ליטעראַטור

ראָבערט אַדלער פּעקעראַר מאַכט אַ דאָקטאָראַט אינעם אָפּטייל פֿאַר פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין בערקלי־אוניווערסיטעט. פֿאַר דעם איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿון בילדונג־פּראָגראַמען בײַ דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. ער האָט געשאַפֿן אַן אינטענסיוון זומער־קורס אין אַשכּנזישער קולטור, וואָס איז דערנאָך אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. איצט וווינט ער אין בערקלי מיט זײַן פֿרוי נעמי און זון טאָמעק. ער אַרבעט אויף דער טעמע "קידמת־עדן׃ ייִדיש טרעפֿט זיך מיט דײַטשישער קולטור", וואָס באַטראַכט די אָפּשפּיגלונג פֿון "דײַטשישקייט" אין ייִדישער קולטור צווישן די ביידע וועלט־מלחמות."


אין 1933 האָט די וואַרשעווער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער" מודיע געווען וועגן אַ קריזיס אין דעם ייִדישן טעאַטער, און אפֿשר אין דער ייִדישער קולטור בכלל. דאָס איז געווען אַ שווער יאָר פֿאַרן ייִדישן טעאַטער־פּובליקום אין וואַרשע׃ ניט קיין גוטע נײַע פּיעסעס און ניט קיין גוטע נײַע אַקטיאָרן. און כאָטש דער וואַרשעווער טעאַטער-סעזאָן פֿון 1932—1933 איז געווען אפֿשר איינער פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע און געלונגענע, פֿלעגט זיך אין די "ליטע­ראַרישע בלעטער", איין נומער נאָכן אַנ­דערן, באַווײַזן אַזאַ אַנאָנס׃ "דערווײַל שפּילט מען אין די ייִדישע טעאַטערן אין וואַר­שע עטלעכע שוין־געשפּילטע זאַכן". די רע­דאַק­טאָרן האָבן זיך כּסדר געפֿרעגט, הלמאי האָט מען ניט קיין גוטע נײַע פּיע­סעס, חוץ דעם "דיבוק" און "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק".

אין יענעם יאָר האָט דער באַרימטער דײַטשישער כאַראַקטער־אַקטיאָר אַלכּסנדר גראַנאַך באַמערקט (איידער די נאַציס האָבן אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם דײַטשישן טעאַטער), אַז "דער קריזיס אינעם ייִדישן טעאַ­טער איז פּונקט אַזוי שווער ווי דער וועלט־עקאָנאָמישער קריזיס". אין גיכן איז גראַ­נאַך געוואָרן היימלאָז. אַרויסגעטריבן פֿון בערלין, האָט ער זיך געלאָזט קיין וואַר­שע צו ראַטעווען דעם ייִדישן טעאַטער.

געבוירן אין 1890 אינעם דערפֿל ווער­באָוועץ אין מיזרח־גאַליציע, איז שײַקע גראַנאַך געקומען קיין בערלין אין 1906 און האָט געמאַכט אַ מעטעאָרישע טעאַטער־קעריערע אויף דער דײַטשישער בינע. אין 1909 האָט ער שוין געשפּילט אין דער טרופּע פֿון מאַקס רײַנהאַרד. אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר (מיט אַ צוויי־יאָריקן איבעררײַס בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ער האָט געדינט אין דער עסטרײַכיש־אונגאַרישער אַרמיי) איז גראַנאַך געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע דײַטשישע אַק­טיאָרן פֿון טעאַטער און קינאָ. אין 1922 האָט ער געשפּילט אינעם קלאַסישן עקס­פּרעסיאָניסטישן וואַמפּיר־פֿילם "נאָס­פֿעראַטו" פֿונעם רעזשיסאָר פֿרידריך מור­נאַו. אויף דער טעאַטער־בינע האָט ער זיך קונה־שם געווען אין די ראָלעס פֿון שיי­לאָק און מעפֿיסטאָ.

