ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Roland Gruschka.
Übersetzungswissenschaftliche Aspekte von Mendel Lefin Satanowers Bibelübersetzungen. Hamburg: Buske, 2007.
Roland Gruschka. Übersetzungswissenschaftliche Aspekte von Mendel Lefin Satanowers Bibelübersetzungen. Hamburg: Buske, 2007.

בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדע­מישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוס­קע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַר­טיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוני­ווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005. דאָס איז אַ מוסטערהאַפֿטיקע פֿאָרשונג, וואָס באַטראַכט דעם גאַנצן קאָרפּוס פֿון מענדל לעפֿינס (1749—1826) תּנ״ך איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשידענע אַספּעקטן.

דאָס חשיבֿות פֿון לעפֿינס איבערזעצונגען פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך איז שוין לאַנג אָנערקענט געוואָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. וועגן זײַנע ווערק האָבן געשריבן מאַקס עריק און מאיר ווינער, יודל מאַרק און חנא שמערוק. אויף דעם יסוד פֿון זייערע פֿאָרשונגען בויט ראָלאַנד גרושקאַ זײַן קאָנצעפּציע, וואָס קאָמבינירט דעם היסטאָרישן און פֿילאָ­לאָגישן צוגאַנג צו דעם ענין. אויפֿן סמך פֿונעם פּרטימדיקן טעקס­טאָ­לאָגישן אַנאַ­ליז רע­קאָנ­סטויִרט דער מחבר לע­פֿינס איבער­זעצערישע סטראַ­טעגיע, זײַנע עסטע­טישע און אידעאָלאָגישע השׂגות, און קומט צו אָרי­גינעלע אויספֿירן מכּוח דעם אָרט פֿון ייִדיש אין דער קולטור פֿון דער "השׂכּלה" אין מיזרח־אייראָפּע.

עס איז ניט קיין חידוש, וואָס מענדל לע­פֿינס פֿאַרעפֿנטלעכטע איבער­זעצונגען פֿון "משלי" און "קהלת", ווי אויך זײַנע ניט־געדרוקטע איבער­זעצונ­גען פֿון "איכה" און פֿראַגמענטן פֿון "תּהילים" און "איובֿ" שטעלן מיט זיך פֿאָר נאָוואַטאָרישע ווערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור. אין אונטערשיד צו זײַנע פֿאָר­גייער אויף דעם געביט פֿון איבערזעצן און פֿאַרטײַטשן דעם תּנ״ך אויף ייִדיש, האָט לעפֿין אַקטיוו גענוצט זײַן היימישע פּאָדאָלישע ריידשפּראַך. ווי אַ צוגאָב צו זײַן דיסערטאַציע פֿאַרעפֿנטלעכט ראָלאַנד גרושקאַ צוויי ביז גאָר וויכטיקע כּתבֿ־ידן, אין וועלכע לעפֿין לייגט אויס זײַנע אָנזיכטן אויף די אַלגעמיינע ענינים פֿון איבערזעצונג און שפּראַך. אין דער הקדמה צו זײַנע איבערזעצונגען פֿון "תּהילים" באַ­רעכטיקט לעפֿין זײַן באַשלוס צו באַ­נוצן זיך מיטן פּאָדאָלישן דיאַלעקט (ער רופֿט אים "לשון"). ער באַמערקט, אַז היות ווי די גערעדטע שפּראַך ענדערט זיך "אַלע צוואָנ­ציק־דרײַסיק מײַל", דאַרף מען באַ­שטי­מען אַ געוויסע נאָרמע. וואָס שײַך די, וואָס וווינען אין אַנדערע ערטער, "מעגן זיי זיך די עטלעכע ווערטער (וואָס וועלן זיי פֿרעמד זײַן) איינמאָל אויף תּמיד אויס­לערנען, אַזוי וועט מען אויך שוין קענען גרינגער גם שאר כּתבי הקודש אויף דעם אייגענעם לשון מעתק זײַן [איבערזעצן]". אַזוי אַרום טרעט מענדל לעפֿין אַרויס ווי דער ערשטער אָנהענגער פֿון אַ ייִדישער כּלל־שפּראַך, וואָס באַזירט זיך אויף אַ לעבעדיקן דיאַ­לעקט און ניט אויף אַ דײַטשמערישער ליטעראַרישער נאָרמע.

דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע אין דער פּרטימדיקער פֿאָרשונג פֿון ראָלאַנד גרושקאַ איז דער אַנאַליז פֿון לעפֿינס באַנוצן זיך מיט דער סאָציאַלער טערמי­נאָלאָגיע פֿון זײַן תּקופֿה אין זײַנע איבער­זעצונגען. כּדי צו דערנענטערן דעם אַלטן לשון־קודשדיקן טעקסט צו זײַן לייענער, האָט לעפֿין אַרײַנגעבראַכט אין זײַנע ייִדישע תּנ״ך־טעקסטן אַזעלכע באַגריפֿן ווי "פּראָטעקציע", "קאָמיסאַר", "פּריץ", "פּידאַנע" ("אונטערטאַן" אויף אוקראַיִניש), "קאַנצלער", וואָס זײַנען געווען באַקאַנט יעדן ייִדן פֿון זײַן פֿאַרקער מיט דער פּוילישער מאַכט. אין "תּהלים" טרעט דער רבונו־של־עולם אַרויס כּבֿיכול ווי דער "פּראָטעקטאָר", "וואָרן צו גאָט קערן די פּראָטעקציעס פֿון דער וועלט". דער באַגריף "פּראָטעקציע" איז אוודאי געווען גוט באַקאַנט יעדן איינעם אין מיזרח־אייראָפּע. די אַלטע תּנ״כישע חכמות קלינגען אין לעפֿינס איבערזעצונג פֿריש און אַקטועל. דווקא דאָס האָט געהאַט אין זינען מאיר ווינער, ווען ער האָט גע­רעדט וועגן דעם "אַנטי־היסטאָרישן" און "ראַציאָנאַליסטישן" כאַראַקטער פֿון לע­פֿינס ווערק — הגם גרושקאַ איז ניט אין גאַנצן מסכּים מיט ווינערס אָפּשאַצונג.

אַן אַנדערער וויכטיקער אַספּעקט פֿון לעפֿינס איבערזעצונגען האָט צו טאָן מיט דעם, ווי אַזוי ער באַהאַנדלט און פֿאַר­טײַטשט פֿאַרשידענע נעמען און כאַראַק­טעריסטיקעס פֿון גאָט. דאָ בלײַבט לעפֿין אַ קאָנסערוואַטאָר, וועלכער פֿאָלגט נאָך דער אײַנגעשטעלטער טראַדיציע. לעפֿין האַלט זיך בײַ די אַלטע באַגריפֿן. אין אַ סך פֿאַלן לאָזט ער איבער די ראָשי־תּיבֿות. ער באַנוצט זיך אויך מיט אַזעלכע ווערטער ווי "גאָט", "תּקיף", "באַשעפֿער", אָבער פּרוּווט ניט אויסצוטראַכטן נײַע, מער מאָ­דערנע ווערטער. אינעם טעאָלאָגישן תּחום בלײַבט לעפֿין אָפּגעהיט און פֿירט ניט אַרײַן קיין חידושים, להיפּוך צו דעם געביט פֿון טאָג־טעגלעכע פּראַקטישע עסקים.

דער נאָוואַטאָרישער מהות פֿון לעפֿינס תּנ״ך־איבערזעצונגען באַשטייט קודם־כּל אין דעם, וואָס זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר ליטעראַרישע ווערק און ניט קיין הילפֿסמיטלען פֿאַר אויסלערנען דעם תּנ״ך אין דעם מקור. אָבער אינעם לעצטן סך־הכּל האָט לעפֿין געהאַלטן די ייִדישע איבער­זעצונג פֿאַר בלויז אַ צײַטווײַליקע זאַך, וואָס איז ניצלעך נאָר אויף אַ קורצער צײַט, ביז עס וועט קומען דער משיח. ווי ער האָט געשריבן אין דער הקדמה צו זײַנע "תּהלים"־איבערזעצונגען, וועלכע ער האָט גערופֿן "שטומע און לומע העתקות אין ווילד־פֿרעמדע לשונות". מענדל לעפֿין איז ניט געווען קיין באַוווּסטזיניקער ייִדישיסט און ניט געהאַלטן פֿון אַנטוויקלען אַן אייגענאַרטיקע קולטור אויף ייִדיש. פֿון דעסטוועגן, איז זײַן בײַטראָג אין בויען די דאָזיקער קולטור געווען זייער וויכטיק.