דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע.
אין דעם דאָזיקן דאָקומענט איז פֿעסטגעשטעלט געוואָרן, אַז דער ציל איז צו דערגרייכן אַ שלום, באַזירט אויף די "יו־ען"־רעזאָלוציעס 242 און 338.
ווען פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין האָט געבראַכט דעם ישׂראל־יאָרדאַנישן שלום־אָפּמאַך אין דער כּנסת מע זאָל אים באַשטעטיקן, האָט ער געזאָגט צווישן אַנדערן: "אין פֿאַרלויף פֿון אַ דור האָבן מיר געלעבט אַנטקעגן די ביקסן־צילער פֿון די יאָרדאַנישע שאַרפֿשיסער. בירגער זענען דערשאָסן געוואָרן, ישׂראל־סאָלדאַטן זענען געפֿאַלן אין פֿאַרשידענע אַקציעס און מלחמות. במשך פֿון יאָרן האָבן מיר געלעבט אין שאָטן פֿון די באַגריפֿן: אַרײַנדרינגלער, מאַנדעלבוים טויער, האָטעל ׳פּאָסט׳, די צוויי־וועכנטלעכע קאַראַוואַנען צום הר־הצופֿים, צו דעם אוניווערסיטעט, אַבו טור. די בעסטע פֿון אונדזערע סאָלדאַטן האָבן באַצאָלט מיט זייער בלוט. מיר האָבן דורכגעמאַכט צוויי גרויסע מלחמות מיט די יאָרדאַניער — קעגן דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן און קעגן דער יאָרדאַנישער אַרמיי — אין אונדזער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה און אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. אין ביידע מלחמות האָבן מיר פֿאַרטיידיקט אונדזערע הײַזער און אין ביידע — האָבן מיר דערגרייכט אונדזערע צילן".
ער האָט ממשיך געווען: "דורות האָבן מיר דערצויגן אין אונדזער אָנגעפּלאָגט לאַנד אויף טאַטן און ווערטער, וואָס שטאַמען פֿון קרבנות פֿון גוש־עציון, פֿון פֿאַרלוסט פֿון דער אַלטער שטאָט ירושלים, פֿון שלאַכטן, אין וועלכע עס זענען געפֿאַלן אונדזערע בעסטע סאָלדאַטן, וואָס האָבן נישט דערלעבט צום הײַנטיקן שלום".
די כּנסת האָט באַשטעטיקט דעם שלום־אָפּמאַך מיט 105 שטימען — "פֿאַר", 3 — "קעגן", 6 — האָבן זיך צוריקגעהאַלטן פֿון שטימען, און 6 דעפּוטאַטן האָבן זיך בכלל נישט באַטייליקט אין דער אָפּשטימונג. עס איז פֿאַר דעם נישט געווען קיין פֿאַל, אַז די כּנסת זאָל שטיצן אַ רעזאָלוציע מיט אַזאַ איבערוויגנדיקער מערהייט פֿון 105 שטימען. דאָס איז געווען אַ קלאָרער סימן, אַז דער הסכּם האָט אויפֿגעוועקט אַ סך סימפּאַטיעס אין די הערצער פֿון ס׳רובֿ ישׂראלים לגבי יאָרדאַניע און איר קעניג, כוסיין. די זעלבע סענטימענטן פֿון סימפּאַטיע זענען געקומען צום אויסדרוק, ווען קעניג כוסיין איז געשטאָרבן אין פֿעברואַר 1999.
דער וועג צום ישׂראל־יאָרדאַנישן שלום האָט זיך אָנגעהויבן אָפֿיציעל אויף דער מאַדריד־קאָנפֿערענץ, וואָס איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן דעם 30סטן אָקטאָבער 1991. אָבער דער ישׂראל־יאָרדאַנישער דיאַלאָג האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט.
