פּאָליטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס וואָרט "קרעמל" האָט פֿאַרשאַפֿן אַ היפּש ביסל עגמת-נפֿש די ייִדישע שפּראַך-פּלאַנירער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿון איין זײַט, איז "קרעמל" — אַ געשעפֿטל, אַ קלייטל, אַן אָרט, וווּ מע קען קויפֿן נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל זאַכן. פֿון אַן אַנדער זײַט, מיינט "קרעמל" אויך דאָס צענטראַלע אָרט אין מאָסקווע, וואָס מע רופֿט אויף אַנדערע לשונות Кремль אָדער Kremlin.

שטעלט זיך פֿאָר, וויפֿל מעגלעכקייטן האָט די דאָזיקע לינגוויסטישע אַנאָמאַליע געעפֿנט פֿאַר לצים און וויפֿל פֿאַרדראָס האָט עס געבראַכט די שמאָלקעפּיקע קאָמוניסטן. מע האָט זייער ערנסט גערעדט און געשריבן וועגן אײַנפֿירן צוויי מינים צורות פֿאַר למד: איין למד זאָל האָבן פֿון אויבן אַ ווערטיקאַלן, שטאָלצאָם שטייענדיקן וויידל, און דער צווייטער למד זאָל האָבן דווקא אַ האָריזאָנטאַלן, ליגנדיקן וויידל. אין דעם פֿאַל וואָלט מען איין למד גענוצט פֿאַר אַ האַרטן קלאַנג, ווי אין דעם "קרעמל" וואָס איז אַ געשעפֿט, און דער צווייטער מין למד, דער ווייכער, וואָלט געווען גוט פֿאַרן מאָסקווער "קרעמל".

איך האָב די דאָזיקע מעשׂה דערציילט מײַן ווײַב און מײַן זון מיט כּמעט אַכט יאָר צוריק, ווען מיר זײַנען זאַלבעדריט געווען אין מאָסקווער קרעמל דעם 31סטן דעצעמבער 1999. מיר, מײַן ווײַב און איך, האָבן דעמאָלט געבראַכט אונדזער מיזיניק אין דער שטאָט, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, אָבער מיר האָבן אים אַרויסגעפֿירט פֿון דאָרטן אין אַזאַ עלטער, אַז ס׳איז געוואָרן (און פֿאַרבליבן) פֿאַר אים פֿרעמד.

מיר זײַנען געשטאַנען אין אַ ריי, כּדי אַרײַנצוגיין אין אַ מוזיי, ווען פֿאַרבײַ אונדז זײַנען דורכגעפֿאָרן עטלעכע גרויסע שוואַרצע אויטאָס. די מאָסקווער האָבן אַזאַ אויטאָ גערופֿן "טשלענאָוואָז" — "מיטגליד-פֿירער", ווײַל פֿריִער האָט מען אין אַזעלכע "לימוזינען" אַרומגעפֿירט מיטגלי­דער פֿון פּאָליטביוראָ. ווי מיר האָבן זיך אויף דער נאַכט דערוווּסט, זײַנען מיר געוואָרן עדות פֿון אַ היסטאָרישער געשעעניש: באָריס יעלצין האָט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע. אין די לעצטע שעהען פֿון יאָר 1999 האָט ער איבערעגעבן די לייצעס אין די הענט פֿון אַ מענטשן, וואָס כּמעט קיינער האָט וועגן אים ניט געהערט: וולאַדימיר פּוטין.

אין די ערשטע טעג פֿון יאָר 2000 האָט אַ רוסישע משפּחה, אַלטע באַקאַנטע, אונדז אײַנגעלאַדן צו זיך אויף דער דאַטשע, ניט ווײַט פֿון מאָסקווע. דער בעל-הבית איז געווען אַן עלטערער מענטש — אַ גוטער מוזיקער, וואָס איז אויסגעפֿאָרן די גאַנצע וועלט נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן. קיין שמאָלקעפּיקער איז ער, דאַכט זיך, ניט געווען. פֿאַרקערט, אַ ביסל אַ באָהעמישער, אַ סך מאָל חתונה-געהאַטער, מיט אַ זון ערגעץ אין אויסלאַנד. הקיצור, אַ מאָסקווער טיפּ פֿון אינטעליגענץ.

דער דאָזיקער אינטעליגענט האָט מיך געמאַכט גע­פּלעפֿט, ווען ער האָט אויפֿגעהויבן דעם ערשטן טאָסט דווקא פֿאַר דעם נײַעם פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. זײַן נאָמען האָט ער אויך דערהערט נאָר אויף דער נאַכט דעם 31סטן דעצעמבער. אָבער דער טאָסט האָט געקלונגען אַן ערך אַזוי: "איך לייג פֿאָר צו מאַכן אַ כּוסע פֿאַרן מענטשן, וואָס וועט ראַטעווען רוסלאַנד!"

