פּובליציסטיק
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע יאָרן איז מיר אַ פּאָר מאָל אויסגעקומען זיך צו באַטייליקן אין אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן אין מאָסקווע. האָב איך דאָרטן באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַ באַיאָרנטער מענטש טרעט אַרויס מיט אַ רעפֿעראַט אויף אַ ייִדישער טעמע, אָבער קיין שפּראַך, אַ חוץ רוסיש, באַהערשט דער רעדנער ניט. ווי אַ פּועל-יוצא, שאַפֿט זיך אַ מאָדנע וויסנשאַפֿט, דהײַנו: אַ וויסנשאַפֿט, וואָס ווערט באַזירט ניט אויף דעם, וואָס מע מוז איבערלייענען, נאָר אויף דעם, נעבעך, וואָס דער דאָזיקער יחיד איז ביכולת איבערצולייענען. און מע שרײַבט און מע רעדט, נוצנדיק דעם זעלבן, סקאַרבאָוונעם סאָוועטישן נוסח פֿון רוסיש — מיט אַ סך מליצה און פּאַטאָס.

די דאָזיקע וויסנשאַפֿט האָט גאַנץ אָפֿט אויך אַן אידעאָלאָגישע אייגנשאַפֿט, מחמת אַ היפּשע צאָל לײַט פֿון דעם עלטערן דור גע­לערנטע האָט פֿריִער זיך באַשעפֿטיקט מיט טײַטשן און איבערטײַטשן כּלער­ליי פֿראַגן פֿון געשיכטע, ליטעראַטור וכ׳ אין שײַן פֿון מאַרקסיזם-לענע­ניזם. בדרך-כּלל האָט עס אויך געפֿאָדערט צו זײַן אַ מיט­ג­ליד פֿון דער קאָמו­ניס­­טישער פּאַרטיי. ווילן זיי איצט ווײַזן, אַז זייער אמתער אידעאָ­לאָגישער פּרצוף איז תּמיד גע­ווען אַן אַנדערער. צוליב דעם פֿאַרשוואַרצן זיי אַלץ, צי כּמעט אַלץ, וואָס איז אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער סאָווע­טישער תּקופֿה און וואָס זיי האָבן בשעתּו געלויבט.

כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן וועגן דעם בײַם לייענען דאָס בוך "געלע שטערן אויף ווײַסן רוסלאַנד" פֿונעם היסטאָריקער דוד מעלצער. איך האָב ניט געלייענט זײַנע סאָוועטישע פֿאָרשונגען און ווייס ניט, אויף וויפֿל זיי האָבן זיך צוגעפּאַסט צום אידעאָלאָגישן הויפּטשטראָם (הגם עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַ דיסידענט, דערצו אַ ייִד, וואָלט אין די 1970ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר אין ווײַסרוסישן מלוכה-אוניווערסיטעט), אָבער מע פֿילט גלײַך דעם פּרוּוו זיך צוצופּאַסן צו דעם זייער פֿאַרשפּרייטן מערבֿדיקן קוק אויף דער סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע, ווען די גאַנצע תּקופֿה ווערט פֿאָרגעשטעלט בדרך־כּלל אין טערמינען פֿון גזירות: די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס און, דער עיקר, דער חורבן. דאָס איבעריקע — אויפֿן שפּיץ מעסער.

הגם דער מחבר האָט צונויפֿגעקליבן אַ סך פּרטים וועגן דעם גורל פֿון ווײַס­רוסישע ייִדן, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז עס ניט קיין אַנאַליטיש בוך. לכל-הפּחות, ענטפֿערט ניט דוד מעלצער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס זשע האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז — ניט געקוקט אויף אַלע דערנידערונגען און אַנדערע ערנסטע פּראָבלעמען פֿאַר ייִדן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל און אין ווײַסרוסלאַנד בפֿרט — האָבן די ייִדן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו באַקומען בילדונג און פֿאַרנעמען גאַנץ לײַטישע פּאָזיציעס אין דער געזעלשאַפֿט. איך האָב ניט קיין סטאַ­טיסטיק, אָבער "אימפּרעסיאָניסטיש" איז דאָך באַוווּסט, אַז די ייִדן האָבן זייער אָפֿט געלעבט בעסער, איידער די גויים. פֿון אַן ערנסטן היסטאָריקער, וואָס נעמט זיך אונטער צו באַשרײַבן אַ גאַנצע תּקופֿה, דער­וואַרט מען דערקלערונגען פֿון אַזעלכע פֿונ­דאַמענטאַלע פֿראַגן, איידער סתּם אַ כראָ­נאָלאָגישע באַשרײַבונג פֿון דעם וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ פֿאָלק אין אַ לאַנד.