אין 1933 איז די וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער־וועלט באַגליקט געוואָרן פֿון דער בשׂורה וועגן גראַנאַכס קומען קיין פּוילן. נחמן מײַזיל האָט געשריבן אין "ליטע­ראַ­רישע בלעטער" פֿאַר גראַנאַכס אָנקומען׃

"אַ חשובֿער גאַסט קומט קיין וואַרשע — אַלעכּסנדר גראַנאַך. נאָך 12 יאָר אַן אָנגעזעענדעם אָרט אין דײַטשן טעאַטער און פֿילם, איז ער דורך די היטלעריסטן אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿונעם טעאַטער... לײַדער, איז נישטאָ אין וואַרשע קיין פּאַסנדיק טעאַטער און פּאַסנדיקע טרופּע וואָס זאָל גלײַך קאָנען אַרײַננעמען גראַנאַכן און אויסנוצן זײַנע וווּנדערבאַרע אַרטיסטישע מעגליכקייטן און דערפֿאַרונגען. מ’דאַרף שאַפֿן עפּעס פֿונסנײַ... אַ. גראַנאַך, זײַ הייס באַגריסט! לאָמיר האָבן נחת פֿון דיר, און דו — פֿון אונדז."

מיט צוויי וואָכן שפּעטער, ווען גראַנאַכס באַן איז צוגעפֿאָרן צו דעם ווינער־וואָקזאַל אין וואַרשע, האָבן די "ליטעראַרישע בלע­טער" אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז גראַ­נאַך וועט אַרײַנגיסן פֿריש בלוט אינעם שלאַפֿן גוף פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

פֿול מיט ברען האָט זיך גראַנאַך גענו­מען מחיה־מתים זײַּן דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. ער האָט אינסצענזירט פֿאַר זיך אַ פּיעסע און האָט גענוצט דעם פּרעסטיזש פֿון זײַן שם, כּדי אויפֿצופֿירן זי אויף דער בינע. ער האָט אַליין איבערגעזעצט פֿונעם דײַטשישן אָריגינאַל אויף ייִדיש די דראַמע "פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק" פֿונעם קאָמוניסטישן דראַמאַטורג פֿרידריך וואָלף וועגן דעם אויפֿקום פֿונעם נאַציסטישן טעראָר אין דײַטשלאַנד, וואָס דער מחבר האָט אים געשיקט פֿון מאָסקווע. אויף ייִדיש האָט די פּיעסע באַקומען דעם טיטל "די געלע לאַטע". די פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע אין קאַמינסקאַ־טעאַטער דעם 19טן יאַנואַר, 1934, האָט געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג. ווי ווײַט איך ווייס, איז דאָס געווען דער איינציקער פֿאַל, ווען אַ פּיעסע, אָנגעשריבן אויף אַן אייראָפּעיִשער שפּראַך דורך אַן אָנגעזעענעם מחבר, איז צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט געוואָרן דווקא אויף ייִדיש. אַלע ייִדישע צײַטונגען — "מאָמענט", "הײַנט", "אונדזער עקספּרעס", "נײַע פֿאָלקס־צײַ­טונג", "אַר­בעטער־צײַטונג", ווי אויך דער פּויליש־ייִדישער "נאַש פּזשע­גלאָנד" — זײַנען געווען איינשטימיק אין זייערע שבֿחים. העכער ווי פֿופֿציק טויזנט צושויער האָבן געזען דעם ספּעקטאַקל, וואָס איז געגאַנגען ביזן סוף פֿונעם סעזאָן, דעם 31סטן מערץ. דערנאָך האָט די קאַמינסקי־טרופּע אײַנגעשלאָסן דעם ספּעקטאַקל אין די גאַסטראָלן איבער גאַנץ פּוילן, וועלכע זײַנען אָנגעגאַנגען כּמעט אַ יאָר.

שוין איין וואָך נאָך דער דערפֿאָלגרײַ­כער פּרעמיערע פֿון "די געלע לאַטע" האָט גראַנאַך אָנגעהויבן צו טראַכטן וועגן דער צוקונפֿט. ער האָט פֿאָרויסגעקוקט אויף אַ נײַעם טריומף אין אַפּריל. אַ סבֿרא, אַז ער איז ניט געווען צופֿרידן, וואָס זײַן הצלחה האָט זיך באַזירט אויף אַן איבערגעזעצטער פּיעסע. ער האָט געוואָלט באַקומען אַ נײַע אָריגינעלע דראַמע אויף ייִדיש פֿון אַ באַרימטן מחבר אויף אַן אַקטועלער טעמע, וואָס זאָל פֿאָרשטעלן דעם ייִדישן כאַראַקטער ווי אַ העלדישע געשטאַלט. חוץ דעם, האָט גראַנאַך געוואָלט אַזאַ פּיעסע, וואָס זאָל זײַן אַנדערש פֿון אַלע פֿריִערדיקע ייִדישע פּיעסעס.