דער ערשטער ישׂראל־יאָרדאַנישער געהיימער צוזאַמענטרעף איז פֿאָרגעקומען דעם 17טן נאָוועמבער 1947 אין נהריים, וואָס האָט זיך געפֿונען אין יאָרדאַנישן קינגדאָם, וווּ ס׳האָט זיך אויך געפֿונען די עלעקטרישע אונטערנעמונג "חבֿרת החשמל" — די עלעקטרישע געזעלשאַפֿט, וועלכע עס האָט געשאַפֿן אין די יאָרן 1926—1932 דער אינזשעניער פּינחס רוטענבערג אויף די ברעגן פֿון די צוויי טײַכן: דעם ירדן און דעם יאַרמוך. 12 טעג פֿאַר דער "יו־ען"־רעזאָלוציע וועגן דער "חלוקה", דער צעטיילונג פֿון ארץ־ישׂראל, האָבן זיך דאָרט געטראָפֿן דער קעניג אַבדאַלאַ פֿון יאָרדאַניע און גאָלדע מאיר, פֿון דער פּאָליטישער אָפּטיילונג בײַ דער ייִדישער אַגענץ פֿאַר ארץ־ישׂראל. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט אין דעם צוזאַמענטרעף צוויי פֿון גאָלדע מאירס העלפֿער: אליהו שׂשׂון און עזרא דאָנין. בײַם דאָזיקן צוזאַמענטרעף זענען ביידע צדדים געקומען צו אַ הסכּם, אַז עס וועט נישט פֿאָרקומען קיין מלחמה צווישן די ייִדן און די יאָרדאַניער; די ייִדן וועלן אויפֿשטעלן זייער מדינה און אַבדאַלאַ וועט אָקופּירן דעם אַראַבישן טייל פֿון מערבֿ ארץ־ישׂראל.
דעם 11טן מײַ 1948, האָט גאָלדע מאיר זיך ווידער געטראָפֿן מיטן קעניג אַבדאַלאַ, דאָס מאָל אין אַמאַן. בײַ דעם צוזאַמענטרעף האָט אַבדאַלאַ איר געמאָלדן, אַז ער ציט זיך צוריק פֿון זײַן הסכּם, געשלאָסן דעם 17טן נאָוועמבער און געבעטן, אַז די ייִדן זאָלן אָפּלייגן די דאַטע פֿון פּראָקלאַמירן די ייִדישע מדינה דעם 14טן מײַ.
"וואָס איז די אייליקייט?" — האָט אַבדאַלאַ געפֿרעגט.
אויף דעם האָט געענטפֿערט גאָלדע מאיר: "2000 יאָר איז קיין אייליקייט נישט".
אַבדאַלאַ האָט געמאַכט קלאָר, אַז ער וועט זיך אָנשליסן אין דער מלחמה פֿון די אַנדערע אַראַבישע לענדער קעגן דער ייִדישער מדינה.
"וועלן מיר האַלטן מלחמה" — האָט גאָלדע מאיר געענטפֿערט.
"אײַער חובֿ איז צו האַלטן מלחמה" — האָט אַבדאַלאַ געזאָגט.
ווען עזרא דאָנין האָט געוואָרנט אַבדאַלאַן פֿאַרן רעזולטאַט פֿון דער מלחמה, האָט אַבדאַלאַ געזאָגט: "איך ווייס, אַז איר וועט אונדז שלאָגן!"
גאָלדע מאיר האָט זיך געזעגנט מיטן קעניג מיט די ווערטער: "מיר וועלן זיך טרעפֿן נאָך דער מלחמה".
אַבדאַלאַ האָט אין דער מלחמה געוווּנען דעם גאַנצן אַראַבישן טייל פֿון מערבֿ ארץ־ישׂראל, באַקאַנט אונטערן נאָמען פֿון "הגדה המערבית", דער מערבֿדיקער ברעג, ווי אויך מיזרח־ירושלים, די אַלטע שטאָט פֿון ירושלים און די מעטשעטן אויפֿן הר־הבית, וווּ דער בית־המקדש איז געשטאַנען.
