פּובליציסטיק, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט? יעדער סקאַרבאָווער שמענדריק, יעדער בכּבֿודיקער בעל־הבית, יעדע פֿאַרריסענע ייִדענע, די גבֿירים און די פּענטאַקעס, די אַקאַדעמיקער, די אַקטיאָרן, די דאָקטוירים און די אַדוואָקאַטן, ס׳איז ממש אַן אויסכאַפּעניש אויף גטן. און נישט איין מאָל און נישט צוויי מאָל. אַז מ׳פּאָליובעט איין גט, טוט מען עס אָפֿט. וויל איך אײַך פֿריילעך מאַכן מיט אַ מעשׂה פֿון אַ גט.

האָט זיך איין מאָל אַזוי געמאַכט אַז אַן אָנשטענדיקער ייִד איז געקומען צום רבין און אים אָנגעזאָגט די ביטערער בשׂורה אַז ער וויל זיך גטן פֿון זײַן ווײַב. דער רבי האָט אויפֿגעהויבן זײַנע כּשרע אויגן און נישט געגלייבט וואָס זײַנע אויערן הערן, ווײַל פֿאַר אים איז געשטאַנען אַ גרײַז גראָער זקן מיט אַ טרויעריקער מינע אויפֿן פּנים, נאָר שטאַרק אַנטשלאָסן בײַ זיך. פֿרעגט אים דער רבי:

"זאָגט מיר ר׳ ייִד, ווי לאַנג זײַט איר פֿאַרהייראַט מיט אײַער ווײַב?" ענטפֿערט אים דער ייִד:

"איבער פֿופֿציק יאָר, קיין עין־הרע." פֿרעגט אים דער רבי:

"האָט איר קינדער מיט אײַער פֿרוי?" ענטפֿערט אים דער ייִד:

"דרײַ זין און פֿיר טעכטער."

"און וווּ זײַנען די קינדער הײַנט?" וויל דער רבי וויסן.

"אַלע אויסגעגעבן אין פֿריידן, ברוך־השם." ענטפֿערט אים דער ייִד מיט אַ טרויעריקער מינע.

"און איצט אַז איר זײַט שוין ביידע גרײַז גראָע אַלטיטשקע, האָט איר זיך דערטראַכט צו אַ גט? ווי קומט צו אײַך אַזאַ חידוש אויף די עלטערע יאָרן?" האָט זיך דער רבי געוווּנדערט.

"איר פֿאַרשטייט רבי," ענטפֿערט אים דער אַלטער, "איך פֿאָדער אַ גט ווײַל דער שידוך איז געווען אַ גערעדטער און נישט קיין געפּאַסטער. מײַן פֿאָטער, זכרונו־לבֿרכה, האָט עס דערליידיקט אָן מײַן וויסן. איך האָב זי אַפֿילו נישט געזען פֿאַר דער חתונה, און שטעלט אײַך פֿאָר. אַ פּאָר טעג נאָך דער חתונה האָב איך זי באַלד געוואָלט אָפּגטן, ווײַל זי איז מיר גלײַך נישט געווען צום האַרצן און פֿאַרטיק. זי איז נישט געווען מײַנס גלײַכן און איך האָב געוואָרפֿן אַן אומחן אויף איר גלײַך נאָך דער חופּה. אָבער מײַן טאַטע, זאָל זיך דאָרט מיִען, האָט זיך אַרײַנגעמישט אין דער זאַך, און מיך געוואָרנט: "וואַרט אַ ווײַלינקע און זײַ זיכער איידער דו גטסט זי אָפּ. קודם און צום אַלעם ערשטן דאַרפֿסטו פֿאַרזיכערן אַז דײַן ווײַב טראָגט נישט, ווײַל אויב יאָ, קענסטו זי נישט אָפּגטן."

אַזוי האָט מײַן טאַטע, עליו־השלום, געטענהט. די זאַך איז אָבער נישט געווען אַזוי פּראָסט און פּשוט, זי האָט שוין געטראָגן, און נאָך דעם ווי דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן, האָב איך גלײַך באַשלאָסן זי אָפּצוגטן.

"ניין!" האָט געזאָגט מײַן טאַטע, ער זאָל האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן. "זי איז אַ קימפּעטאָרין און אַ קימפּעטאָרין טאָר מען בשום־אופֿן נישט אָפּגטן."