אַ. גראַנאַך שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער פּיעסע "פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק" פֿון פֿרידריך וואָלף,
וואַרשע 1934
אַ. גראַנאַך שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער פּיעסע "פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק" פֿון פֿרידריך וואָלף, וואַרשע 1934

גראַנאַך האָט געטרוימט צו שפּילן שלום שוואַרצבאַרדן, דעם ייִדישן זייגער­מאַכער, וועלכער האָט זיך נוקם געווען אינעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליסט סימאָן פּעטלוראַ פֿאַר די בלוטיקע פּאָגראָמען בעתן בירגערקריג אין 1918—1919. הגם פּעטלוראַס מאָרד און דער מישפּט איבער שוואַרצבאַנדן אין פּאַריז איז פֿאָר­גע­קומען מיט זעקס יאָר פֿריִער, אין 1927, איז די גאַנצע געשיכטע ווידער געוואָרן אַק­טועל נאָך היטלערס קומען צו דער מאַכט, וואָס האָט גורם געווען דעם וווּקס פֿו­נעם אַנטי־ייִדישן געוואַלד אין דײַטש­לאַנד. מײַזיל האָט פֿאָרגעלייגט צו ווענדן זיך צו אַלטער קאַציזנע. גראַנאַך און מײַ­זיל זײַנען געקומען צו קאַציזנע מיט צײַ­טונגס־אויסשניטן, באַריכטן פֿון דער היס­טאָ­רי­שער קאָמיסיע פֿון שטיף און טשע­ריקאָ­ווער וועגן די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע, און מיט די פּראָטאָקאָלן פֿונעם פּאַריזער פּראָצעס, וועלכער האָט פֿרײַגע­שפּראָכן שוואַרצבאַנדן. די פּיעסע "שוואַרצבאַרד׃ אַ סינטעטיש רעפּאָרטאַזש" איז געווען פֿאַר­טיק אין דרײַ וואָכן.

אין פֿעברואַר האָט קאַציזנע פֿאָרגע­לייענט זײַן פּיעסע פֿאַר גראַנאַך און מײַזיל. אַלע דרײַ האָבן געוויינט אין משך פֿון דעם גאַנצן לעצטן אַקט. גראַנאַך האָט דער­קלערט, אַז ער וועט עפֿענען דעם סעזאָן פֿון 1934 מיט "שוואַרצבאַרד". די צײַטונגען האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַנאָנסן און מען האָט זיך גענומען רעפּעטירן. אָבער סוף־מערץ, ווען מען האָט שוין געהאַלטן בײַם שליסן "די געלע לאַטע" און ס׳איז געקומען די צײַט צו עפֿענען "שוואַרצבאַרד", האָט זיך באַוויזן דער צענזור־פֿאַרבאָט צו שפּילן דעם ספּעקטאַקל אין וואַרשע. די סיבות זײַנען געווען צוויי׃ ערשטנס, האָט די פּיעסע באַליידיקט דעם אָנדענק פֿון פּעטלוראַ, וועלכער איז געווען אַ "פֿרײַנד פֿונעם מאַרשאַל פּילסודסקי", דעם ראָש פֿון דער פּוילישער מלוכה; צווייטנס, האָט די צענזור מורא געהאַט, אַז די פּיעסע וועט אויפֿרעגן די אוקראַיִנישע באַפֿעלקערונג אין פּוילן. ווי אַ במקום האָט גראַנאַך אויפֿגעפֿירט ה. לייוויקס פּאָליטישע דראַמע "קייטן", אָבער דער דאָזיקער ספּעקטאַקל האָט זיך געהאַלטן בלויז אַ קורצע צײַט, און מען האָט ווידער גענומען שפּילן "די געלע לאַטע".

