען האָט אים, נאָך זײַנע דערקלערונגען, רעהאַביליטירט און ער האָט אָפּגעדרוקט עטלעכע צענדליק ביכער לידער. אין 1939 האָט מע געפֿײַערט זײַן 50־יאָריקן געבוירן־טאָג, וווּ ער איז באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "ערנצייכן" און דער מלוכה־פֿאַרלאַג האָט איבערגעזעצט אַ בוך פֿון זײַנע לידער אויף רוסיש.
אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז האָפֿשטיין געווען אַ מיטגליד פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1946 איז ער באַערט געוואָרן פֿון דער רעגירונג מיט אַ מעדאַל "פֿאַר העלדנמוט" אין צײַט פֿון קריג. סוף 1948, נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־רוסלאַנד, האָט מען דוד האָפֿשטיינען אַרעסטירט. ער איז געשאָסן געוואָרן דעם 12טן אויגוסט, 1952.
אין מאָסקווע האָט ער געשריבן אַ בריוו צו זײַן מוטער און דערציילט איר, אַז ער איז געוואָרן אַ דיכטער:
פֿון מאָסקווע, דער הויפּטשטאָט פֿון פֿרייִקע פֿלאַמען
אַ גרוס דיר, מײַן טײַערע, אַלטינקע מאַמע.
ווי שלאַנגען זיך רינגלען די בלוטיקע פֿראָנטן —
און צווישן אונדז ביידע אַלץ מער האָריזאָנטן.
ווי טוט עס אין שטיל דאָרט דײַן האַרץ איצטער שלאָגן,
דײַן האַרץ, אונטער וועלכן האָסט עלעף געטראָגן.
דײַן האַרץ, אויף קיין רגע וואָס ווערט ניט פֿאַראָרעמט,
דײַן האַרץ, אונטער וועלכן האָסט עלעף געטראָגן.
צי איז דאָס דײַן האַרץ שוין געוואָרן געווויער —
דײַן בכור איז אַ דיכטער בײַ ייִדן געבוירן.
און אַז מיט דײַן מילך, וואָס ווי ווײַן האָט צעברויזט זיך,
אויף וועלטישער סעודה מײַן גײַסט איצטער גרויסט זיך.
פֿון מאָסקווע דער הויפּטשטאָט אין פֿרייִקע פֿלאַמען
אַ גרוס דיר מײַן טײַערע, האַרציקע מאַמע.
אין אַ ליד וועגן פּושקין באַהעפֿט ער זיך מיטן רוסישן פּאָעט בײַם שוועל פֿון 1949 און דריקט אויס זײַן אָפּטימיזם פֿאַר דער וועלט:
ס׳איז קלאָר מיר, אַז ער איז אַצינד אומעטום מיט די פֿרײַהייט־סאָלדאַטן
אין עקן אין אַלע פֿון וועלט, האָט זײַן הויכן באַרוף ניט פֿאַרראַטן,
וווּ בײַראָן, זײַן מוטיקער פֿרײַנד, האָט אַ מאָל נאָך געקעמפֿט פֿאַר די גריכן,
איצט קעמפֿט אונדזער פּושקין מיט שלענג, וואָס פֿון הויפּטגעסט נאָך אומעטום קריכן,
אין אַלע מדינות,
ווי אויך אין ישׂראל — דער ייִנגסטער מדינה —
זײַן ליבע איצט קעמפֿט פֿאַר די פֿרײַנד,
אַלע פֿײַנט איצטער שפּירן זײַן שׂינאה.
איך שטיי בײַ די האַרבסטיקע שוועלן...
עס ווינקט שוין דאָס יאָר נײַן און פֿערציק...
דרײַ יובֿלען זינט ער איז געבוירן,
זינט איך בין געבוירן ווערט זעכציק...
איך שטיי בײַ די שוועלן פֿון צוקונפֿט — זײַן נאָענטקייט פֿיל איך אַלזײַטיק,
ווי פֿרוכט אויף אומענדלעכע פֿעלדער, איצט ווערט אונדזער ליבע געצײַטיקט,
איך וויל וועגן דעם אײַך דערציילן, איר, פֿרײַנד מײַנע, וווּ נאָר איר זענט דאָרט,
אַוווּ נאָר איר זײַט נאָך געבליבן, וווּהין נאָר איר האָט שוין פֿאַרוואַנדערט...
קיין מערבֿ, קיין דרום, קיין צפֿון, אין נאָענטן מיזרח, אין ווײַטן —
ער גרייכט אומעטום שוין דער אָטעם פֿון אונדזערע גלייִקע צײַטן,
זאָל אַלעמען אײַך איצט דערגרייכן דאָס גליק, וואָס בײַ מיר איז פֿאַרבאָרגן;
איך שטיי בײַ מײַן ליכטיקן פֿענצטער און זאָג אונדזער וועלט: "אַ גוט מאָרגן!"
ס׳איז קענטיק, אַז נאָך דעם דאָזיקן אויסדרוק פֿון אָפּטימיזם, וווּ ער זאָגט דער וועלט "אַ גוט מאָרגן" בײַ זײַן ליכטיקן פֿענצטער, איז דוד האָפֿשטיין אַרעסטרט געוואָרן, ביז זײַן אַכזריותדיקן און טראַגישן טויט אין 1952.
זײַן נאָמען האָט מען פֿאַראייביקט אין ישׂראל מיט דער דוד האָפֿשטיין-פּרעמיע פאַר ייִדישער קולטור, וואָס ווערט צוגעטיילט יעדעס יאָר און וווּ מען לייענט פֿון זײַנע שאַפֿונגען. אין אַמעריקע, ווי אין ישׂראל, אָרדענען אײַן געוויסע אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך דער "פֿאָרווערטס", אַ יערלעכע אַזכּרה וווּ מען באַערט און מען ציטירט אַ ליד פֿונעם זעלטענעם דיכטער דוד האָפֿשטיין ע״ה.
ער מיינט, אַז ער איז באַשערט צו צאַמען די ערד אויף ס׳נײַ נאָך אַלע שריפֿות, און אַז פֿריידיקע שטראַלן וועלן נאָך קומען:
איך גלייב ס׳איז מיר באַשערט
אויף מײַן ירושה־ערד
דעם אַש פֿון אַלע שריפֿות אויסצוראַמען
און אָט די ערד אויף ס׳נײַ פֿאַרצאַמען.
איך ווייס קיין וואָג, איך ווייס קיין צאָל,
איך האָב קיין מאָסשנור ניט געצויגן, —
נאָר זײַלן בלאַנקען שוין אין לופֿטקרישטאָל
או פֿירן מײַנע אויגן,
אין שײַן פֿון ווענט פֿון שלאַנקע, ווי יריעות,
מיט מוטערפּערל שפּילט אויף מײַנע וויִעס!
און ס׳איז אין האַרץ פֿאַר יעדן שטראַל
שוין גרייט
אַ נעסט פֿון פֿרייד...