קעניג אַבדאַלאַ איז דערמאָרדעט געוואָרן דעם 20סטן יולי 1951 אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים דורך אַ פּאַלעסטינער עקסטרעמיסט, און דער ישׂראל־יאָרדאַנישער דיאַלאָג האָט זיך באַנײַט ערשט אין סעפּטעמבער 1963 מיט אַבדאַלאַס אייניקל, קעניג כוסיין. דרײַ חדשים נאָכדעם ווי לוי אשכּול איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער. נאָך בן־גוריונס דעמיסיע, האָט קעניג כוסיין זיך געטראָפֿן אין לאָנדאָן מיט אשכּולס פּאָליטישן ראַטגעבער יעקבֿ הערצאָג.
אין די יאָרן 1964 און 1965 האָט זיך כוסיין ווידער געטראָפֿן געהיים מיט די ישׂראליקע אַמבאַסאַדאָרן יעקבֿ הערצאָג און אהוד אבֿריאל און אין די צוזאַמענטרעפֿן זענען דערגרייכט געוואָרן הסכּמות וועגן בשותּפֿותדיקן ניצן פֿון די וואַסער־קוואַלן, ווי אויך זיכערהייט־אײַנאָרדענונגען.
אין סעפּטעמבער 1965 האָט קעניג כוסיין זיך געטראָפֿן אין פּאַריז מיט גאָלדע מאיר און דאָרט האָט ער געמאַכט זײַן גורלדיקן פֿעלער. גאָלדע מאיר האָט פֿאָרגעשלאָגן כוסיינען אונטערצושרײַבן אַ שלום אין די דעמאָלטדיקע גרענעצן פֿון ישׂראל, ווען דער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל איז געווען אין יאָרדאַנישע הענט. נאָכן אונטערשרײַבן אַזאַ שלום־אָפּמאַך וואָלט ישׂראל טאַקע געבליבן טעריטאָריעל אַ סך קלענער, אָבער מען וואָלט געווען אויסגעמיטן מלחמות און דעם טויט פֿון טויזנטער. שוין אָפּגערעדט, אַז די אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח וואָלטן געווען גאָר אַנדערע.
דרײַ וואָכן נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז געקומען ישׂראלס ריי צו מאַכן אַ גורלדיקן פֿעלער, וואָס האָט געבראַכט קאָנסעקווענצן וועלכע מיר פֿילן ביזן הײַנטיקן טאָג.
דעם 2טן יולי 1967, אין לאָנדאָן, האָט זיך געטראָפֿן קעניג כוסיין מיטן אַמבאַסאַדאָר יעקבֿ הערצאָג, און כוסיין איז געווען גרייט אונטערצושרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל אין די גרענעצן פֿון 1967 מיט פֿאַרריכטונגען. כוסיין האָט אויך מסכּים געווען צו לייזן די פּראָבלעם פֿון די אַראַבישע פּליטים אויף אויפֿן יסוד פֿון זייער עמיגרירן אין ווײַטע לענדער.
וואָס שייך ירושלים, האָט כוסיין אײַנגעשטימט עס זאָל געשאַפֿן ווערן אַ צוגאַנג צו די הייליקע פּלעצער פֿאַר די גלייביקע פֿון אַלע רעליגיעס און ירושלים זאָל בלײַבן אַ פֿאַראייניקטע שטאָט. אָבער כוסיין האָט געפֿאָדערט, אַז דער שלום זאָל זײַן אַ "בכּבֿודיקער און קעגנזײַטיקער" און געבעטן זיך טרעפֿן מיטן פּרעמיער לוי אשכּול אָדער דעם זיכערהייט־מיניסטער משה דיין.
משה דיין איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז עס איז מעגלעך צו דערגרייכן אַ "בכּבֿודיקן און קעגנזײַטיקן שלום", און ער איז געווען גרייט זיך צו טרעפֿן מיט כוסיינען. אָבער אַשכּול האָט נישט געוואָלט זיך טרעפֿן מיט קעניג כוסיין און נישט געלאָזט דיינען עס צו טאָן.