ערשט מיט אַ יאָר שפּעטער האָט גראַ­נאַך באַקומען אַ דערלויבעניש צו שפּילן "שוואַרצבאַרד" אין לאָדזש, אָבער אונ­טער אַ נײַעם טיטל "וועלט־געוויסן". די קרי­טיקער האָבן ניט געקאָנט פֿאַרשטיין די פּיעסע. זיי האָבן זיך געחידושט׃ איז דאָס אַ דראַמע אָדער אַן אינסצענירונג פֿון אַ מישפּט? אַ טראַגעדיע אָדער אַ געשיכטע־לעקציע? וואָס איז דער מוסר־השׂכּל? מיט וואָס קאָן העלפֿן אַזאַ מין פּיעסע? דאָס איז געווען ניט קלאָר אַפֿילו פֿאַר די אַקטיאָרן, וועלכע האָבן געשפּילט אינעם ספּעקטאַקל. יצחק טורקאָוו־גרודבערג האָט געשפּילט אין "וועלט־געוויסן" צוויי ראָלעס, פֿונעם ייִדישן דיכטער אָשר שוואַרצמאַן און פֿו­נעם פֿראַנצויזישן פֿיזיקער, פּראָפֿעסאָר פּאָל לאַנזשעווען, וועלכער האָט געגרינ­דעט די פֿראַנצויזישע "ליגע פֿאַר די מענטשן־רעכט" און איז געווען אַן עדות בעת שוואַרצ­באַרדס פּראָצעס. טורקאָוו־גרוד­בערג דערמאָנט זיך אין זײַנע זכרונות, ווי קאַציזנע האָט בײַ אים אויסגעפֿרעגט זײַן מיינונג וועגן דעם ספּעקטאַקל נאָך דער פּרעמיערע׃

"אָבער כ׳האָב געהאַט באַוואָרענישן לגבי דער פּיעסע אַלץ גאַנצע. קאַציזנע האָט אָבער נישט געלאָזן צורו און מיך גע­צוווּנ­גען צו רעדן. האָב איך אָנגעוויזן אויף די שוואַכ­קייטן פֿון דער פּיעסע: דעם ויתרוצצו, וואָס קומט אין איר פֿאָר צווישן טראַ­געדיע און רעפּאָרטאַזש. איך האָב נע­גירט די נוצ­לעכקייט פֿון סצענישן רעפּאָר­טאַזש, נײַערט אַלס ספּעציעלן זשאַנער. רעפּאָר­טאַזש־עלע­מענטן אין אַ טראַגעדיע — פֿאַר­פֿלאַכן די טראַגעדיע; דאַקעגן שעקספּיר־עלעמענטן אין אַ רעפּאָרטאַזש זענען אויסגעשאָסענער פּולווער אָן קוילן. איך האָּב געראָטן: די פּיעסע זאָל ווערן בלויז אַ סצענישער רעפּאָרטאַזש, אָדער — בלויז אַ טראַגעדיע."

אָבער טורקאָוו־גרודבערגס קריטישע עצות, קעגן וועלכע קאַציזנע האָט ענערגיש דערווידערט, זײַנען קיין מאָל ניט מקוים געוואָרן, ווײַל דער לאָדזשער צענזאָר האָט פֿאַרווערט די פּיעסע איין וואָך נאָך דער פּרעמיערע. מיט צוויי חדשים שפּעטער איז גראַנאַך אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּוילן קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט ממשיך גע­ווען זײַן קאַריערע אין קינאָ. אַ קורצע צײַט האָט ער געאַרבעט אין ייִדישע טעאַטערס אין מאָסקווע און קיִעוו, איז אַרעסטירט געוואָרן, אָבער אַ דאַנק דעם שתּדלנות פֿונעם שרײַבער ליאָן פֿויכטוואַנגער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן און געקומען, דורך דער שווייץ, קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט געשפּילט אין האָליוווּד־פֿילמען.

