טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דרי­טער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייני­קער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענער­גיע-קוואַל. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אונטער­נעמונג, די "ספּייסוואַרד-פֿונדאַציע" און די אַמע­ריקאַנער קאָסמאָס-אַגענטור "נאַסאַ", האָפֿן, אַז אַזעלכע פֿאַרמעסטן וועלן העלפֿן די אינזשע­נירן צו שאַפֿן אַ "קאָסמישן ליפֿט" — אַ הייב-מכשיר, מסוגל אַרויפֿצוברענגען מאַ­טעריאַלן און, מעגלעך, מענטשן, אויף דער אָרביטע, אָדער אַפֿילו שיקן זיי צו די אַנ­דערע פּלאַנעטן, אויף אַ ריזיק-הויכן ליפֿט, צו­געבונדן צו אַ קאָסמאָס-סטאַנציע — אַנ­שטאָט דעם געוויינטלעכן ראַקעט.

די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן צוגעזאָגט צוויי פּריזן, אויף אַ סומע פֿון 500,000 דאָלאַר — פֿאַרן בעסטן טראָס און פֿאַרן בעסטן מכשיר. הײַיאָר, אָבער, האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן צו באַקומען דעם פּריז: דער בעסטער טראָס, געשאַפֿן דורך אַ מאַנ­שאַפֿט פֿונעם טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט אין מאַ­סאַ­טשוסעטס ("MIT"), האָט זיך צע­ריסן אינ­מיטן בעת דעם פֿאַרמעסט, און דער גיכס­טער ראָבאָט, געשאַפֿן דורכן "סאַסקי­טשע­וואַן-אוני­ווער­סיטעט", איז געקומען צום פֿיניש מיט עטלעכע סעקונדעס צו שפּעט. אינעם קו­מענ­דיקן פֿאַרמעסט וועט די פּריז-סומע באַטרעפֿן שוין 900,000 דאָלאַר פֿאַר ביידע פּריזן.

די אידעע פֿונעם "קאָסמישן ליפֿט" האָט צום ערשטן מאָל אַרויסגעזאָגט דער פֿאָטער פֿון קאָסמאָנאָטיק, דער רוסישער וויסנשאַפֿטלער קאָנסטאַנטין ציאָלקאָווסקי, נאָך מיט 112 יאָר צוריק. ציאָלקאָווסקי האָט אויסגעאַרבעט אַ סך יסודותדיקע אידעען, וואָס זענען רעאַליזירט געוואָרן אין די הײַנ­טיקע קאָסמישע אַפּאַראַטן — למשל, די פֿיל־שטאַפּלדיקע קאָנסטרוקציע פֿון ראַקעטן. דעם 17טן סעפּטעמבער האָט מען אין רוסלאַנד אָפּגעמערקט דעם 150סטן יוביליי פֿון ציאָלקאָווסקיס געבורט.

לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן אַ שווערן פֿראַכט, וואָס דרייט זיך אויף אַ געוויסער הייך איבער דעם עקוואַטאָר, פּאַראַלעל צו דעם אומדריי פֿון דער ערד. אויב דער מהלך צווישן דער פּלאַנעט און דעם פֿראַכט איז גענוג גרויס, וועט דער צענטריפֿוגע-עפֿעקט אָפּשטויסן דעם פֿראַכט פֿון דער פּלאַנעט. טעאָרעטיש, וואָלט מען געקענט צובינדן אַזאַ פֿראַכט צו דער ערד מיט אַ טראָס, ער זאָל נישט אַוועקפֿליִען, און אויסנוצן אַזאַ טראָס צו ליפֿערן מאַטעריאַלן און קאָס­מאָנאָטן אויף דער אָרביטע. אויב מע קריכט אַרויף אויף דעם טראָס גענוג הויך, וואָלט דער צענטריפֿוגאַלער אָפּשטויס-כּוח אויך דערמעגלעכט אָפּצושיקן אַן אַפּאַראַט צו אַן אַנדער פּלאַנעט אָן קיין ראַקעט.

כּדי צו פֿאַרווירקלעכן די אידעע פֿונעם "קאָסמישן ליפֿט", מוז מען געפֿינען אַן עק­סטרעם-שטאַרקן מאַטעריאַל, ווײַל דער ליפֿט מוז זײַן לכל-הפּחות אַרום 40,000 קילאָמעטער די הייך — אַנדערש וועט ער אַראָפּפֿאַלן צוריק אויף דער ערד. כּדי אויסצוהאַלטן זײַן אייגענע וואָג, מוז דער טראָס זײַן צום ווייניקסטן 13 מאָל שטאַרקער, ווי דער שטאַרקסטער שטאָל. אַפֿילו אויב דער "ליפֿט" וואָלט זיך אויפֿגעהויבן 200 קילאָמעטער אַ שעה — די שנעלקייט פֿון אַ גיכן אויטאָ — וואָלט די נסיעה צו דער אָרביטע פֿאַרנומען בערך אַ וואָך. אַזאַ קאָסמישע נסיעה, אין פֿאַרגלײַך מיט די ראַקעטן, וואָלט אָבער געווען אָן אַ שיִער ביליקער און באַקוועמער.

ביז לעצטנס, האָבן אַ סך וויסנשאַפֿטלער נישט געגלייבט, אַז ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַזאַ שטאַרקן מאַטעריאַל, הגם אין די פֿאַנטאַסטישע ביכער — למשל, אין אַרטור קלאַרקס ראָמאַן "פֿאָנטאַנען פֿונעם גן-עדן" — זענען אַזעלכע מכשירים שוין לאַנג "אײַנגעבירגערט" געוואָרן. די שטודיעס פֿון די "נאַנאָ-רערלעך" — אַ ספּעציפֿישע פֿאָרמע פֿון זויערשטאָף — האָט אָבער געוויזן, אַז זיי זענען גענוג שטאַרק צו דינען ווי דער מאַטעריאַל פֿאַרן "קאָסמישן ליפֿט". די טעכנאָלאָגיע פֿון "נאַנאָ-רערלעך" האָט זיך ערשט אָנגעהויבן אַנטוויקלען; אַחוץ דער אומגעוויינטלעכער שטאַרקייט, האָט דער דאָזיקער מאַטעריאַל נאָך אַ סך וווּנדערלעכע עלעקטרישע, כעמישע און אַנדערע אייגנ­שאַפֿטן. הגם די "קאָסמישע ליפֿטן" זענען דערווײַל ווײַט פֿון פּראַקטישער רעאַליזאַציע, גלייבט אַרטור קלאַרק, אַז די "נבֿואה" פֿון זײַן ראָמאַן וועט אַמאָל מקוים ווערן.