פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעד­זשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָ­מישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿירט מיט זײַנע אָפֿענע און באַהאַל­טענע פּאָליטישע קעגנערס פֿאַר דער וואָס-ווײַטערדיקער עקזיסטענץ פֿון זײַן רעגירונג. דאָס הייסט — פֿון דער רעגירונג אונטער זײַן אָנפֿירונג.

אין דער דאָזיקער מלחמה איז אָלמערט אַקטיוו פֿאַרקאָכט דאָס גאַנצע יאָר זינט עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, וואָס איר ערשטע יאָרצײַט איז געוואָרן אָפּגעצייכנט אָקאָרשט, מיט צוויי וואָכן צוריק.

דאָס יאָר, אין וועלכן דער שעף פֿון דער רעגירונג האָט געדאַרפֿט מאָביליזירן איר גאַנצע ענערגיע און באַשעפֿטיקן אַלע אָפּעראַטיווע פֿאַקטאָרן צו פֿאַרריכטן די פֿעלערן, דורכפֿאַלן און די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה — איז געווען געווידמעט, ווי געזאָגט, דער מלחמה פֿון דער רעגירונג פֿאַר איר אייגענער עקזיסטענץ — וואָס אויף ענגליש רופֿט מען דאָס: survival און אויף העברעיִש: השׂרדות, און אויף ייִדיש מיינט עס: איבערלעבן, איבערקומען, אויסהאַלטן, איבערהאַלטן, אָנהאַלטן און נאָך אַזעלכע סינאָנימען מיט זייערע פֿאַרשיידענע קאָנאָ­טאַציעס, וואָס זייער אמתדיקער פּירוש איז: בלײַבן בײַ דער מאַכט.

די פּאָליטישע דערפֿאַרונג אין מדינת־ישׂראל זאָגט, אַז וואָס שוואַכער עס איז די רעגירונג, אַלץ שטאַרקער זענען אירע אויסזיכטן צו בלײַבן בײַ דער מאַכט. ווײַל אַזאַ רעגירונג צייכנט געוויינלעך זיך אויס מיט איר אַקטיווער בטלנות. דער שעף פֿון אַזאַ רעגירונג באַמיט זיך אַרײַנצונעמען אין איר די שאַרפֿסטע פֿײַנט אירע, און אָפֿטמאָל פֿון ביידע עקן פֿון דעם שטעקן, פֿון ביידע עקסטרעמע פּאָלוסן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח — כּדי זיי צו מאַכן אומשעדלעך.

דער רעזולטאַט איז יעדעס מאָל דער זעלבער: איר טעטיקייט ווערט באַ­שע­דיקט. אַזאַ רעגירונג ווערט גע­וויינ­לעך פּאַראַליזירט, אירע פּלענער און איניציאַטיוון ווערן אַרײַנגערוקט אין שופֿ­לאָד, אָדער אין דעם קיל-קאַסטן — און איר איינציקע אַקטיוויטעט איז געריכטעט אָלמערטס עקזיסטענץ-מלחמה

עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעד­זשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָ­מישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿירט מיט זײַנע אָפֿענע און באַהאַל­טענע פּאָליטישע קעגנערס פֿאַר דער וואָס-ווײַטערדיקער עקזיסטענץ פֿון זײַן רעגירונג. דאָס הייסט — פֿון דער רעגירונג אונטער זײַן אָנפֿירונג.

אין דער דאָזיקער מלחמה איז אָלמערט אַקטיוו פֿאַרקאָכט דאָס גאַנצע יאָר זינט עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, וואָס איר ערשטע יאָרצײַט איז געוואָרן אָפּגעצייכנט אָקאָרשט, מיט צוויי וואָכן צוריק.