גראַנאַך האָט ווידער אויפֿגעפֿירט די פּיעסע "וועלט־געוויסן" אין לאָס־אַנדזשע­לעס אין אַפּריל 1940. די הויפּט־ראָלע האָט געשפּילט דער ייִדישער דיכטער מאַר­טין בירנבוים. הגם דער ספּעקטאַקל איז געגאַנגען בלויז עטלעכע וואָכן, איז ער באַמערקט געוואָרן דורך דעם באַקאַנטן אַקטיאָר יוסף שילדקרויט. שילדקרויט האָט באַשטעלט אַן איבערזעצונג אויף ענגליש, אָבער די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע איז קיין מאָל ניט אויפֿגעפֿירט גע­וואָרן אויף דער אַמעריקאַנער בינע. גראַ­נאַך איז געשטאָרבן מיט פֿינעף יאָר שפּע­טער, דעם 14טן אַפּריל, 1945.

איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף "שוואַרצבאַרד" בעתן לייענען די צײַט­שריפֿט "מײַן רעדנדיקער פֿילם", וואָס קאַ­ציזנע איז געווען איר איינציקער מחבר. ווען שלום שוואַרצבאַרד איז פּלוצעם גע­שטאָרבן אין 1938, האָט קאַציזנע אָנגעהויבן צו דרוקן זײַן פּיעסע אין המשכים, איין סצענע אַ וואָך. דער אָנהייב פֿון דער פּיעסע האָט מיך אַזוי פֿאַרכאַפּט, אַז כ׳האָב זיך גענומען מישן יעדן נומער, זוכנדיק נאָך המשכים. אָבער די צענזור פֿלעגט כּסדר קאָנפֿיסקירן קאַציזנעס צײַטשריפֿט, ביז זי איז ענדגילטיק פֿאַרמאַכט געוואָרן אין 1939, ניט דערפֿירנדיק די פּובליקאַציע פֿון "שוואַרצבאַרד" ביזן סוף.

"שוואַרצבאַרד" איז אַ יוצא־דופֿן אין דער ייִדישער דראַמאַטורגיע. די פּיעסע לייענט זיך ווי אַן איבערזעצונג, און דערצו נאָך אַ הײַנטצײַטיקע. אמת, גאַנצע שטיקער זײַנען טאַקע יאָ איבעגעזעצט געוואָרן פֿון די געריכט־פּראָטאָקאָלן. עס איז אויך אַן "איבערזעצונג" פֿון אַ רעפּאָרטאַזש וועגן אמתע געשעענישן אויף דער שפּראַך פֿון טעאַטער־בינע. רעאַלע שטיקער נײַעס און באַריכטן, קלאַנגען און קאָמענטאַרן, וועלכע זײַנען אַרומגעגאַנגען אין דער פּרעסע פֿון יענער צײַט, ווערן פֿאַרקערפּערט אין דער דראַמאַטישער פֿאָרם.

די פּיעסע עפֿנט זיך מיט דעם פּראָלאָג "פֿאָלקס־אָפּערע", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ היסטאָרישע פֿאַנטאַזיע, וועלכע אַנטפּלעקט זיך בעת דער פֿעברואַר־רע­וואָלוציע, 1917. אַן אוקראַיִנישע טעאַטער־טרופּע, וואָס שפּילט אין מאָסקווע, גרייט צו אַ גענעראַל־רעפּעטיציע פֿון אַן אָפּע­רעטע, וועלכע באַזירט זיך אויף טאַ­ראַס שעווטשענקאָס עפּישער פּאָעמע "הײַדאַ­מאַקעס". דער מחבר פֿון דער פּיעסע איז דער ייִדישער דיכטער אָשר שוואַרצמאַן און דער רעזשיסאָר איז סימאָן פּעטלוראַ. אַקוראַט פֿאַר דער לעצטער רעפּעטיציע קומט אָן די ידיעה וועגן צאַרס אַבדיקאַציע. די מענטשן אויסער דער בינע הייבן אָן צו זינגען "מאַרסעליעזע", דעם הימן פֿון דער רוסישער צײַטווײַליקער רעגירונג, בשעת די אַקטיאָרן, אָנגעטאָן אין אוקראַיִנישע פֿאָלקסטימלעכע קאָסטיומען, לאָזן זיך אין גאַס אַרײַן, זינגנדיק דעם אוקראַיִנישן הימן. שוואַרצמאַן פּרוּווט צו באַרויִקן דעם אויפֿגעבראַכטן עולם, אָבער די "הײַדאַ­מעקעס" שטופּן אים אַוועק.

