פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿע­רענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטע­קערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַ­מאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנע­לער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. דינה האָט געקענט מיט דער מינוט זאָגן וווּ אַ פּרשה געפֿינט זיך. הײַנט איז אַזוינס נישטאָ ווען עס קומט צום ייִדישן ווערטער־אוצר, ווערטלעך און אידיאָמען, שפּריכווערטער און סתּם אינפֿאָרמאַציעס וועגן ייִדישע מינהגים און טראַדיציעס, ווי זיי האָבן עס געהערט בײַ זייערע באָבע־זיידן, אָדער טאַטע־מאַמען אין דער היים. מוטשעט מען זיך צווישן די שורות פֿון “מענדעלע," מיט קשיות וואָס ווײַזן אָן אויפֿן סכום עם־הארצות, וואָס ס'האָט זיך אָנגעזאַמלט דורך די לעצטע פֿופֿציק יאָר סײַ אין אַמעריקע און סײַ איבער דער וועלט. וואָלט איר גע­וואָלט זײַן אויפֿן מאָמענט אַזאַ רעפֿע­רענץ־ביבליאָטעקערין און פֿאַרענטפֿערן יענע שאלות וואָס מאַכן פֿון מיר אויס מענטש.

פּיטער (פּיניע) פּימסנהאָלץ שרײַבט:

איך בין אַ גראַדויִר־סטודענט און גרייט זיך צו ווערן אַ ייִדישער לערער. מײַן ייִדיש איז אַ ביסל צעקאַליעטשעט, נאָר דערפֿאַר בין איך גוט ווען עס קומט צום שפּילן גיטאַרע און אַ האַרפֿסיקאָרד. אפֿשר קענט איר מיר אָנווײַזן וווּ איך קען באַקומען אַ מאָלערײַ פֿון אַ כּתובֿה, ווײַל איך גיי חתונה האָבן. מיט גרויס דרך־ארץ.

(פּיניע) פּימסנהאָלץ

ליבער פּיניע,

איך האָב איבערגעלייענט דײַן בקשה און מײַן עצה איז, אויב דו גייסט ווערן אַ ייִדישער לערער, זאָלסטו זיך אויך אויסלער­נען צו שפּילן אויף אַ פֿײַפֿל און אַ האַרפֿע. זיי האָבן כאָטש אַ שײַכות צום חומש.

יאָהאַן בוכהאָלץ פֿון אַוגסבורג, דײַטש­לאַנד:

חשובֿ ביבליאָטעק־גענאָסע,

מיר איסט שווער דאָס יודיש, אָבוואָהל איך מעכטע לערנען דיזע יודישע שפּראַכע, דאָס מײַן ליבכען איסט פֿאַררוקט ווען זי שפּרעכט דאָס יודיש. זאָו, איך האַבע ליב מײַן ליבכער און וואָלטע אַוך שפּרעכען דיזע געמיזע. וואָו קאָן איך באַקאָמען אײַן ביכלײַך דאָס צו שטודירען. יאָהאַן בוכהאָלץ. איך דערוואַרטע זאָפֿאָרט איהרע אַנטפֿאָרט.

הער יאָהאַן בוכהאָלץ,

איך וואָלט פֿאָרגעלייגט איר זאָלט בײַטן אײַער ליבכען אויף איינער וואָס איז נישט פֿאַררוקט אָדער משוגע פֿאַר ייִדיש. אויב זי איז משוגע פֿאַר ייִדיש קען זי שפּעטער ווערן משוגע לגמרי. דאָס הייסט פֿולקאָמען.

ליבע־סיידי שטרודלווײַס:

ליבע רעפֿערנץ־ביבליאָטעקערין,

איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ דזשויִשע היים, מײַן באָבע האָט געזאָגט קניידלעך און מײַן זיידע האָט געזאָגט קליסקעלעך. וויל איך וויסן, וועלכע זײַנען ריכטיק?