דאָס יאָר, אין וועלכן דער שעף פֿון דער רעגירונג האָט געדאַרפֿט מאָביליזירן איר גאַנצע ענערגיע און באַשעפֿטיקן אַלע אָפּעראַטיווע פֿאַקטאָרן צו פֿאַרריכטן די פֿעלערן, דורכפֿאַלן און די רעזולטאַטן פֿון דער מלחמה — איז געווען געווידמעט, ווי געזאָגט, דער מלחמה פֿון דער רעגירונג פֿאַר איר אייגענער עקזיסטענץ — וואָס אויף ענגליש רופֿט מען דאָס: survival און אויף העברעיִש: השׂרדות, און אויף ייִדיש מיינט עס: איבערלעבן, איבערקומען, אויסהאַלטן, איבערהאַלטן, אָנהאַלטן און נאָך אַזעלכע סינאָנימען מיט זייערע פֿאַרשיידענע קאָנאָ­טאַציעס, וואָס זייער אמתדיקער פּירוש איז: בלײַבן בײַ דער מאַכט.

די פּאָליטישע דערפֿאַרונג אין מדינת־ישׂראל זאָגט, אַז וואָס שוואַכער עס איז די רעגירונג, אַלץ שטאַרקער זענען אירע אויסזיכטן צו בלײַבן בײַ דער מאַכט. ווײַל אַזאַ רעגירונג צייכנט געוויינלעך זיך אויס מיט איר אַקטיווער בטלנות. דער שעף פֿון אַזאַ רעגירונג באַמיט זיך אַרײַנצונעמען אין איר די שאַרפֿסטע פֿײַנט אירע, און אָפֿטמאָל פֿון ביידע עקן פֿון דעם שטעקן, פֿון ביידע עקסטרעמע פּאָלוסן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח — כּדי זיי צו מאַכן אומשעדלעך. דער רעזולטאַט איז יעדעס מאָל דער זעלבער: איר טעטיקייט ווערט באַשעדיקט. אַזאַ רעגירונג ווערט געוויינלעך פּאַראַליזירט, אירע פּלענער און איניציאַטיוון ווערן אַרײַנגערוקט אין שופֿלאָד, אָדער אין דעם קיל-קאַסטן — און איר איינציקע אַקטיוויטעט איז געריכטעט אויף אויסצוהאַלטן ווי ווײַט מעגלעך ביז די וואַלן, אָדער ווייניקסטנס, וואָס לענגער. אין דער ווירקלעכקייט האָט עס זיך כּמעט קיינמאָל און קיינעם נישט אײַנגעגעבן, און דערפֿאַר איז די איצטיקע רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט שוין די 31סטע רעגירונג אין די 59 יאָר מדינה — אין דורכשניט אַפֿילו ווייניקער פֿון צוויי יאָר אַ רעגירונג. עס זענען געווען אין משך פֿון די יאָרן רעגירונגען מיט פֿולע קאַדענצן פֿון פֿיר יאָר — אָבער איינע, אַ ראָטאַציע-רעגירונג, אין וועלכער די פּרעמיערס האָבן זיך געטוישט, און אַ צווייטע, אין וועלכער עס האָבן זיך געטוישט די פּאַרטייען (אָן וואַלן).

איינע פֿון די דויערנדיקסטע רעגירונגען וואָס האָבן געאַרבעט מיט הצלחה, איז געווען די פֿון יצחק ראַבין, וואָס זײַן מאָרד האָט פֿאַרקירצט איר קאַדענץ, וועלכע עס האָט זי אָבער ממשיך געווען שמעון פּערעס, ווי זײַן שותּף און יורש — ביז ער האָט פֿאַרשפּילט "אויף אַ האָר" (מיט 0.07% פֿון די שטימען) אין די וואַלן צו נתניהו; נתניהו, פֿון זײַן זײַט, האָט נאָך דער קירצסטער קאַדענץ פֿאַרשפּילט צום רעקאָרד-נצחון פֿון אהוד ברק. אין אָט דעם חד-גדיא האָט אריאל שרון נאָך מער פֿאַרקירצט די קאַ­דענץ פֿון ברקס רעגירונג און אָפּגעהאַלטן נאָך אַ גרעסערן רעקאָרד-נצחון — ביז דער מוח-שטורץ האָט אויך אים אַוועקגעלייגט און אויסגעלייגט דעם וועג פֿאַר דעם נצחון פֿון זײַן שותּף און יורש — אהוד אָלמערט, דעם איצטיקן רעגירונגס-שעף.