נאָך דעם איז זי ווידער פֿאַרגאַנגען אין טראָגן און געוואָרן אַ קימפּעטאָרין פֿון אַ צווייט קינד, און אַ דריט קינד און אַ פֿערט קינד און אַ פֿיפֿט קינד, און אַ זעקסט קינד און אַ זיבעט קינד. יעדעס מאָל וואָס איך האָב זי געוואָלט אָפּגטן, האָט מײַן טאַטע, זאָל ער האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן, געהאַט טענות צו מיר: ס׳טײַטש, מ׳גט נישט אָפּ אַ ווײַב וואָס קינדלט כּסדר.

גאָט האָט געהאָלפֿן, און מיט דער צײַט האָט זי אויפֿגעהערט צו קינדלען, מײַן ווײַב, הייסט עס, האָב איך אויף ס׳נײַ געוואָלט אַ גט. האָט זיך מײַן טאַטע, זאָל ער פֿאַר אונדז בעטן, ווידער אַרײַנגעמישט אין מײַנע געשעפֿטן און געטענהט:

"וואָס טוט זיך מיט דיר זונעשי־לעבן, דו ווילסט אָפּגטן אַ ווײַב און איבערלאָזן קינדער אָן אַ טאַטן? חס־ושלים! ווי טוט מען גאָר אַזאַ זאַך? ס׳איז דאָך אַן עבֿרה פֿאַר גאָט און פֿאַר לײַט אָפּצוטאָן אַזאַ חזירײַ."

נו העלפֿט גאָט טאַקע, און די קינדער זײַנען אונטערגעוואַקסן. דעמאָלט האָב איך געטראַכט, אָט איז געקומען די גינסטיקע צײַט זי אָפּצוגטן.

"נײַן און ניין! און בשום־אופֿן ניין!" האָט מײַן טאַטע, זכרונו־לבֿרכה, זיך אַרײַנגעלייגט אין דעם ענין, ווען ער איז שוין געלעגן אויפֿן טויטנבעט:

"וואָס פֿאַרשטייסטו דאָ נישט, דו חמור־קאָפּ," האָט ער מיך באַזונגען מיט זײַנע לעצטע כּוחות, "דער גט וועט דאָך קאַליע מאַכן דעם שידוך פֿון דײַנע קינדער".

איצט רבי, אַז איך האָב שוין ברוך־השם אַלע מײַנע קינדער אויסגעגעבן אין נחת און אין פֿריידן, בין איך נישט מחויבֿ. דעריבער בין איך דאָ. איך וויל אַ גט, ווײַל אויב נישט איצט איז ווען, רבי?"

אינטערעסאַנט צו דערמאָנען, אַז צווישן דער שארית־הפּליטה־ייִדן זײַנען כּמעט ווי נישט פֿאָרגעקומען קיין גטן. מענטשן האָבן געליטן אין זיך, אין דער שטיל. ווי האָט מען זיך געקענט פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס ווי אַ גט. ווען מען איז געווען פֿאַרהאַוועט מיט דאגות־פּרנסה, מיט דערציִען דאָס קליינוואַרג, מיט אויסגעבן די קינדער, און אַז מ׳איז אַרײַן אין דער זיקנה איז שוין געווען צו שפּעט. אָבער די קינדער פֿון אַזעלכע פּאָרפֿעלקער האָבן שוין אַזוי נישט געטראַכט. דאָס חתונה האָבן איז פֿאַר זיי געווען אַן אוטשעכע, אַ פֿרייד, אַ שפּיל. מען האָט נישט געטראַכט אַז מען נאַרט זיך דאָ אַרײַן אויף אַ לעבן לאַנג און אַז עס האָט נישט געטויגט, איז הײַדאַ יענטל צום גט.

בכלל איז די גט־אינדוסטריע אין אַמעריקע איינס פֿון די דערפֿאָלגרײַכסטע אונטערנעמונגען, אַ גוטעס "ביזנעס" הייסט עס. ווײַבער געניסן, מענער געניסן. ווײַבער ווערן אָן, מענער ווערן פּענטאַקעס.

אַחוץ דעם האָט מען חתונה מיט שיקסעס און שקצים, מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און מעקסיקאַנער, איראַנער און אַראַבער. טרעף איך זיך מיט אַן עלטערער ייִדענע אין שרײַבערקרײַז אין פֿלאָרידע, זאָגט זי מיר:

"מײַן טאָכטער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַראַבער."

"ייִד אָדער גוי," וויל איך וויסן.

