רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס איז אַ גיך מאכל צוצוגרייטן, און זייער אַ געשמאַקס דערצו, צוליב דעם לימענע־באַטעמטן ווײַן־סאָוס. נאָכן אויסקוועטשן די לימענעס, וואַרפֿט נישט אַרויס די לימענע־העלפֿטן, ווײַל איר וועט זיי דאַרפֿן, כּדי צוצוגרייטן דעם סאָוס.

2 בייליק־העלפֿטן (chicken breast), אָן הויט און ביינער
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1/2 טעפּל מעל
1 איי
1/2 לעפֿל וואַסער
3/4 טעפּל באַווירצטע (באַטעמטע) ברייזל (ברויט־קרישקעס)
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
3 לעפֿל צעלאָזטער מאַרגאַרין
1/3 טעפּל אויסגעקוועטשטע לימע­נע־זאַפֿט
1/2 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן
לימענע־רעפֿטלעך
צעשניטענע פּעטרישקע

הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 גראַד צעלזיוס). באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט ביידע זײַטן פֿון די ביי­ליק־העלפֿטן.

אין איין טעלער מישט אויס די מעל, 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. אין אַ צווייטן — דאָס איי און 1/2 לעפֿעלע וואַסער. אין אַ דריטס — דאָס באַווירצטע ברייזל.

טינקט אײַן יעדעס שטיקל בייליק, צו ערשט, אין מעל, דערנאָך אינעם איי, און צום סוף — אינעם ברייזל.

הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. לייגט אַרײַן די צוויי שטיקלעך בייליק, און קאָכט זיי 2 מינוט אויף יעדער זײַט, ביז זיי ברוינען זיך צו. לייגט זיי אַרײַן אין אַ בעקן, און שטעלט דעם בעקן אין אויוון אויף 5־10 מינוט, בעת איר גרייט צו דעם סאָוס.

ווישט אָפּ די פּאַטעלניע מיט אַ פּאַפּירן האַנטעכל. הייצט דעם מאַרגאַרין איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און גיט צו דעם לימענע־זאַפֿט, ווײַן, ביידע העלפֿטן אויס­געקוועטשטע לימענע, 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און 1/4 לעפֿעלע שוואַרצן פֿעפֿער. זידט דעם סאָוס איבער אַ גרויסן פֿײַער, בערך 2 מינוט.

וואַרפֿט אַוועק די לימענע־העלפֿטן. לייגט יעדע בייליק־העלפֿט אין אַ טע­לער, באַגיסט זי מיטן סאָוס, אַ רעפֿטל לימענע און די צעשניטענע פּעטרישקע.