אהוד אָלמערט איז געקומען צו דער מאַכט אין רעזולטאַט פֿון צוויי קליינע איבער­קערענישן און איין נישט רעאַליזיר­טער "עקספּלאָזיע", וואָס איז געווען אויפֿן סדר־היום פֿון דער נײַ-געשאַפֿענער פּאָליטי­שער קאָנסטעלאַציע אין לאַנד. די ערשטע איבערקערעניש איז געווען — די שפּאַלטונג, וואָס שרון האָט אַדורכגעפֿירט אין "ליכּוד" מיטן גרינדן די "קדימה"-פּאַרטיי. די צווייטע איבערקערעניש איז געווען — דער דעמאָלטי­קער נצחון פֿון עמיר פּרץ אין "עבֿודה", וואָס האָט געעפֿנט די קורצדויערנדיקע אַזויגערופֿענע "סאָציאַלע אַגענדע" און האָט פֿאַרטריבן דעם אָנפֿירנדיקן דרײַלינג — שמעון פּערעס-חיים רמון—דליה איציק אין די אָרעמס פֿון "קדימה". דאַקעגן איז נישט רעאַליזירט געוואָרן די "גרויסע עקספּלאָזיע" — "המפּץ הגדול" — דער געדאַנק פֿון חיים רמון צו גרינדן אַ צענטראַלע פּאַרטיי פֿון "קדימה" און "עבֿודה" מיטן אַנטי-חרדישן "שינוי", כּדי צו קענען לייזן די צענטראַלע פּראָבלעמען פֿון שלום, וווילשטאַנד און וועלטלעכקייט.

די פֿאַרטראַכטע עקספּלאָזיע האָט אָבער געפּלאַצט און די לופֿט איז אַרויס פֿון דעם באַלאָן אין עטלעכע פֿאַזעס פֿון איר "טראָגן": דאָס באַזײַטיקן דעם "שינוי" פֿון דער רעגירונג, כּדי צו באַפֿרידיקן די פֿרומע, דער מוח-שטורץ פֿון אַריאל שרון און... דער פֿאַטאַלער קוש פֿון חיים רמון, אָלמערטס בעסטן חבֿר. און צום סוף — דער אויסברוך פֿון דער מלחמה אין לבֿנון פֿיר חדשים נאָך די זיגערישע וואַלן (וואָס דער טרויעריקער שפּאַס פֿונעם גורל האָט צופֿע­ליק צוזאַמענגעפּאָרט מיט רמונס אומגליק­לעכן קוש, דעם זעלבן טאָג...).

דער לעצטער אויסבלאָז פֿון דעם זייפֿן-בלאָז פֿון אָלמערטס פּאָפּולאַריטעט איז געקומען מיטן דעקלאַרירטן "נצחון" פֿון צה"ל אין מיטן דער לבֿנונישער מלחמה, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן זײַן מלחמה פֿאַר איבערלעבן די צרות פֿון דער רעגירונג. עס איז נאָך נישט געווען אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה אַ מנהיג, וואָס זײַן פּאָפּו­לאַריטעט זאָל אַזוי גיך אַראָפּפֿאַלן פֿון איבער זעכציק פּראָצענט אויף אונטער צען.

