אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה, האָבן אים באַזוכט דרײַ מלאכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, און האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן, על-פּי-נס, אַ זון — הגם אַבֿרהם איז דעמאָלט שוין געווען 99 יאָר אַלט, און זײַן ווײַב שׂרה — 90 יאָר אַלט. די מלאכים האָבן איבערגעגעבן אַבֿרהמען, אַז זיי גייען צו צעשטערן די רשעותדיקע שטעט סדום און עמורה; אָבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, די שטעט זאָלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן לכל-הפּחות צען צדיקים;
למעשׂה, אָבער, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק לוט, וואָס די מלאכים האָבן אים געראַטעוועט, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. לוטס ווײַב האָט נישט געפֿאָלגט די וואָרענונג נישט צו קוקן צוריק, בעת די שטאָט איז צעשטערט געוואָרן, און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ.
ווײַטער ווערט דערציילט אין דער פּרשה, ווי אַבֿרהם און שׂרהס זון, יצחק, איז געבוירן געוואָרן, און וועגן דעם נסיון פֿון דער עקידה. ווען יצחק איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהמען צו ברענגען יצחקן פֿאַר אַ קרבן; אַבֿרהם-אָבינו האָט געפֿאָלגט; אינעם לעצטן מאָמענט, אָבער, ווען ער האָט שוין אויפֿגעהויבן זײַן האַנט מיט אַ מעסער, האָט אַ מלאך אים געהייסן זיך אָפּצושטעלן. די מפֿרשים דערקלערן, אַז יצחק האָט פֿרײַוויליק מסכּים געווען צו ווערן אַ קרבן; צוליב אַבֿרהמס און יצחקס מסירת-נפֿש, האָט דער אייבערשטער זיי געבענטשט, אַז זייערע קינדער, דאָס ייִדישע פֿאָלק, וועלן זיך פֿאַרמערן "ווי די שטערן אין הימל, און ווי די זאַמד בײַם ים-ברעג".
בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה שטייט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט זיך געבוקט צו זײַנע געסט — די מלאכים. אין דער גמרא ווערט אָבער דערקלערט, אַז צו דינען די מלאכים, אַרײַנגערעכנט דאָס בוקן זיך, איז אַ מין עבֿודה-זרה. אינעם פֿאַל פֿון אַבֿרהם אָבינו האַלטן ס׳רובֿ מפֿרשים, אַז ער האָט בײַם אָנהייב געמיינט, אַז זײַנע געסט זענען געוויינטלעכע מענטשן; אין אַן אַנדער אָרט אין תּנ״ך, אין ספֿר-יהושע, שטייט אָבער בפֿירוש אָנגעשריבן, אַז יהושע בן-נון, דער צווייטער ראָש פֿונעם ייִדישן פֿאָלק נאָך משה רבינו, האָט זיך בכּיוון געבוקט פֿאַר אַ מלאך.
אין דער אמתן איז דאָ נישטאָ קיין סתּירה. מע מעג זיך בוקן פֿאַר אַ חשובֿן מענטש, צוליב כּבֿוד און דרך-ארץ — סײַדן דער מענטש, פֿאַר וועמען מע בוקט זיך, האַלט זיך פֿאַר אַ "גאָט", ווי עס פֿלעגן טאָן אַ טייל אוראַלטע מלכים און שׂרים. צוליב דעם, לויט אַ צאָל מפֿרשים, האָט מרדכי זיך אָפּגעזאָגט צו בוקן זיך המנען, וועלכער האָט געשאַפֿן אַרום זיך אַן עבֿודה-זרה. בדרך-כּלל, אָבער, באַטראַכט קיינער נישט מענטשן פֿאַר געטער, דערפֿאַר האָט דאָס בוקן זיך אַ מענטשן, בדרך-כּלל, גאָרנישט צו טאָן מיט עבֿודה-זרה.