פֿאַר וואָס?
ווײַל די ישׂראלדיק רעגירונג האָט נישט געהאַט באַשלאָסן וואָס עס וועט זײַן דער גורל פֿון די אָקופּירטע שטחים און אין דער רעגירונג זענען געווען צוויי מיניסטאָרן פֿון "ליכּוד": מנחם בעגין און יוסף ספּיר. אשכּול האָט מורא געהאַט פֿאַר אינערלעכע קאָמפּליקאַציעס אין דער רעגירונג.
די היסטאָריע חזרט זיך איבער.
אויך הײַנט, ערבֿ דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ, האָט נאָך די ישׂראלדיקע רעגירונג נישט באַשלאָסן וואָס צו טאָן מיט די אָקופּירטע שטחים, דער פּליטים־פּראָבלעם און ירושלים. אַזוי ווי אָלמערט און אַבו מאַזען האָבן זייער גרויסע שוועריקייטן בײַם צוגרייטן צו דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ אַ בשותּפֿותדיקע פּרינציפּן־דעקלאַראַציע וועגן די דרײַ פֿונדאַמענטאַלע פּראָבלעמען, קען דאָס צוריקקערן זיך פֿון אַנאַפּאָליס מיט גאָרנישט באַטראַכט ווערן ווי אַ קאָלעקטיווער זעלבסטמאָרד. ווילן איצט ביידע צדדים קומען קיין אַנאַפּאָליס מיט אַ ממשותדיקער לעבלעכער דעקלאַראַציע, וואָס זאָל אָבער האָבן כאָטש איין דערגרייכונג פֿאַר די פּאַלעסטינער.
לויט די דעקלאַראַציעס פֿון וויצע־פּרעמיער מיניסטער חיים ראַמאָן, איז דער אײַנדרוק, אַז ישׂראל איז שוין גרייט צו צעטיילן ירושלים אויף צוויי הויפּטשטעט פֿאַר די צוויי מדינות — ישׂראל און דער פּאַלעסטינער מדינה — און איבערגעבן די פּאַלעסטינער די אַראַבישע קוואַרטאַלן. און עס איז פֿאַראַן אַ פֿאָרשלאַג, אַז עס זאָל נישט ווערן דעפֿינירט די סוּווערעניטעט איבערן הר־הבית.
די פּאַלעסטינער, פֿון זייער זײַט, וועלן אויך עפּעס מוותּר זײַן וועגן דער רעכט פֿון צוריקקער פֿון די פּליטים קיין ישׂראל. אויף אַ זיצונג פֿון דער רעגירונג האָט אָלמערט דערמאָנט אין ישׂראלס שלום־דורכפֿאַלן אין דער פֿאַרגאַגענהייט און האָט זיך אויסגעדריקט: "ענלעך צו בעגינען, גלײַך איך בעסער די סכּנות פֿון אַ שלום ווי די יסורים פֿון אַ מלחמה".
אָבער גלײַכצײַטיק האָט אָלמערט מורא פֿאַר אינערלעכע קאָמפּליקאַציעס אין זײַן רעגירונג צוליב דעם, וואָס עס געפֿינען זיך אין איר צוויי מיניסטאָרן: אַבֿיגדור ליבערמאַן פֿון "ישׂראל ביתּנו" און אלי ישי פֿון ש״ס. אַ וואָרטזאָגער פֿון "ליכּוד" האָט שוין געעצהט אָלמערטן נישט צו פֿאָרן קיין אַנאַפּאָליס.