אין משך פֿון דער גאַנצער האַנדלונג ווערט די ווירקלעכקייט צונויפֿגעמישט מיטן טעאַטער. אין דער שלוס־סצענע פֿונעם צווייטן אַקט פּראָטעסטירט שוואַרצבאַרד קעגן דעם פּרוּוו צו מאַכן פֿון אים אַ סימ­באָלישע פֿיגור "פֿון אַן אָפּערע", אָבער זײַן אַדוואָקאַט דערווידערט׃ "אַן אָפּערע? ווער זאָגט עס? אָבער, וואָס אמת, טעאַטער איז עס. איר האָט דורכגעלעבט די גאַנצע טראַגעדיע און איר לעבט זי איצט איבער. און איך — איך דאַרף זי אָפּשפּילן פֿאַרן וועלטפֿאָרום, אַז מענטשלעכע הערצער זאָלן פֿאַרציטערט ווערן! נעמט מיך נישט אויף ערנסטער ווי קאַרוזאָן און שאַליאַפּינען. אָבער ווייסט: מײַן אייבערשטע ׳צע׳ [נאָטע C] איז מײַן געוויסן!" — דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער פּובליקאַציע אין "מײַן רעדנדיקער פֿילם".

ווען די דײַטשישע אַרמיי האָט אָקופּירט וואַרשע, איז קאַציזנע און זײַן משפּחה אַנטלאָפֿן קיין לעמבערג, וואָס איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זומער 1941, ווען דײַטשלאַנד האָט אַטאַקירט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט קאַציזנע געפּרוּווט צו גיין צו פֿוס קיין רוסלאַנד. ווען ער האָט דערגרייכט טאַרנאָפּאָל, איז די שטאָט שוין געווען אָקופּירט פֿון די דײַטשן. קאַציזנע איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די אוקראַיִנישע באַנדיטן, וועלכע האָבן אים געפּײַניקט און געשלאָגן צום טויט. זײַן פֿרוי איז אומגעקומען אינעם טויטלאַגער בעלזשעץ, און בלויז זייער טאָכטער שולמית איז ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַן איטאַליענישן דיפּלאָמאַט און געווידמעט איר גאַנץ לעבן אָפּצוהיטן איר פֿאָטערס אָנדענק.

טורקאָוו־גרודבערג שרײַבט וועגן זײַן באַגעגעניש מיט קאַציזנעס טאָכטער אַזוי׃ "אין יאָר 1956, ווען כ׳בין געווען אין פּאַריז מיטן וואַרשאַווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער, האָב איך אומגעריכט באַ­געגנט אַ באַקאַנטע, וועלכע כ׳האָב 15 יאָר נישט געהאַט געזען. דאָס איז געווען מיט­קע, שולמית קאַציזנע... נאָך אַ קורצער באַ­גריסונג האָט זי מיר געמאַכט פֿאָרוווּפֿן, פֿאַרוואָס איך, קאַציזנעס אַ פֿרײַנד, דערלאָז צו פֿאַרשווײַגן זײַן נאָמען. איך שרײַב גאָרנישט וועגן אים, טו גאָרנישט זײַנע פּיעסן זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן... דאָס איז מיך מחייבֿ. זי איז געווען גערעכט."

