פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייניקער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענערגיע-קוואַל. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אונטערנעמונג, די "ספּייסוואַרד-פֿונדאַציע" און די אַמעריקאַנער קאָסמאָס-אַגענטור "נאַסאַ", האָפֿן, אַז אַזעלכע פֿאַרמעסטן וועלן העלפֿן די אינזשענירן צו שאַפֿן אַ "קאָסמישן ליפֿט" — אַ הייב-מכשיר, מסוגל אַרויפֿצוברענגען מאַטעריאַלן און, מעגלעך, מענטשן, אויף דער אָרביטע, אָדער אַפֿילו שיקן זיי צו די אַנדערע פּלאַנעטן, אויף אַ ריזיק-הויכן ליפֿט, צוגעבונדן צו אַ קאָסמאָס-סטאַנציע — אַנשטאָט דעם געוויינטלעכן ראַקעט.
די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן צוגעזאָגט צוויי פּריזן, אויף אַ סומע פֿון 500,000 דאָלאַר — פֿאַרן בעסטן טראָס און פֿאַרן בעסטן מכשיר. הײַיאָר, אָבער, האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן צו באַקומען דעם פּריז: דער בעסטער טראָס, געשאַפֿן דורך אַ מאַנשאַפֿט פֿונעם טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט אין מאַסאַטשוסעטס ("MIT"), האָט זיך צעריסן אינמיטן בעת דעם פֿאַרמעסט, און דער גיכסטער ראָבאָט, געשאַפֿן דורכן "סאַסקיטשעוואַן-אוניווערסיטעט", איז געקומען צום פֿיניש מיט עטלעכע סעקונדעס צו שפּעט. אינעם קומענדיקן פֿאַרמעסט וועט די פּריז-סומע באַטרעפֿן שוין 900,000 דאָלאַר פֿאַר ביידע פּריזן.
די אידעע פֿונעם "קאָסמישן ליפֿט" האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעזאָגט דער פֿאָטער פֿון קאָסמאָנאָטיק, דער רוסישער וויסנשאַפֿטלער קאָנסטאַנטין ציאָלקאָווסקי, נאָך מיט 112 יאָר צוריק. ציאָלקאָווסקי האָט אויסגעאַרבעט אַ סך יסודותדיקע אידעען, וואָס זענען רעאַליזירט געוואָרן אין די הײַנטיקע קאָסמישע אַפּאַראַטן — למשל, די פֿיל־שטאַפּלדיקע קאָנסטרוקציע פֿון ראַקעטן. דעם 17טן סעפּטעמבער האָט מען אין רוסלאַנד אָפּגעמערקט דעם 150סטן יוביליי פֿון ציאָלקאָווסקיס געבורט.
לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ שווערן פֿראַכט, וואָס דרייט זיך אויף אַ געוויסער הייך איבער דעם עקוואַטאָר, פּאַראַלעל צו דעם אומדריי פֿון דער ערד. אויב דער מהלך צווישן דער פּלאַנעט און דעם פֿראַכט איז גענוג גרויס, וועט דער צענטריפֿוגע-עפֿעקט אָפּשטויסן דעם פֿראַכט פֿון דער פּלאַנעט. טעאָרעטיש, וואָלט מען געקענט צובינדן אַזאַ פֿראַכט צו דער ערד מיט אַ טראָס, ער זאָל נישט אַוועקפֿליִען, און אויסנוצן אַזאַ טראָס צו ליפֿערן מאַטעריאַלן און קאָסמאָנאָטן אויף דער אָרביטע. אויב מע קריכט אַרויף אויף דעם טראָס גענוג הויך, וואָלט דער צענטריפֿוגאַלער אָפּשטויס-כּוח אויך דערמעגלעכט אָפּצושיקן אַן אַפּאַראַט צו אַן אַנדער פּלאַנעט אָן קיין ראַקעט.
כּדי צו פֿאַרווירקלעכן די אידעע פֿונעם "קאָסמישן ליפֿט", מוז מען געפֿינען אַן עקסטרעם-שטאַרקן מאַטעריאַל, ווײַל דער ליפֿט מוז זײַן לכל-הפּחות אַרום 40,000 קילאָמעטער די הייך — אַנדערש וועט ער אַראָפּפֿאַלן צוריק אויף דער ערד. כּדי אויסצוהאַלטן זײַן אייגענע וואָג, מוז דער טראָס זײַן צום ווייניקסטן 13 מאָל שטאַרקער, ווי דער שטאַרקסטער שטאָל. אַפֿילו אויב דער "ליפֿט" וואָלט זיך אויפֿגעהויבן 200 קילאָמעטער אַ שעה — די שנעלקייט פֿון אַ גיכן אויטאָ — וואָלט די נסיעה צו דער אָרביטע פֿאַרנומען בערך אַ וואָך. אַזאַ קאָסמישע נסיעה, אין פֿאַרגלײַך מיט די ראַקעטן, וואָלט אָבער געווען אָן אַ שיִער ביליקער און באַקוועמער.
ביז לעצטנס, האָבן אַ סך וויסנשאַפֿטלער נישט געגלייבט, אַז ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַזאַ שטאַרקן מאַטעריאַל, הגם אין די פֿאַנטאַסטישע ביכער — למשל, אין אַרטור קלאַרקס ראָמאַן "פֿאָנטאַנען פֿונעם גן-עדן" — זענען אַזעלכע מכשירים שוין לאַנג "אײַנגעבירגערט" געוואָרן. די שטודיעס פֿון די "נאַנאָ-רערלעך" — אַ ספּעציפֿישע פֿאָרמע פֿון זויערשטאָף — האָט אָבער געוויזן, אַז זיי זענען גענוג שטאַרק צו דינען ווי דער מאַטעריאַל פֿאַרן "קאָסמישן ליפֿט". די טעכנאָלאָגיע פֿון "נאַנאָ-רערלעך" האָט זיך ערשט אָנגעהויבן אַנטוויקלען; אַחוץ דער אומגעוויינטלעכער שטאַרקייט, האָט דער דאָזיקער מאַטעריאַל נאָך אַ סך וווּנדערלעכע עלעקטרישע, כעמישע און אַנדערע אייגנשאַפֿטן. הגם די "קאָסמישע ליפֿטן" זענען דערווײַל ווײַט פֿון פּראַקטישער רעאַליזאַציע, גלייבט אַרטור קלאַרק, אַז די "נבֿואה" פֿון זײַן ראָמאַן וועט אַמאָל מקוים ווערן.