אין 1970 האָט קעניג כוסיין ווידער פֿאַרזען אַ געלעגנהייט פֿון אַ שלום, וואָס האָט אים זייער געלוינט. כוסיין האָט באַטראַכט ישׂראל ווי אַ פֿאַרזיכערונג פֿאַר זײַן סוּווערעניטעט און טראָן. דער ישׂראלדיקער "מוסד" האָט עטלעכע מאָל אינפֿאָרמירט אים וועגן פּרוּוון פֿון אַן אַטענטאַט קעגן אים. ווען די סיריער האָבן פּרובירט אַראָפּשיסן כוסיינס עראָפּלאַן, האָט ישׂראלס לופֿטפֿלאָט אַרויסגעשיקט אירע עראָפּלאַנען, וועלכע האָבן פֿאַרטריבן די סירישע עראָפּלאַנען.
ווען די פּאַלעסטינער האָבן פּרובירט צו מאַכן אַן איבערקערעניש אין יאָרדאַניע און שוין אַפֿילו פּראָקלאַמירט אַ פֿרײַע רעגירונג אין דער שטאָט אירביד, בראָש מיט יאַסיר אַראַפֿאַטן, האָט ישׂראל קאָנצענטרירט מיליטערישע איינהייטן נעבן דער גרענעץ פֿון סיריע, וואָס האָט אָפּגעשראָקן די סיריער פֿון אַרײַנדרינגען אין יאָרדאַניע, כּדי זיך אָנצושליסן מיט די אויפֿשטענדלער אין אירביד. כוסיינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערדריקן דעם אויפֿשטאַנד און דורכצופֿירן אַ שחיטה קעגן די פּאַלעסטינער.
ווען כוסיין האָט זיך שפּעטער געטראָפֿן מיט יגאל אַלון, האָט ער אים זייער באַדאַנקט פֿאַר ישׂראלס הילף קעגן די אויפֿשטענדלער. אָבער ער האָט נישט אָנגענומען אַלונס פֿאָרשלאַג, וואָס האָט געזאָלט לאָזן אין די הענט פֿון יאָרדאַניע 73% פֿונעם מערבֿדיקן ברעג און וואָלט געווען אויסגעמיטן די מעגלעכקייט פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.
אין אַפּריל 1987, אין לאָנדאָן, אינעם הויז פֿון לאָרד מישקין, האָבן זיך געטראָפֿן קעניג כוסיין און זײַן פּרעמיער־מיניסטער זאַיִד ריפֿאַי מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל שמעון פּערעס, וויצע־מיניסטער יוסי ביילין און דעם הויפּט פֿון "מוסד", אפֿרים הלוי. זיי זענען געקומען צו אַ הסכּם, וואָס האָט געזאָלט פֿירן צו אַ שלום צווישן ישׂראל, יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער.
בסך־הכּל האָט קעניג כוסיין געהאַט 24 געהיימע צוזאַמענטרעפֿן מיט 15 ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן. די צוזאַמענטרעפֿן זענען פֿאָרגעקומען אין לאָנדאָן און אין פּאַריז, אויף שיפֿלעך אין אילתּער ים־אויסגוס, אויף דער ישׂראל־יאָרדאַנישער גרענעץ, אין מידבר און אין אַקאַבאַ, אין הרצליה און אין תּל־אָבֿיבֿ. אַלע צוזאַמענטרעפֿן זענען דורכגעגאַנגען אין אַ פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער און האָבן געהאָלפֿן אָפּצושוואַכן געשפּאַנטקייטן, אַזוי אַז אַ רעלאַטיווע רויִקייט האָט געהערשט אויף דער ישׂראל־יאָרדאַנישער גרענעץ, מיט פּראַקטישע זיכערהייט־אײַנריכטונגען.
אין אַלגעמיין, איז די לאַגע אויף דער ישׂראל־יאָרדאַנישער גרענעץ געווען אַ צופֿרידנשטעלנדיקע. אָבער די האָפֿענונגען, אַז די צוזאַמענטרעפֿן וועלן פֿירן צו שלום, זענען נישט מקוים געוואָרן. אויך דער לאָנדאָנער הסכּם איז קיינמאָל נישט רעאַליזירט געוואָרן און 8 חדשים נאָך דעם איז אויסגעבראָכן די ערשטע "אינטיפֿאַדאַ" און כוסיין האָט מוותּר געווען אויף זײַן פֿאַרלאַנג, אַז דער מערבֿדיקער ברעג זאָל געהערן צו אים, און די פּאַלעסטינער זענען אַרויף אויפֿן וועג פֿון אַן אייגענער מדינה.