מיט רעספּעקט, ליבע־סיידי

דאָס וואָס אײַער באָבע האָט געזאָגט קניידלעך און אײַער זיידע קליסקעלעך, מיינט נאָך נישט אַז ביידע האָבן געמיינט דאָס זעלבע. דאָס מיינט אַז אײַער באָבע האָט ליב געהאַט קניידלעך און אײַער זיידע — קליסקעלעך. ביידע קען מען עסן מיט יויך אָדער אײַנגעטונקען אין זאָזע פֿון לונג און לעבער, וועמפּלעך און גראַשיצע. דער עיקר, אויב קניידעלך און קליסקעלעך ליגן אײַך אין זינען, וואָלט איך פֿאָרגעלייגט איר זאָלט זיך ווענדן צו אַ קעכין און נישט צו קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערין.

הענרי פּאַסקוואַלטשיק פֿון האָובאָקען, ניו־זשערזי שרײַבט אויף ענגליש וואָס איך זעץ איבער:

זייער געערטע ביבליאָטעקערין,

די טעג איז מיר צו האַנט געקומען אַן אַלט ייִדיש ביכל וואָס איך קען נישט לייענען. וואָלט איך געוואָלט וויסן, וואָס שטייט דאָרט געשריבן? מיט גרויס פֿאַרערונג, הענרי

ליבער הענרי,

איך וועל דיר זאָגן וואָס דו זאָלסט טאָן מיטן ייִדישן ביכל. פּאַק עס אײַן שיין און ווויל, בינד עס צו מיט אַ שנורעוואַדלע, לייג אַרויף אַ שטעמפּעלע און שיק עס אַוועק קיין קאַנאַדע. דאָרט זײַנען דאָ גענוג ייִדן וואָס קענען נאָך לייענען אַ ייִדיש בוך.

לעאָנאַ טראַפֿאַלגער:

איך שטודיר ייִדיש שוין עטלעכע יאָר און וויל וויסן, וואָס מיינט, אַנגעריסט. איך האָב שוין אַרײַנגעקוקט אין האַרקאַווין און סטוטשקאָוון, ווײַנרײַכן און הערשעלע אָסטראָפּאָליער, און נישט געפֿונען וואָס איך זוך. אפֿשר ווייסט איר וואָס ס'מיינט אַנגעריסט אָדער אַמגעריסט. מײַן באָבע פֿלעגט עס אַלע מאָל זאָגן ווען איך בין אַרײַנגעקומען אין הויז נאָכן שפּילן זיך אין דרויסן. מיט גרויס דרך־ארץ, לעאָנאַ

ליבע לעאָנאַ,

ווען דו ביסט אַרײַנגעקומען אין הויז ביסטו געווען אײַנגעריסט. דאָס הייסט, שמוציק פֿון שפּילן זיך אין דרויסן, און די באָבע האָט זיכער גענומען אַ נאַס האַנטעך און דיך אַרומגעווישט. און אַזוי ווי דײַן באָבע האָט געמוזט אָפּשטאַמען פֿון פּוילן האָט זי אַנשטאָט אײַנגעריסט געאָגט אַנגעריסט. אויב אָבער אײַנגעריסט איז דאָס איינציקע וואָרט וואָס איז דיר פֿאַרבליבן פֿון דײַן באָבען, וואָלט איך דיר געראַטן דו זאָלסט עס אויפֿשרײַבן מיט ייִדישע אותיות און אָפּדרוקן עס אויף אַ פֿאַרטעך אָדער אַ העמדל. אַזוי נאָך וועלן אַלע וויסן אַז דו ביסט אײַנגעריסט.

פּאַנטשאָ דע־לאַ סאַנטשאָ (פֿון דער היים פּינחס לויזהויזן) פֿון מעקסיקע שרײַבט:

איך בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער שול דאָ אין מעקסיקע, איך האָב אָבער שוין אַלץ פֿאַרגעסן. וואָס זאָל איך טאָן?