"גוי" ענטפֿערט זי געלאַסן. האָב איך איר געראָטן:

"רוף אים בעסער פּערסיאַנער, וועט מען עס גרינגער אַראָפּשלינגען."

און אַז מ׳פֿרעגט בײַ אַ יונגער־מאַן:

"היתּכן? ווי קומט עס? וואָסי? נישטאָ גענוג קיין ייִדישע מיידלעך? מען מוז דווקא זיך אויסקלײַבן אַ שיקסל?" איז דער ענטפֿער אַזאַ:

"די ייִדישע מיידלעך זײַנען צעבאַלעוועט, צעפּיעשטשעט און פֿויל."

מ׳קען דאָך מיינען אַז זיי קענען אַלע ייִדישע מיידלעך.

איין בחורטע וואָס איך קען, האָט זיך באַקענט מיט איר מאַן אויף דער פּליאַזשע אין דזשאַמייקאַ, איז ער געווען אַן אויסגעסקליאַרעוועטער בחור, פֿאַרברענט פֿון דער זון ווי אַ טשאָלנט, מיט אַ פּאָר גליטשיקע אייגעלעך. אַ פּנים האָט ער געזוכט אַן אַמעריקאַנערין מיט געלט. דאָס מיידל איז דווקא געווען פֿון פֿאַך אַן אַדוואָקאַטקע, שיין און זגראַבנע, אויף אַלע ייִדישע מיידלעך געזאָגט געוואָרן. האָט ער זי זאַטאַשטשעט און אפֿשר גאָר זי האָט אים זאַטאַשטשעט, אים אַהיימגענומען צו טאַטע־מאַמע, ער אַ דאָקטער, זי אַ פּסיכאָאַנאַליטיקערין. איז וואָס זשע טוט מען. די מויד וויינט און קלאָגט, זי האָט אים ליב, זי גייט אויס נאָך יעדן מוסקל זײַנעם.

"אָבער ער איז דאָך נישט קיין ייִד, טעכטערל, פֿון דזשאַמייקאַ. ווער זײַנען זײַנע טאַטע־מאַמע? פֿון וואַנען שטאַמט ער?"

ס׳האָט זיי געהאָלפֿן ווי אַן אַפֿיקומן צו קדחת. די מויד האָט חתונה געהאַט, געהאַט מיט אים אַ כאָפּטע קינדער. אַרבעטן האָט ער נישט געוואָלט, ער איז געזעסן אין שטוב און געקאָכט. די עלטערן האָבן איר געקויפֿט אַ הויז אין לאָנג־אײַלענד. ביז ס׳איז געקומען אַ טאָג און די טאָכטער האָט זיך אַרומגעקוקט, ס׳טויג נישט.

"וואָס טויג נישט?" האָט די מאַמע געכליפּעט.

"דער גאַנצער שידוך טויג נישט. מיר זײַנען נישט קיין געפּאַסט פּאָרפֿאָלק. איך האָב אָנגעגעבן אויף אַ גט."

און אַזוי גייט עס הײַנט צו. איין ייִדישער בחור האָט דערטאַפּט אַ יאַפּאַנעזקע אין האַוואַיִ. אַ טייל פֿון זיי גייען אַדורך גיור און האַלטן שבת און כּשרות, אַנדערע ווידער פֿירן די קינדער יעדן זונטיק אין די קלויסטערס. דערפֿון קומט אונדז ייִדן נישט צו קיין שטיק געזונט. אָבער גטן זײַנען אין דער מאָדע. האָבן קינדער הײַנט אָן אַ מאַן, איז נישט קיין מניעה. מ׳קען זיך אויסקלײַבן "דאָ קאָלאָרו דאָ וויבאָרו." אַלץ האָט צו טאָן מיט אַ טיובקעלע. אַ שפּריץ אַהין און אַ שפּריץ אַהער און ס׳שפּרינגט אַרויס אַ מענטשעלע פֿון אַ טיובקעלע. אין דער צוקונפֿט וועט זײַן אַ נײַער אופֿן פּרו־ורבֿו. מ׳וועט קענען באַשטעלן פֿון איין קעמערל אָדער גענע, אַ קאָפּיע פֿון זיך אַליין, סײַ מענער און סײַ פֿרויען. מ׳וועט זיך אָפּגעוויינען פֿון גטן זיך, ווײַל חתונה האָבן וועט פֿאַרשווינדן מיטן ווינט און מ׳וועט לעבן ווי גאָט אין אָדעס. כ׳קען זיך נישט דערוואַרטן.