וואָס איז ספּעציעל מערקווירדיק אינעם שלום־אָפּמאַך מיט יאָרדאַניע איז דער פּונקט, אַז אין אַלע אַנדערע ישׂראלדיקע אָפּמאַכן מיט די אַראַבער — צום בײַשפּיל: עגיפּטן, סיריע, די פּאַלעסטינער — האָבן די זיכערהייט־פֿאַרפֿליכטונגען צווישן די צדדים אַ געוויסע פֿאַרבינדונג מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן מיליטערישן כּוח. וואָס שייך ישׂראל און יאָרדאַניע איז נישטאָ קיין שום אינטערנאַציאָנאַלער עלעמענט און זייערע זיכערהייט־פֿאַרפֿליכטונגען זענען פֿולשטענדיק צוויי־זײַטיקע, מיט אַ פֿליסיקן קאָנטאַקט צווישן זייערע מיליטערישע אײַנריכטונגען.
עס איז וויכטיק צו דערמאָנען דעם ספּעציעלן רעזשים, וואָס דער ישׂראל־יאָרדאַנישער אָפּמאַך האָט פֿעסטגעשטעלט אין נהריים, אין ירדן־טאָל , באַקאַנט ווי דער "אינדזל פֿון שלום". דער טייל פֿון ערד, וואָס איז אין דער פֿאַרגאַנגענהייט באַאַרבעט געוואָרן דורך ישׂראל, גייט איצט איבער צו דער יאָרדאַנישער סוּווערעניטעט, אָבער ישׂראל וועט קענען ממשיך זײַן עס צו באַאַרבעטן במשך פֿון 25 יאָר, מיט דער מעגלעכקייט צו פֿאַרלענגערן דעם טערמין.
דעם 13טן מערץ 1997 האָט פּאַסירט אַ גרויסע טראַגעדיע אויפֿן "אינדזל פֿון שלום". אַ יאָרדאַנישער סאָלדאַט האָט געעפֿנט פֿײַער אויף מיידלעך, תּלמידית פֿון דער שול אין בית־שמש, וואָס זענען געקומען צו באַזוכן דעם "אינדזל פֿון שלום". ער האָט דערמאָרדעט 7 מיידלעך. אַ לערערין און 6 שילערינס זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די יאָרדאַנישע סאָלדאַטן האָבן געכאַפּט דעם סאָלדאַט־שיסער, אָבער ערשט נאָכדעם ווי ער האָט אויסגעשאָסן 2 מאַגאַזינען קוילן. דעם 17טן מערץ איז קעניג כוסיין געקומען קיין בית־שמש מנחם־אבֿל זײַן די פֿאַמיליעס פֿון די דערמאָרדעטע מיידלעך, און ער האָט זיך אויסגעדריקט: "איך פֿיל, אַז איך האָב פֿאַרלוירן אַ קינד".
ערבֿ דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס טענהן אהוד אָלמערט און חיים ראַמאָן, אַז ישׂראל וועט נישט האָבן קיין בעסערע פּאַרטנערס צו אַ שלום ווי אַבו מאַזען און סאַלאַם פֿאַיאַד. ס׳איז נייטיק צו דערמאָנען נאָך אַן אונטערשייד: פּונקט ווי כוסיין, אַזוי האָט אויך אַראַפֿאַט געקאָנט מאַכן מיט אונדז שלום, אָבער זיי האָבן עס נישט געוואָלט. הײַנט ווילן אפֿשר אַבו מאַזען און סאַלאַם פֿאַיאַד מאַכן שלום מיט אונדז. די פֿראַגע איז... צי זיי קענען?