ליטעראַטור

ראָבערט אַדלער פּעקעראַר מאַכט אַ דאָקטאָראַט אינעם אָפּטייל פֿאַר פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין בערקלי־אוניווערסיטעט. פֿאַר דעם איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿון בילדונג־פּראָגראַמען בײַ דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. ער האָט געשאַפֿן אַן אינטענסיוון זומער־קורס אין אַשכּנזישער קולטור, וואָס איז דערנאָך אָפּגעשאַפֿן געוואָרן. איצט וווינט ער אין בערקלי מיט זײַן פֿרוי נעמי און זון טאָמעק. ער אַרבעט אויף דער טעמע "קידמת־עדן׃ ייִדיש טרעפֿט זיך מיט דײַטשישער קולטור", וואָס באַטראַכט די אָפּשפּיגלונג פֿון "דײַטשישקייט" אין ייִדישער קולטור צווישן די ביידע וועלט־מלחמות."


אין 1933 האָט די וואַרשעווער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער" מודיע געווען וועגן אַ קריזיס אין דעם ייִדישן טעאַטער, און אפֿשר אין דער ייִדישער קולטור בכלל. דאָס איז געווען אַ שווער יאָר פֿאַרן ייִדישן טעאַטער־פּובליקום אין וואַרשע׃ ניט קיין גוטע נײַע פּיעסעס און ניט קיין גוטע נײַע אַקטיאָרן.