"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
ווייסט אַ יעדער גאַנץ גיט [גוט]
מ‘האָט פֿאַרמישפּט דרײַפֿוס קאַפּיטאַן
נאָר דערפֿאַר ווײַל ער איז אַ ייִד"
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
בײַם מוזיי פֿונעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" אין ניו־יאָרק האָט זיך פֿאַרגאַנגענע וואָך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג וועגן דרײַפֿוס, וואָס איז אָנגעקומען פֿונעם פּאַריזער "מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע". אָנגעפּיקעוועט מיט דאָקומענטן און אָביעקטן, מאַכט די אויסשטעלונג אַ רושם מיט אירע בראַווע פּערזענלעכקייטן און קאַמף פֿאַר יושר. ווי באַקאַנט, האָט דער ציוניזם זיך אַנטוויקלט פֿון דעם עפּיזאָד; דהײַנו: טעאָדאָר הערצל, אַ גאַנץ אַסימילירטער ווינער ייִד, וואָס האָט געשריבן וועגן דעם דרײַפֿוס־פּראָצעס פֿאַר אַ ווינער צײַטונג, האָט געהערט ווי דער המון אין גאַס שרײַט "אַ טויט די ייִדן!". דער שאָק האָט אים איבערצײַגט, אַז די איינציקע לייזונג פֿאַר די ייִדן איז צו שאַפֿן אַן אייגן היימלאַנד.
אין דער דאָזיקער אויסשטעלונג "אַלפֿרעד דרײַפֿוס: דער קאַמף פֿאַר יושר" האָט מען צונויפֿגענומען אַן ערך 200 פּערזענלעכע זאַכן פֿון דער משפּחה דרײַפֿוס, אַרײַנגערעכנט פֿאָטאָגראַפֿיעס, בריוו, אַפֿישן און דעם אָריגינעלן אַרטיקל פֿון עמיל זאָלאַ, וואָס הייבט זיך אָן מיט די באַרימטע ווערטער אויף פֿראַנצייזיש "זש‘אַקוז!" [איך באַשולדיק].
אַלפֿרעד דרײַפֿוס איז געבוירן געוואָרן אין מולהאַוז, אַן אַלזאַסער געגנט, אין 1859. ער האָט גראַדויִרט פֿון דער מיליטער־שול און האָט חתונה געהאַט אין 1890 מיט לוסי האַדאַמאַנד. די חתונה איז פֿאָרגעקומען אין דער סינאַגאָגע־דע־לע־וויקטואַר, און דער הויפּט־רבֿ איז געווען דער מסדר קידושין. דאָס פּאָרל האָט געהאַט צוויי קינדער (דער האָליוווּד־אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס איז זײַנער אַ קרובֿ).
די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן פֿון יאָר 1870, נאָך דעם ווי דײַטשלאַנד האָט געזיגט אין דער פֿראַנצייזיש־פּרײַסישער מלחמה; פּאַריז האָט געזוכט אַ כּפּרה־הינדל אַרויסצולאָזן דעם כּעס פֿאַר איר מפּלה. אין 1894 האָט מען באַשולדיקט קאַפּיטאַן דרײַפֿוס אין איבערגעבן מיליטערישע סודות צו דײַטשלאַנד און אים פֿאַרמישפּט. זײַן פּראָצעס האָט צעשפּאָלטן די פֿראַנצייזישע געזעלשאַפֿט — ס‘רובֿ ליבעראַלע אינטעלעקטואַלן האָבן אים פֿאַרטיידיקט; דאָס מיליטער און די קירך האָט אים באַשולדיקט.
איידער דרײַפֿוס איז פֿאַרשיקט געוואָרן אויף צען יאָר אויפֿן "טײַוול אינדזל" אין דרום־אַמעריקע, איז דער המון גרייט געווען אים צו צערײַסן. פֿון תּפֿיסה האָט דרײַפֿוס כּסדר געשיקט בריוו צו זײַן ברודער מאַטיו, זײַן ווײַב לוסי און פֿראַנצייזישע באַאַמטע צו באַקעמפֿן דעם אומיושר. עטלעכע בריוו אויף דער אויסשטעלונג איז צו באַוווּנדערן: דרײַפֿוס האָט קיין מאָל נישט געשטעלט זײַן פּאַטריאָטיזם אין ספֿק, כאָטש ער איז געוואָרן אַזאַ קרבן פֿון אַנטיסעמיטיזם אין די הויכע פֿענצטער. וועגן זײַן ייִדישקייט, אָדער אַנדערע ייִדישע ענינים שרײַבט דרײַפֿוס בכלל נישט.
זײַן ברודער מאַטיו דרײַפֿוס (אַ העלד אין דער גאַנצער מעשׂה) האָט משתּדל געווען פֿאַר זײַן ברודער און אָרגאַניזירט אַ גרופּע פּראָמינענעטע ייִדן און נישט־ייִדן לטובֿת דעם באַשולדיקטן, צווישן זיי — בערנאַרד לאַזאַר און עמיל זאָלאַ. מיט דער צײַט האָט מען געפֿונען דעם אמתן שולדיקן שפּיאָן, מאַיאָר וואַלסין־עסטערהאַזי, אָבער נאָך אַ קורצן פּראָצעס האָט מען אים ריינגעוואַשן.
אין 1898 האָט דער קאָלאָנעל הענרי מודה געווען, אַז ער האָט געפֿעלשט אַ בריוו אין דרײַפֿוס׳ נאָמען, און האָט זיך גענומען דאָס לעבן. דעם פּסק קעגן דרײַפֿוס האָט מען איבערגעדרייט, אָבער אַ כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם, וואָס מע זעט אויף דער אויסשטעלונג פֿון די אַפֿישן און פּאָסטקאַרטעלך, איז שטאַרק געוואַקסן. אין 55 שטעט און שטעטלעך זענען אויסגעבראָכן אַנטיסעמיטישע דעמאָנסטראַציעס, אפֿילו פּאָגראָמען. די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיקער זײַנען אויסגעוויילט געוואָרן, אַדאַנק די אַנטי־דרײַפֿוסדיקע געפֿילן אין לאַנד.
די פֿראַנצייזישע באַפֿעלקערונג איז טאַקע געווען געשטימט קעגן דרײַפֿוסן, אָבער די אַנדערע לענדער אין אייראָפּע האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אומשולדיק. נישט געקוקט אויף דעם, האָט מען דרײַפֿוסן צום צווייטן מאָל פֿאַרמישפּט אין 1899. דער פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך האָט אָבער זיך אַרײַנגעמישט און אים אין גיכן באַגנעדיקט. ערשט אין 1906 האָט אַ געריכט געפּסקנט, אַז דרײַפֿוס איז געווען אין גאַנצן אומשולדיק.
די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג ווערט אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש אין אַכט אָפּטיילן מיטן לעצטן אָפּטייל וועגן דער הײַנטצײַטיקייט פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע. אַזוי ווי נישט אַלע פֿראַנצייזישע טעקסטן ווערן איבערגעזעצט, איז נישט קיין שלעכטער געדאַנק מיטצוברענגען מיט זיך אַ ווערטערביכל.
די Yeshiva University Museum געפֿינט זיך אינעם "צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע", 15 וועסט 16טע גאַס.
אַרײַטריט איז פֿרײַ.