ליבער פּאַנטשאָ דע־לאַ סאַנטשאָ,

איך וואָלט דיר געראַטן דו זאָלסט גיין צו אַ היפּנאָטיקער, ער זאָל דיך היפּנאָטיזירן, און ווען דו וועסט שוין זײַן אין אַ טראַנס, בעט דעם היפּנאָטיקער ער זאָל אויפֿוועקן די קעמערלעך פֿון דײַן זכּרון, דו זאָלסט געדענקען וואָס דו האָסט געלערנט אין אַ ייִדישער שול אין מעקסיקע.

זישע סאָלאָווייטשיק פֿון אוקראַיִנע שרײַבט:

איך בין שוין אַ ייִד אין די יאָרן און בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ קליין דערפֿעלע לעבן קיִעוו. מײַנע מיינונגען און מײַנע איבערצײַגונגען זײַנען שוין אײַנגעקאָוועט אין מיר זינט איך בין דאָ אונטערגעוואַקסן אונטער דעם סאָוועטישן רעזשים. איך לייען גוט ייִדיש, אָבער איך שטים נישט אײַן מיט אַ סך מיינונגען און איבערצײַ­גונגען וואָס שטאַמען אָפּ פֿון אַמעריקע. איך בין נישט געוווינט מען זאָל קריטיקירן די אַמאָליקע סאָוועטישע אײַנשטעלונגען, ווײַל נישט אַלע זײַנען געווען אַזוי ביטער־שלעכט. דער עיקר, וויל איך וויסן פֿון אײַך, צי מען מעג קריטיקירן אַזוי שאַרף אונדזער אַמאָליקן רעזשים און פֿונדאַמענטן? מיט דרך־ארץ,

אײַער, זישע סאָלאָווייטשיק

ליבער פֿרײַנד סאָלאָווייטשיק,

כאָטש עס איז נישט מײַן געביט, וועל איך אָבער אײַך ענטפֿערן. די ייִדישע וועלט אין אַמעריקע האָט זיך געהאָדעוועט אויף פֿרײַען אויסטויש פֿון מיינונגען און געדאַנקען. יעדער פֿון אונדז האָט געמעגט אַרויסזאָגן זיך, וויסנדיק, אַז קיינער וועט אויף אים נישט אָנפֿאַלן צוליב אַן אַנדער מיינונג. אַ מיינונגס־אויסטויש האָט געמעגט זײַן אַ היציקער, אַ פֿײַערדיקער, צו מאָל אַ בײַסיקער. האָט מען אָבער טאָלערירט און געבליבן נאַשבראַט נאָכן וויכּוח. וואָלט איך אײַך געראַטן איר זאָלט זיך קודם דערוויסן וואָס ס'איז באמת פֿאָרגעקומען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ מען האָט אויסגעלאָשן דאָס ייִדישע לעבן, די ייִדישע קולטור, די ייִדישע אמונה און דעם ייִדישן מהות. און ווען איר לייענט אַ קריטיק וואָס האָט צו טאָן מיט אײַער פֿאַרגאַנגענהייט, גיט אַ קלער, אפֿשר איז יענעמס מיינונג אויך גילטיק.

קאַטערינאַ מאָלאָדיצאַ פּוידי סיודאַ:

איך הייס קאַטערינאַ און איך וווין אין מאָסקווע. איך האָב שטודירט די ייִדישע שפּראַך און זוך אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע — וווּ איז אַהינגעקומען דאָס גרויסע ייִדישע ווערטערבוך?