מער ווי זיבן יאָר זײַנען אַדורך. ס׳איז נאָך ניט קלאָר פּינקטלעך ווי אַזוי, אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דווקא — פּוטין וועט בלײַבן בײַם רודער אויך נאָך דעם ווי עס וועט זיך פֿאַרענדיקן זײַן צווייטער טערמין. אין פּוטינען איז דאָס רוסישע פֿאָלק אַזוי הייס פֿאַרליבט, אַז אַפֿילו סטאַלינען האָט זיך עס ניט געחלומט; ווײַל פֿאַר סטאַלינען האָט מען אויך מורא געהאַט, און פּוטין סטראַשעט דאָך ניט. ער איז — אַ מקוים-געוואָרענער אַלטער פּויערישער טרוים וועגן אַ גוטן, יושרדיקן קיסר.

פּוטין איז אַ פֿענאָמען, וואָס מע דאַרף פֿאָרשן. לכל-הפּחות, מיר דאַכט אַזוי. ווײַל מיר איז שווער צו פֿאַרשטיין עס און נאָך שווערער עס צו באַרעכטיקן. אפֿשר ווײַל מיר ווערט ממש ניט גוט, פֿיזיש ניט גוט, ווען איך זע זײַן צורה. צוריק גערעדט, דאַרף מען אפֿשר מיך אויספֿאָרשן. וואָס הייסט: צענדליקער מיליאָנען פֿאַרערן אים, און איך האָב אים פֿײַנט.

אָבער עס וואָלט געווען אַ חוצפּה פֿון מײַן זײַט, אויב איך וואָלט גענומען טענהן (כאָטש איך האָב אַזאַ חשד), אַז עפּעס אַ ניט קיין געזונטע קרענק האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסן, דהײַנו: אַ פּאַטאָלאָגישע, ניט קיין ראַ­ציאָנעלע ליבע צו זייער פּרעזידענט. אין דער אמתן, האָט עס בדרך-כּלל ווייניק צו טאָן מיט "אומדערקלערלעכקייט פֿון דער רוסישער נשמה", צי נאָך מיט עפּעס משוגענע זאַכן. ס׳איז דער עיקר פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די דאָזיקע "אומדערקלערלעכע רוסישע נשמה" איז שרעקלעך מיד געוואָרן "בימי יעלצין" און האָט גענומען קלײַבן תּענוג אין די יאָרן פֿון פּוטינס ממשלה.

אָט זײַנען אייניקע רעזולטאַטן פֿון אַ פֿרישן אויספֿרעג: 42 פּראָצענט פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג האַלטן, אַז זיי געהערן צום מיטל-קלאַס, און נאָך 5 פּראָצענט רוסן מיינען אַז זיי זײַנען פּשוט רײַך צי, יעדנפֿאַלס, רײַכער פֿונעם מיטל־קלאַס. אַ מינאָריטעם, 14 פּראָצענט, קלאַסיפֿיצירן זיך ווי אָרעמע לײַט, און 4 פּראָצענט — ווי גאָר קבצנים. אַן אַנדער זאַך, וואָס זיי פֿאַרשטייען ווי "מיטל־קלאַס" און "רײַכקייט". מער אָדער ווייניקער אַ העלפֿט פֿון די אויס­געפֿרעגטע גלייבן, אַז צו האָבן אַ טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר יעדן מיטגליד פֿון דער משפּחה, מיינט צו זײַן רײַך.

אָבער די רייד גייט איצט ניט אין די קריטעריעס פֿון רײַכקייט צי אָרעמקייט. דער עיקר, ווי מע פֿילט זיך. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז מע פֿילט זיך גאַנץ גוט. אין דעם ליגט טאַקע דער שליסל צו דער קרענק, וואָס הייסט "די ליבע צו פּוטינען". די שפֿע ווערט דאָך אַסאָציִיִרט מיט זײַן נאָמען, און דער המון וויל ניט ער זאָל פֿאַרלאָזן זײַן אָרט אינען קרעמל. און עס גייט זיי גאָר ניט אָן, ווי ווייך צי האַרט וועט דער למד זײַן אינעם וואָרט "קרעמל", ווײַל דאָס איז אַ ריין ייִדישע, ניט קיין רוסישע, מאַנקאָליע. ווער דאַרף, בכלל, למדנות, ווען אַלץ איז בשפֿע?