אין משך פֿון 30 יאָר האָט סולאַמיטאַ (מיטקע) קאַציזנע־רעאַלע געזוכט דעם טעקסט פֿון "שוואַרצבאַנד". גלײַך נאָך איר אומ­געקערן זיך קיין וואַרשע אין 1945 האָט זי געפּרוּווט זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַלכּסנדר גראַנאַך אין לאָס־אַנדזשעלעס, כּדי צו פֿרעגן בײַ אים וועגן דעם כּתבֿ־יד פֿון דער פּיעסע, אָבער עס איז שוין גע­ווען צו שפּעט. גראַנאַך איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט עטלעכע טעג פֿריִער. אין 1966 האָט זי דערהערט פֿון חנה שוואַרצ­באַרד, שלום שוואַרצבאַרדס אַלמנה, אַז יענע האָט אַ גאַנצע קאָפּיע פֿון "מײַן רעדנדיקער פֿילם". אָבער עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די צײַטשריפֿט איז פֿאַרמאַכט געוואָרן איידער די פּובליקאַציע פֿון "שוואַרצבאַרד" איז געווען פֿאַרענדיקט. שולמית קאַציזנע האָט באַקומען עטלעכע נוסחאות פֿונעם טעקסט פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע אַקטיאָרן, אָבער קיינער פֿון זיי איז ניט געווען פֿולקום. אין 1976 האָט זי זיך געטראָפֿן מיט מאַרטין בירנבוים, וועל­כער האָט געשפּילט שוואַרצבאַרד אין לאָס־אַנדזשעלעס, און באַקומען פֿון אים די ענגלישע איבערזעצונג. פֿון אָט די אַלע מאַטעריאַלן האָט שולמית קאַציזנע באַוויזן צו רעקאָנסטרויִרן אַ פֿולן ייִדישן טעקסט. אין אַפּריל 1979 איז אויף דעם פֿראַנצויזישן ראַדיאָ פֿאָרגעשפּילט געוואָרן "שוואַרצבאַרד" אויף פֿראַנצויזיש. און דווקא דעמאָלט האָט זיך, סוף־כּל־סוף, אָפּגעזוכט דער ייִדישער אָריגינאַל, וועלכער איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין פּאַריז אין 1980. די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער אַנטדעקונג ווערט דערציילט דורך שולמית קאַציזנע אינעם נאָכוואָרט צו דער פּובליקאַציע׃

"דער אָריגינעלער טעקסט פֿון ׳שוואַרצ­באַרד׳ האָט זיך גאָר אָפּגעפֿונען אין אַרכיוו פֿון העברעיִשן טעאַטער ׳הבימה׳ אין תּל־אָבֿיבֿ, אין מערץ 1979. ווען איך האָּב אים דערהאַלטן, איז מיר באַלד קלאָר געוואָרן — אַז דאָס איז טאַקע אַן עקזעמפּלאַר פֿון קאַציזנעס ריכטיקן דרײַבוך. עס זײַנען אַפֿילו פֿאַראַן אַ פּאָר באַמערקונגען צוגעשריבן מיט מײַן פֿאָטערס אייגענער האַנט... אַ שאָד, וואָס איך האָב וועגן דעם נישט געוווּסט און געזוכט די פּיעסע אין לויף פֿון צענדליקער יאָרן איבער אַלע עקן וועלט! ערגער אָבער איז, וואָס די רעזשיסאָרן און דירעקטאָרן פֿון ׳הבימה׳ האָבן אויך וועגן דעם נישט געוווּסט... דער פֿאַקט אַליין, וואָס קאַציזנעס אַ פּיעסע פֿון אַזאַ קינסטלערישן און היסטאָרישן ווערט האָט געקאָנט אָפּליגן אין די טעאַטער־אַרכיוון, אַ פֿאַרגעסענע, גאַנצע צוויי און פֿערציק יאָר (!) און קיינער פֿון דער ׳הבימה׳ האָט אַפֿילו נישט געוווּסט וועגן איר — בעט זיך צו מאַכן אַנטשפּרעכנדיקע אויספֿירן..."

אָבער וואָס פֿאַר אויספֿירן קאָן מען מאַכן? ווען מען לייענט די דאָזיקע שורות, ווערט קלאָר, אַז פֿאַרגעסן האָט מען ניט סתּם אין קאַציזנעס אַ פּיעסע, וואָס איז געשפּילט געוואָרן אַממערסטן צוואַנציק מאָל. פֿאַר מיטקע קאַציזנע איז די טראַגעדיע פֿון "שוואַרצ­באַרד" געווען די טראַגעדיע פֿון איר פֿאָטער, איר משפּחה און אפֿשר פֿון דער גאַנצער ייִדישער קולטור. זי האָט גע­פֿילט, אַז דאָס איז איר חובֿ אָפּצוהיטן איר פֿאָטערס ירושה סײַ אין ייִדיש און סײַ אין איבערזעצונג.