דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק זײַנען אין פּוילן דורכגעגאַנגען די אויסעראָרדנטלעכע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. די פֿירנדיקע פּאַרטיי פֿון די ברידער קאַטשינסקי "געזעץ און גערעכטיקייט" האָבן די וואַלן פֿאַרשפּילט, און צו דער מאַכט איז געקומען די רעכטליבעראַלער פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרם", אין שפּיץ מיט דאָנאַלד טוסק...
בײַם פֿאַרברייטערן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד אויפֿן חשבון פֿון די נײַע מיזרחדיקע לענדער, האָט פּוילן זיך אַרײַנגעריסן אַהין מיט אַ יוגנטלעכן אימפּעט און אַ "יאַסנע־וועלמאָזשנער" גאווה. די דאָזיקע גאווה האָט זיך באַזונדערס צעפֿלאַקערט בעת צו דער מאַכט זײַנען געקומען די צוויי צווילינג־ברידער — לעך און יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי. דער ערשטער האָט פֿאַרנומען דעם פּרעזידענט־פּאָסטן, און דער צווייטער איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער.
זיך אויסגעדרייט צום "ווײַסן הויז" מיטן פּנים, האָבן זיי אין זייער אויסערלעכער פּאָליטיק זיך אָפּגעקערט פֿון זייערע אייראָפּעיִשע שכנים, קודם־כּל, פֿון דײַטשלאַנד, ווי אויך פֿון רוסלאַנד. צו דער צײַט האָבן די צוויי ברידער פֿאַרדרייט אַ פֿליכטל מיט ישׂראל, אָבער דערבײַ זיך צוגעהערט צו דער קאַטוילישער רעאַקציאָנערער ראַדיאָ־סטאַנציע "ראַדיאָ־מאַריאַ".
ס‘רובֿ פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג איז בפֿירוש נישט געפֿעלן געוואָרן אַזאַ מין אַנטי־אייראָפּעיִשער קער, וואָס שטערט דעם לאַנד זיך מער צו אינטעגרירן אינעם "פֿאַרבאַנד". מעגלעך, אַז דאָס האָט אויך צוגעשפּילט די ליבעראַלן בײַ די איצטיקע וואַלן, און דווקא אָט די ליניע וואָלטן זיי געדאַרפֿט ציִען ווײַטער בײַ זייער ממשלה.
אויב דערמאָנען די אינערלעכע פּאָליטיק, באַטאָנען די אַנאַליטיקער, אַז צווישן די קנאַפּע דערגרייכונגען פֿונעם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי, מעג מען אָנרופֿן זײַן קאַמף קעגן קאָרופּציע אינעם לאַנד. צוריק גערעדט, האָט דער קאַמף געבראַכט צו אַ טאָטאַלן חשד און פּחד, צום אויפֿרייצן איין טייל בירגער אויף אַן אַנדערן. באַזונדערס, האָט דערפֿון געליטן די אינטעליגענץ — אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים, שרײַבער — ס‘איז דערגאַנגען ביז סטראַשונקעס, אַז אַלע דאָקטוירים וועט מען מאָביליזירן אין דער אַרמיי. די מענטשן פֿון יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי זײַנען געשטעלט געוואָרן אויף די שליסל־פּאָזיציעס פֿון אַזעלכע מלוכישע אינסטיטוציעס ווי געריכט, פּראָקוראַטור, מאַסן־מעדיאַ, וווּ זיי האָבן אײַנגעפֿירט זייער אייגענע אָרדענונג. זיי האָבן זיך נישט געהאַלטן בײַ דעם דעמאָקראַטישן גרונט־פּרינציפּ פֿון אומאָפּהענגיקן געריכטן און פּראָקוראַטור, אײַנגעשלאָסן דעם קאָנסטיטוציאָנעלן געריכט. די אײַנגעפֿירטע שיטה פֿון בריוון־קאָנטראָל האָט געבראַכט צו עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן און קאָמפּראָמעטאַציע פֿון אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן וכּדומה.
ווער זשע איז דער געווינער און פֿירער פֿון די פּוילישע ליבעראַלן? דאָנאַלד טוסק איז 50 יאָר אַלט, אַ היסטאָריקער, שטאַמט פֿון דער בײַבאַלטישער געגנט, וווּ ס‘רובֿ אײַנוווינער זײַנען נישט קיין סאַמאָראָדנע פּאָליאַקן. פֿאַר די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן איז עס אַ גוטע געלעגנהייט צו אַ צווייפֿל, צי טוסק איז טאַקע אַן אמתער פּוילישער פּאַטריאָט.
די קאָמענטאַרן נאָך די וואַלן זאָגן צו, אַז די נײַע פּאַרטיי וועט זיך איצט מער אויסדרייען מיטן פּנים צום אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד; זיך באַמיִען צו פֿאַרגלעטן דעם סיכסוך מיט דײַטשלאַנד און אַפֿילו מיט רוסלאַנד. אין דער אינערלעכער פּאָליטיק, האָפֿט מען, אַז די דערשטיקטע געזעלשאַפֿטלעכע אַטמאָספֿער וועט מיט דער צײַט זיך אויסוועפּן; עס וועלן אָפּגעשטעלט ווערן די דערנידערונגען און פּראָוואָקאַציעס קעגן אינטעלעקטואַלן...
אָבער... איין ברודער וועט טאַקע פֿאַרלאָזן זײַן הויכן אַמט, עס בלײַבט אָבער דער צווייטער. דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, לעך קאַטשינסקי, וועט זיך אַזוי לײַכט נישט אונטערגעבן. אין זײַנע הענט איז קאָנצענטרירט געוואָרן אַ סך מאַכט־כּוח. די פּוילישע קאָנסטיטוציע גיט אים רעכט צו וועטאָיִרן יעדן באַשלוס פֿון דער רעגירונג, ווי אויך דאָס באַשטעטיקן די מיניסטער־פּאָרטפֿעלן. אָפּשאַפֿן זײַן "וועטאָ" קאָנען נאָר די מערהייט פֿון "סיים" — 60 פּראָצענט. דאָנאַלד טוסק און זײַן פּאַרטיי "בירגערלעכע פּלאַטפֿאָרם" האָבן אַפֿילו נישט אַ העלפֿט פֿון דעם; דעריבער וועלן זיי מוזן שאַפֿן אַ קאָאַליציע־רעגירונג, מעגלעך, מיט דער "פּויערישער פּאַרטיי".
ווי עס זאָל נישט זײַן, גייט פּוילן אָן ווײַטער אויף דעם נישט־לײַכטן וועג פֿון ווערן אַ פֿרײַע דעמאָקראַטישע מדינה אין דער באַנײַטער אייראָפּע.