ליבע קאַטערינע,

דאָס גרויסע ייִדישע ווערטערבוך האָט מפּיל געווען. מען האָט געטראַכט, אפֿשר גיט מען אַרויס דאָס קליינע ייִדישע ווער­טערבוך, אָבער ס'האָבן אויסגעפֿעלט פֿאָנדן. עס האָבן אַפֿילו געפֿעלט פֿאָנדן פֿאַרן פּיצעלע ייִדישן ווערטערבוך, אַפֿילו פֿאַרן פּיטשיניונקעלע ייִדישן ווערטערבוך, פֿאַרן פּיטשימאָנטשקעלע ייִדישן ווערטערבוך. האָט מען זיך באַגנוגנט מיטן אַרויסגעבן אַ צײַטונגל וואָס הייסט “לאַוו־דווקא," און אַ פּעריאָדיש זשורנאַלכל וואָס הייסט “אויף צו להכעיס," און אַן אַנדערס וואָס מען רופֿט “ייִדן! וווּ ברענט?" און אַ בלעטל וואָס מען רופֿט “גענעצן איז געזונט." כ'ווייס נישט, צי דו ביסט באַקאַנט מיט די אויסגאַבעס, נאָר איך הער, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ הונדערט־יאָריקער ייִד אין אַזערבײַדזשאַן, וועלכער שרײַבט אויס די אַלע אויסגאַבעס. יעדע וואָך שרײַבט ער לויבגעזאַנגען אין דער פּרעסע און ווינטשט די רעדאַקטאָרן אַריכת־ימים. איז קאַטערינע, זײַ אַ מאָלאָ­דיעץ און פּוידי סעודה. דאָס טוט מען בדרך־כּלל פּורים־צײַט אָדער ווען משיח וועט קומען וועלן מיר מאַכן אַ סעודהניו.

גרעגאָריאַ נערוואָזאַ פֿון שפּאַניע שרײַבט:

אין דער היים האָט מען מיך גערופֿן גרשון ני־בע־ני־מע־ני־קוקוריקו. איך האָב זיך געביטן דעם נאָמען ווײַל מיט אַזאַ נאָמען ווי גרשון קען מען נישט ווײַט פֿאַרפֿאָרן. איך בין פֿאַראינ­טערעסירט אין ייִדישן טעאַטער און איך האָב געהערט אַז ניו־יאָרק איז דער צענטער פֿון ייִדיש און ייִדישער קונסט. אפֿשר קענט איר מיר זאָגן ווי אַזוי מ'קען אָנקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט דער אָפֿיציעלער פֿירערשאַפֿט פֿון די ייִדי­שע קונסט־אונטערנעמער. איך האָב געשפּילט אַמאָל אין ייִדישן טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעס, אין בוכאַראַ און אין סעוואַסטאָפּאָל. ווי דערגרייכט מען דעם טעמפּל פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט וואָס עקזיסטירט אינעם צענטער פֿון דער ייִדישער קרוינשטאָט ניו־יאָרק? מיט חבֿרישע גרוסן, גרשון

טײַערער גרשון,

איך וואָלט דיך געראַטן דו זאָלסט זיך קודם פֿאַרבינדן מיט דער גרופּע “פֿאָלג מיך אַ גאַנג," וואָס רײַזט אַרום דער וועלט מיט אַן אייגענער פּראָדוקציע. צווייטנס, איז פֿאַראַן אַ גרופּקעלע וואָס הייסט, “נישט גע­שטויגן, נישט געפֿלויגן." זיי שפּילן ייִדיש טעאַטער אין דער פּראָווינץ. נאַכער זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ייִדישע טעאַטערס, וואָס האָבן זיך נאָך נישט געעפֿנט, און אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן, אויב ס'גייט דיר אין לעבן צו שפּילן ייִדיש טעאַטער, פֿאָר אַוועק קיין רומעניע, ביראָבידזשאַן אָדער טימבאַקטו. דאָרט בליט דאָס ייִדישע טעאַטער, כאָטש צווישן די אַקטיאָרן איז נישטאָ קיין איין ייִד. ס‘איז נישט וויכטיק, וואָס מע שפּילט דאָרט — די אונטערנעמער אַרט עס נישט, ווײַל זיי טוען עס צוליב אַ וויכטיקער סיבה... די אַרבעט פֿון אויפֿהאַלטן די ייִדישע קונסט.