אהוד אָלמערט, וועלכער איז בשעתּו געווען דער בשׂורה-אָנזאָגער פֿון שרונס פּאָליטיש-סטראַטעגישן איבערברוך קעגן דער אָקופּאַציע און לטובֿת אַ פּאַלעסטינער מדינה און איז געווען אַ הייסער אָנהענגער פֿון אַרויסגיין פֿון עזה, איז מיטן ירשענען פֿון שרונען די מאַכט געקומען מיט אַ גראַנדיעזן פּלאַן, אַ צענפֿאַכיק גרעסערן אין זײַן פֿאַרנעם, צו עוואַקויִרן דרײַ פֿערטל שטח און דרײַ פֿערטל קאָלאָניסטן פֿונעם מערבֿדיקן ברעג. זינט דעמאָלט האָט ער נישט באַזײַטיקט קיין איינציקן פֿון די 109 אומגעזעצלעכע פֿאָרפּאָסטן, וואָס עס האָט אָנגעצייכנט דער באַריכט פֿון טליה שׂשׂון אויף דער באַשטעלונג פֿון שרונס רעגירונג. זינט דעמאָלט האָט אָלמערט אַ סך גערעדט און צוגעזאָגט און זייער אָפֿט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין אומזיסטע הבֿטחות, פֿון וועלכע עס האָט זיך, ווי מען זאָגט, אויסגעלאָזט אַ בוידעם.

און — קיין וווּנדער נישט. דער צאָרן פֿון די זעלנער-רעזערוויסטן, וואָס האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון דער מלחמה, און פֿון די אומבאַשיצטע קרבנות פֿון די "כעז­באָלאַ-ראַקעטן און קאַטיושעס אין צפֿון פֿון לאַנד איז געוואָרן געריכטעט קעגן אים, דעם פּרעמיער, ווי דעם עיקרדיקן פֿאַראַנטוואָרטלעכן פֿאַר דעם דורכפֿאַל. ווי אַ לייב, האָט ער זיך געראַנגלט קעגן דער פּראָטעסט-באַוועגונג און דער פֿאָדערונג פֿון די מאַסן אויפֿצושטעלן אַן אומאָפּהענ­גיקע יורידישע אויספֿאָרש-קאָמיסיע, וואָס זאָל נאָמינירט ווערן דורכן העכסטן געריכט, מיט ברייטע אָפּעראַטיווע פֿולמאַכטן. צום סוף, האָט ער אויסגעפֿירט און אַליין נאָמי­נירט אַ קאָמיסיע — די ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועלכע האָט אים אָבער אַנטוישט און ער האָט פֿאַרפֿירט קעגן איר אַ מלחמה. ער האָט פֿאַרפֿירט אַ מלחמה קעגן דעם מדינה-קאָנטראָלער, וועמעס באַריכט איז געווען פֿאַר אים קאַטאַסטראָפֿאַל.

קעגן דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט זענען נאָך פֿון פֿריִער געווען כּל­ערליי אָנקלאָגן און עס האָבן זיך געפֿירט פּאָליציייִשע אויספֿאָרשונגען אַרום צווייפֿל­האַפֿטע מאַניפּולאַציעס וואָס געפֿינען זיך אויף דער גרענעץ אָדער זענען נאָענט צו קאָרופּציע. ער פֿירט אַ מלחמה קעגן דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג, הלמאי יענער שליסט נישט די אַקטן און שטעלט נישט אָפּ די פֿאָרשונגען פֿון דער פּאָליציי.

די שווערסטע פֿון זײַנע מלחמות האָט ער פֿאַרפֿירט קעגן דעם העכסטן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט, און כּדי צו באַגרענעצן די השפּעה און צו פֿאַרשמעלערן די קאָמפּע­טענצן פֿון דער זעלבשטענדיקער יורידי­שער אינסטאַנץ, וואָס שטייט אויף דער וואַך פֿון מענטשן-רעכט פֿאַר די בירגער, צו באַשיצן זיי קעגן דעם ווילקיר פֿון דער מאַכט — האָט ער נאָמינירט דעם קעמפֿערישן יוריסט, פּראָפֿ' דניאל פֿרידמאַן, אויפֿן אַמט פֿון יוסטיץ-מיניסטער, און ער אַרבעט פֿאַר אים מעשׂים קעגן דעם טריבונאַל.