געוויינטלעך, איז עס טאַקע פֿאַרווערט זיך בוקן פֿאַר די מלאכים, ווײַל צוליב זייער מיסטישער נאַטור און אומגעוויינטלעכע כּוחות, וואָס דערמעגלעכן, צום בײַשפּיל, איבערצוקערן אַ גאַנצע שטאָט, אַזוי ווי ס׳איז געשען מיט סדום, קען דאָס בוקן זיך פֿאַר אַ מלאַך פֿאַרוואַנדלט ווערן, חלילה, אין געצנדינערײַ. אַזעלכע צדיקים, ווי אַבֿרהם אָבינו אָדער יהושע בן-נון, האָבן אָבער קלאָר געוווּסט, אַז אַ מלאך, פּונקט אַזוי ווי אַ מענטש, איז בלויז אַ באַגרענעצטע באַשעפֿעניש, אינגאַנצן אָפּהענגיק פֿונעם אייבערשטן, דערפֿאַר האָבן זיי זיך געבוקט פֿאַר זיי בלויז צוליב כּבֿוד — פּונקט אַזוי, ווי זיי וואָלטן מכבד געווען אַ מענטשלעכן שליח.
אין דער פּרשה ווערט אויך דערציילט, ווי אַבֿימלך, דער קיניג פֿון גרר, האָט צוגעגנבֿט שׂרה, טראַכטנדיק צו זינדיקן מיט איר; דער אייבערשטער האָט באַשטראָפֿט אַבֿימלכן, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און באַדינער, מיט אַ סכּנותדיקער קראַנקייט, און געהייסן דעם קיניג אין אַ חלום צו באַפֿרײַען שׂרהן. ווען אַבימלך האָט אָפּגעלאָזט שׂרה, האָט אַבֿרהם אָבינו פֿאַר אים מתפּלל געווען, און די קראַנקייט האָט זיך אָפּגעשטעלט. שפּעטער, נאָך יצחקס געבורט, האָט אַבימלך אָנערקענט אַבֿרהם אָבינוס גײַסטיקע גדולה, און געשלאָסן מיט אים אַ פֿרײַנדשאַפֿט-אָפּמאַך.
בײַם שליסן דעם אָפּמאַך מיט אַבֿימלכן, האָט אַבֿרהם אָבֿינו גערופֿן דעם אייבערשטן "ה׳ א-ל עולם" — "ג-ט פֿון דער וועלט". אין די ספֿרי-חסידות ווערט דערקלערט, אַז ער האָט דערמיט געמיינט צו זאָגן, אַז "א-ל", ג-טלעכקייט, איז איין זאַך מיטן "עולם" — די וועלט; דאָס הייסט, אַז די גאַנצע וועלט איז אַ גילוי, אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם אייבערשטנס ליכט, און האָט, אין דער אמתן, נישט קיין אייגענע עקזיסטענץ.
מע טאָר נישט באַטראַכטן קיין זאַך, אַ גײַסטיקע צי אַ מאַטעריעלע, ווי "אַ זאַך פֿאַר זיך", אָפּגעטיילט פֿונעם אייבערשטן. דער עיקר-איסור פֿון עבֿודה-זרה באַשטייט נישט אינעם פֿיזישן אַקט פֿון "בוקן זיך", נאָר דווקא אין אַזאַ פֿראַגמענטירטן אויפֿנעם פֿון דער וועלט, וווּ געוויסע זאַכן אָדער באַשעפֿענישן ווערן באַטראַכט, חס-ושלום, "אומאָפּהענגיק" פֿון זייער אינערלעכן ג-טלעכן עצם. אַבֿרהם אָבינו האָט געשטרעבט צו ווײַזן זײַן דור, אַז דער גאַנצער אוניווערס, פֿון די מלאכים און אַנדערע גײַסטיקע באַשעפֿענישן, ביז די מענטשן, חיות, גרעזער און אַפֿילו שטיינער, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג-טלעכע אייניקייט, אַ האַרמאָניש "געוועב" פֿונעם אייבערשטנס אַנטפּלעקונגען.