מיר דערוויסן זיך גאָר­נישט וועגן דער דע­מאָג­ראַפֿישער, סאָציאַ­לער און פּראָ­פֿעסיאָנעלער סטרוק­טור פֿון דער ייִדישער באַ­פֿעלקערונג. דער מחבר מאַכט אַ שווײַג וועגן די ביז גאָר וויכטיקע פּראָצעסן פֿון דער סאָציאַלער "איבער­שיכטונג" (אין די 1920ער און 1930ער האָט מען ליב געהאַט דאָס וואָרט) בײַ דער ווײַסרוסישער ייִדי­שער באַ­פֿעלקערונג, און ווי אַנדערש איז עס פֿאָרגעקומען אין פֿאַרגלײַך מיט אוק­ראַיִנע. קיין אָרט האָט זיך ניט געפֿונען פֿאַר דער ראָלע פֿון אויסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציע (קודם-כּל, "דזשוינט" און "אָרט"). און וואָס איז פֿאָרגעקומען מיטן שטעטל? וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די ייִדיש-שפּראַכיקע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַר­איינען? בכלל, מיט וואָס און פֿאַר וואָס האָבן זיך אין ווײַסרוסלאַנד געשאַפֿן אַנ­דערע באַדינגונגען פֿאַר ייִדן?

דאָס אויספֿעלן ענטפֿערס אויף אָט די פֿראַגעס ווײַזט קלאָר אָן אויף דער אָפּ­געריסנקייט פֿון די פּובליקאַציעס, וואָס זײַנען אַרויס אין די ניט-רוסישע צײַט­שריפֿטן און פֿאַרלאַגן. איך פֿאַרשטיי, אַז אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען געהאַט שוועריקייטן מיט באַקומען אַ צוטריט צו אַזעלכע פּובליקאַציעס. אָבער דוד מעלצער וווינט אין ניו-יאָרק זינט 1992 (אַזוי שטייט געשריבן אויף דער הילע פֿונעם בוך), און ניו-יאָרק גרויסט זיך מיט דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און מיטן ייִוואָ, וווּ עס קען אַרבעטן יעדער בשׂר-ודם.

עס איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער מחבר קען ניט קיין ייִדיש. לכל-הפּחות, זעט מען ניט קיין ייִדישע קוואַלן אין דער ביבליאָגראַפֿיע, און אַלץ וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור, ווערט געזאָגט אָפּגעכאַפּט — עס ווערן דערמאָנט עטלעכע נעמען און אינסטוציעס, ווי אין אַ קורצן ענציקלאָפּעדיע-נאָטיץ. און דאָס איז באַזונדערס פֿאַרדריסלעך, ווען די רייד גייט וועגן ווײַסרוסלאַנד, וווּ ייִדיש איז אין משך פֿון אַ פּאָר יאָרצענדליק געווען אַ מלוכישע שפּראַך. מע האָט דאָך אַפֿילו כּמעט ערנסט גערעדט וועגן שאַפֿן אַ ווײַסרוסיש-ייִדישע סאָוועטישע רעפּובליק.

אייניקע שטעלעס ברענגען אַרײַן דעם לייענער אין פֿאַרלעגנהייט. למשל, (ז׳ 53): "אין פֿעברואַר 1930 האָט מען ליק­ווי­דירט די ייִדישע סעקציעס בײַם צענט­ראַל-קאָ­מיטעט פֿון דער פּאַרטיי און אין די מלוכישע אינסטיטוציעס. אַלץ וואָס ס׳האָט נאָר דערמאָנט וועגן ייִדישער נאַ­ציאָ­נאַל-קולטורעלער אויטאָנאָמיע האָט מען פֿאַרמאַכט." ערשטנס, די אידעע פֿון נאַציאָ­נאַל-קולטורעלער אויטאָנאָמיע איז תּמיד געווען טרייף פֿאַר די ייִדישע קאָ­מוניסטן. צווייטנס, אַ חוץ די סעקציעס האָט מען דאָך דעמאָלט גאָרנישט ניט פֿאַרמאַכט.

אין דער הקדמה שרײַבט דער מחבר וועגן דעם ציל פֿונעם בוך: "עפֿענען — אויפֿן סמך פֿון פּרטימדיקן פֿאָרשן פֿון דאָקו­מענטן, ליטעראַטור און גבֿית-עדותן פֿון עדי-ראיה — נײַע זײַטלעך אין דער גע­שיכטע פֿון ווײַסרוסישן ייִדנטום, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה."

דעם אמת געזאָגט, זעט מען ניט קיין ממשותדיקע נײַע אַנטפּלעקונגען. בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז קיין נײַע אַרכיוו-מאַטעריאַלן זײַנען אין גאַנצן ניט געווען אויסגענוצט אין דער אַרבעט. איך האָב די טעג זיך אָנגעשטויסן אויף צײַטונגס-אַרטיקלען פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע זײַנען געקומען קיין ווײַסרוסלאַנד אין דער צײַט פֿון כרושטשאָווס "אָדליהע". מע באַשרײַבט (אַ שטייגער, אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג") דעם מצבֿ נאָכן חורבן אין די געוועזענע שטעטלעך. וועגן דעם האָבן געשריבן אויך סאָוועטישע שרײַבער, למשל, הירש רעלעס. אָבער צו דעם אַלץ האָט דער מחבר אַפֿילו זיך ניט צוגערירט.