הײַנטיקע וואָך איז אָלמערט אַרויס מיט אַ דערקלערונג, וואָס קיין שום רעגירונגס-מנהיג, אײַנשליסלעך — און בראש וראשון — מנחם בעגין, האָט ביז איצט נישט געוואַגט — צו טאַדלען דעם העכסטן טריבונאַל, צוליב דעם אורטייל וואָס פֿאַרפֿליכטעט די רעגירונג צו פֿאַרבויען ביזן סוף פֿון די זומער-פֿעריען אַלע שולן אין שׂדרות און אין די ייִשובֿים אַרום עזה מיט שוץ-מויערן קעגן די "קאַסאַם"-ראַקעטן. דאָס געריכט וועט נישט דיקטירן דער רעגירונג וואָס זי האָט צו טאָן — האָט ער דערקלערט.

אַנדערש איז די אויפֿפֿירונג פֿון דעם פּרעמיער אין דער רעגירונג גופֿא. דאָ איז ער אַ דורכגעטריבענער און קלוגער פּאָליטי­קער, וואָס האָט געלערנט פֿון זײַן פֿאָרגייער און אידעאָלאָגישן פֿאָטער די סטראַטעגיע פֿון אויפֿהאַלטן די מאַכט דורך דערנענטערן צו זיך די קעגנערס. פֿאַר דעם צוועק האָט אָלמערט אַרײַנגענומען אין דער רעגירונג דעם מנהיג פֿון "ישׂראל ביתּנו", אַבֿיגדור ליבערמאַן, קעגנאיבער דעם אַראַבישן מיניס­טער מאַדזשאַלאַ, וועלכן עס האָט פֿאַר דעם נאָמינירט דער אַראָפּגעזעצטער מנהיג פֿון "עבֿודה", עמיר פּרץ. איז דאָך עמיר פּרץ דער בעסטער עדות פֿון דעם, ווי אַזוי דער פּרעמיער־מיניסטער, אַז ער וויל, קען אויסמאַנעוורירן דעם "שותּף" אין דער קאָאַליציע און אים "שענקען" אַ פֿונקציע פֿאַר אַ פֿאַרזיכערטן דורכפֿאַל... און ווער ווייסט דען בעסער פֿון זײַן צוריקגעקערטן יורש, דעם "דערפֿאַרענעם" אהוד ברק, ווי אַזוי ער אַליין האָט ווי פּרעמיער-מיניסטער געהאַט פֿאַרטיילט צווישן זײַנע פּאַרטיי-חבֿרים די מיניסטעריאַלע פֿונקציעס אין בולטן קעגנזאַץ צו זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אָדער אינטעלעקטועלע קוואַליפֿיקאַציעס, כּדי צו פֿאַרגיטיקן זײַנע פּאָליטישע קעג­נערס ווי שותּפֿים אין דער קאָאַליציע מיט די לאָקנדיקע מיניסטעריומס פֿון העכערן פּאָליטישן ראַנג.

הײַנטיקע וואָך האָט אהוד אָלמערט, בעת זײַן באַזוך אין דעם פֿאָלקסטימלעכן "פּאַרלאַמענט פֿונעם עמק" אין קיבוץ יפֿעת, דערקלערט מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז ער וועט נישט בלויז בלײַבן הערשן ביזן סוף פֿון דער קאַדענץ, נאָר ער וועט ממשיך זײַן נאָך איר. מיט וואָס פֿאַראַ סדר־היום און מיט וואָס פֿאַראַ צוזאָגענישן ער וועט קומען צו די וויילער — ווייסט נישט קיינער. קעגנאיבער די אַלע מלחמות, וואָס אָלמערטן איז באַשערט צו פֿירן כּדי צו בלײַבן ביי דער מאַכט, גייט איצט אָן אַן אינטענסיווע פּאָליטישע אַקטיוויטעט אין דעם מיטעלן מיזרח און מיט דער נײַער שליחות פֿון דעם ביז נאָרוואָס געוועזענעם בריטישן פּרעמיער טאָני בלער אין זײַן נײַער פֿונקציע ווי דער שליח פֿון שלום, און — ווער ווייסט, צי עס וועט כאָטש פֿון איר זיך אַרויספּיקן דאָס עופֿהלע מיט דער בשׂורה וועגן אַן אמתדיקער שלום-איניציאַטיוו.

תּל-אָבֿיבֿ, 24סטער יולי 2007